ויפתח כ"ק מרן אדמו"ר מחופצה-לאנד שליט"א את עפרא לפומיה ויאמר:
צום ערשטנס, איז פותחים בכבוד אכסניא, איך וויל אפגעבן א גרויסען יישר כח פאר ידידי היקר מוהר"ר יואב זאל זיין געזונט און שטארק, פאר'ן עפענען אזוי ברייטהארציג דער דאזיגער געהענגל, און מייחד זיין א מקום של כבוד פאר יאך, איך מוז אייך פארציילען, ממש מזמן פתיחת הקאווע שטיבל דנן לעכצעט ליבי הטהור והענוותן נאך אן אשכול וואס זאל זיין מיוחד נאר פאר מיר. בפרט היינט נאכדעם וואס מיינע קאלעגעס די אדמורי"ם זענען מיר פרום געווארען און זענען מיר שוין נישט מכבד מיט טרויבען בעת ביקורי הקודש, בלייבט נאר על מה להישען אלא אויף א ווירטואלישער געהענגל, וכפי וואס איך האב מקובל מאבוה"ק, אז פאר משיח וועט קומען וועט מען אפילו א געהענגל טרויבען נישט קענען עסן, און די הצלה וועט קומען ממקום אחר. נאר דאס אז אין דער סאמע מקום אחר, וואס די געהיימע קבלה האט נישט פארטרויט איבערצוגעבן אפילו דער נאמען זיינע נאר די ראשי תיבות.
און אט אזוי שטייט אין א צעטל וואס איך האב ביי מיר בקבלה איש מפי איש פון מיין זיידע דער ערשטער חוצפניאקער רבי, וואס ער האט טאקע אנגעשריבען נאך דעם וואס ער האט זוכה געווען צו א משכנתא ווי עס דארף צו זיין פון איינער פון די מלאכים המתנהגים כחמורים, און הימל האט זיין אנגעווייטאגטער הארץ עושה רושם און בוקע רקיעים געווען, או זיין אנגעווייטאגער אחוריים האט בוקע קרקעות געווען, מעורר געווען די אבות מקברם, און ביזן כסא הכבוד האט דערגרייכט די געשריי. יענער נאכט ביים זיך לייגען על מיטתו הטהורה האט ער באמערקט אונטער די קישען פלוצלינג רוקט זיך עפעס, און פון צוייטער זייט בעט, דארט ווי מחברתו הטהורה פלעגט געווענטליך צו זיין, נאר פונקט יענער נאכט בהשגחה פרטית איז דער מאווי געווען לאנג און זי איז נאכנישט אהיימגעקומען פון פארברענגען מיט חברותיה הטהורות, און אזוי איז די מצב געווען מוראד'יג לאזענדיג דער זיידע אליינס בהתבודדות עמוקה ליהנות מזיו השכינה. בקיצור, זעהט ער ווי פון דארט קומט ארויס אזא דמות, א בחינה פון כרובים, ספק עס זעהט אויס ווי א בתולה המקושטת בכ"ד קישוטים, ספק א מלאך, די שיין איז אומבאשרייבליך. אפילו די היינטיגע העיטש די פלעטסקרינס קענען נישט צושטעלן אזא מראה מפואר. און די שכינה הקדושה אליינס האט אריינגעשטעקט די האנט אירע במקום נסתר, און ארויסגענומען פון דעם א פארמאכטע קאנווערט. אנזאגענדיק פאר עם אז אין דער קאנווערט ליגט די ענטפער צו זיינע תפילות, און ער זאל עס נישט עפענען נאר מוריש זיין בסוד סודות פאר זיינע קינדער, והיה אשר יבחר בו ה' וועט שוין אליינס פארשטיין וואס מדארף טוהן מיט דעם.
רבותי, איני ראוי ואיני כדאי, אבער לויט ווי בחוסר ומיעוט דעתי, הפחות מפרעושו של שמעון הצדיק ומאבק רגליו של חמורו של בלעם, איז געקומען דער מאמענט מגלה צו זיין דער סוד, איר האלט דא מיט א היסטארישער געשעהניש, וואס כמוהו לא נהייתה וכמוהו לא תוסיף, און אט די נאך לפני לבבכם ולפני עיניכם, וועט נתגלה ווערן דער סוד פון דער וועלט, דער סוד וואס האט געברענגט אזא נשמה ווי מיר אויף דער וועלט, און וואס האט געבראכט איך זאל מגולגל ווערן בדמות לעיקוואד דקאווע שטיבל.
(.. דער רבי שטעקט אריין ידו הקדושה אין זיין טיפע שיפע אונטערשטע הויזן וועסטל טאש, ושפתותיו נוטפות מור, דער שיין פון זיין פנים, וואס שרייט ארויס פחד השכינה, און אין דער זעלבער צייט שמחה ועליצות מופרזת, כמעט ווי אויף א טריפ, איז אומבאשרייבליך, ווער עס פארפאסט די רגע ווייסט גארנישט וואס ער פארפאסט..
camera close up..
מ'זעהט שוין ווי דער האנט זיינע רוקט זיך, שטעקט זיך אריין אין טאש, כאפט אן עפעס א דיקליכער זאך, אט שטעקט זיך שוין ארויס דער קאנווערט'ס שפיץ פון זיין טאש, דער עולם שטייט געשטוינט, פון די ווייבער שול הערט מען שטילערהייט כליפענען, וואס איז זיך מתגבר מרגע לרגע, די מענער קענען שוין אויך נישט אויסהאלטען, דער גאנצער עולם איז דורכגעווייקט מיט טרערן און שווייס וואס ווי איך הער דא פון זקנים וואס געדענקען דריי וועלטס קריגס, איז נישט געווען אזא מראה נוראה זייט יענער יום המר והנמהר כוא"ב אין קעי דשזעי...
דער האנט איז שוין אינגענאצען אינדרויסען פון טאש, ער ברענגט עס ארום צום פארענט, מיט טרערן אין די אויגען באקושט ער דעם קאנווערט פון אלע זייטען, עס איז א מיטל-סייז קאנווערט, נישט אזוי גרויס ווי א ספר אבער נישט אזוי קליין ווי א ביזנעס קארד, געמאכט פון קלף צאמגעפלאכטען מיט פאפירוס און געזיגעלט מיט א חותם של זהב..
מיר צינדען צוריק אן דער רבי'ס מייקראפאן)...
מיט חיל ורעדה, מיט פרייד און פארגעניגען, בדחילו ורחימו ורחימו ודחילו, וועל איך דא פארליינען דאס וואס עס שטייט געשריבען אויפ'ן קאנווערט, מיט אותיות וואס איז שוין שווער צו ליינען פון רוב עלטער, איך בעט דער עולם זאל מהרהר זיין בתשובה אין אזא מאמענט.
אט אזוי ליינט זיך עס: בני חביבי, ראה ראיתי את ענייך ואת זעקתך, דע לך שדמעותיך בקעו כל הרקיעים ופמליא של מעלה הסכימו להביא את הגאולה היום, אבל הקב"ה בעצמו הודיע שעוד לא הגיעה הזמן, אך להפיס דעתך הסכימו לתת בידך את הסימן, את מפתח הגאולה. נוראות טרחתי להוריד לך את הדבר הזה, דע לך שאתה מחזיק בידך את מפתח הגאולה, הבאתי לך את זה מעמקי היכלו של מלך המשיח, ואני מזהיר אותך באזהרה חמורה, שלא תעיז לפתוח את זה עד שיתקיימו כל הסימנים הרמוזים להלן, אשר יהיה הגביע בידו לבדו יבין כאשר יתקיימו.
דאס איז די סימן וואס שטייט אויפגעשריבען, מיט א מאדנע בוכשטאב און מיט ווערטער וואס עד היום הזה נלאו כל חכמי לב להסירם ולהבין אותם. און דאך היינט מיין איך אז עס איז קלאר לכל אחד ואחת מכם וואס דער באדייט דערפון איז :
http:// kaveshtiebel.com /memberlist.php?mode=viewprofile&u=703
אזויווי עס איז אונז אלע קלאר אז עס איז געקומען דער מינוט, דאס איז די צייט, דאס איז די פלאץ, מיר זענען די מענטשען. וועט זאפארט פארקומען מעמד פתיחת הקאנווערט הנורא, מפתח הגאולה.
(..אלע אויגען זענען אויף דער רבי'ס האנט, עס ווערט אויפגעשפילט אויף ריזיגע סקרינ'ס אין אלע זייטען פון זאל, און אויף יעדער טעלעוויזיע סטאנציע און אינטערנעט בלעטל אויפ'ן כדור העולם..
דער רבי צוברעכט דער אור-אלטער חותם פונ'ם קאנווערט מיט זיינע ציינער, קושט נאכאמאל דעם קאנווערט פון אלע זייטען, און מאכט עס אויף. אלע חידוש'ן זיך ווי עס קומט צוביסלעך ארויס, נישט א פאפיר ווי אלע האבען געמיינט, נאר עפעס אביסעל מער א דיקליכער זאך, עס שיינט און בליטשקעט, עס איז ניכר אז די פילע יארען ליגענדיק אין סעיף האבען גארנישט פוגע געווען דערין. לגודל המעמד וועלן מיר אייך לאזען כאפן א קוק דערויף מיט די אייגענע אויגן.

יא, איר זעהט גוט, דאס איז א שפאגל נייע סעמסונג געלעקסי עס פיר. מיר ווארטען אלע פאר'ן רבי'ן מסביר צו זיין ווי דאס איז דער מפתח הגאולה...)
מורותי ורבותי, דער דאזיגער הייליגער כלי וואס איך האלט אין מיין האנט, דאס איז דער שליסעל צו דער גאולה! אין קורצע ווערטער וועל איך מסביר זיין פונקטליך וויאזוי דאס ארבעט, און וויאזוי דאס וועט ברענגען די גאולה. איך האב שוין נישט קיין כח שטארק מאריך זיין, וועל איך נאר איבערגעבן ראשי פרקים, און איך בעט פון יעדער איינער פון ענק זאל ווי שנעלער אריבערשפאצירען צו דער נענסטער געשעפט, ווערייזאן, ספרינט, סעמסונג, צו וואס, און זיך איינהאנדלען אזא מין כלי. בדיעבד ווער ס'איז אין ידו משגת קען מען אויך שאפען פאר ביליג ענליכע אזוינע כלים, עס שטיין גרייט אגענטן אונטען אין זאל אינפארמירען דער עולם און זיי ארויסהעלפען אין דער געביט.
איז אזוי, מיט דער קליינטשיקער כלי, וואס יעדער קען באהאלטען ביי זיך אין טאש, און קיין שום מנהל משגיח אדער אנדערע סארט טעראריסט וועט ניטאמאל וויסען אז איר האט דאס. דאס ענטהאלט אין זיך א משונה'דיגער כח. כאפט נאר א בליק דערויף וועט איר זעהן אזוינע קליינע קעסטעלעך מיט בילדער, די קעסטעלך רופען זיך עפפס. גיט נאר א דריק אויף די עפפס מיט די פינגער און עס עפנט זיך אויף א וועלט. דורך פארשידענע אנדערע עפפס און כלים וואס זענען דא דא, קען יעדער יונגערמאן און יעדע ווייבל, יעדער יונגעל און יעדע מיידל, משנה זיין דער וועלט. מער דארפט איר זיך נישט שרעקן פון ביג בראדער. שפאצירט ארום אין דער עולם העליון וואס די כלים ברענגען אייך אריין אין דעם, טרעפט זיך מיט חברים מקשיבים וואס פארשטייען און טראכטען ווי אייך, רעדט זיך צאם, שרעקט אייך נישט פון קיינעם. דא איז נישט דא קיין משגיח, נישטא קיין שווער, נישטא קיין ווייב. קיינער קוקט אייך נישט נאך, קיינער קען אייך נישט זאגען וואס צו טוהן, פאר וועם צו האבען דרך ארץ, וואספארא מחשבות מ'טאר נישט טראכטן און וואספארא ווערטער מ'טאר נישט זאגען. זאגט אייער גאנצער אמת, דער אמת וואס איר פארשטעקט אזוי פאר אזוינע לאנגע גלות יארען, רעדסט ענק אפ מיט נאך יודען וואס פארשטייען, און טוטס למעשה. ה' אתכם אל תיראו ואל תחתו.
נאך גאר א וויכטיגער נקודה איז דא אין דער כלי נפלא, וואס איז כדאי אלע זאלען געדענקען. איר זעהט דא פון אויבן אזא קליינע באלי? דאס הייסט א קעמערא. יא, א פולשטענדיגע קעמערע. עס קען כאפען פיקטשערס און ווידיאו אומעטום. איר דארפט שוין נישט אריבערפארען צו א פאטאגראפאר, אדער בעטן רשות פון דער וועד לתמונות בכל העולם כולו. וואו אימער איר זענט, אז איר זעהט עפעס אן עוולה, עפעס וואס דארף א תיקון, כאפט ארויס איירע כלי פון טאש, דרוקט "רעקארד" און שיקט ארום דער בילד אין דער ברייטער וועלט. קיינער קען ענק נישט אפהאלטען.
גבירותי ורבותי! מיינע זיידעס, ענקערע זיידעס, אלע דורות פון יודען וואס וויינען און שרייען אויף דער ביטערער גלות, האבן מיט אזויפיל מיה און פלאג אויסגע'פועל'ט אויבן אזא הצלה, איך בעט אייך, לאזט זיי נישט האבען זיך מוסר נפש געווען פאר גארנישט. לאז נישט די פילע שווייס און טרערן פון אזויפיל קדושים וקדושות גיין לאיבוד, די מצב איז אין ענקערע הענט. איר האט די ברירה, צו ברענגען צו א גאולה שלימה אדער חלילה צו פארשפילען. מעומק לבי בעט איך אייך, פארשפילט נישט! איך הער מורמעלען אז די סטרא אחרא איז זיך ווייטער מתגבר, און פראבירט מיט אייזענע כחות צוצונעמען אט די טייערע כלים פון אונז און אונזערע קינדער, בתואנת שונות ומשונות, במשאות שווא ומדוחים. איך קען נישט מאריך זיין איבער די היכלות הטומאה והרשע, אבער איך בעט אייך, חוסו על נפשותיכם ועל נפשות בניכם, האט רחמנות אויף אייערע זיידעס און באבעס, הביטו אל צור מחצבתכם, ואל תשיבו פניהם ריקם.
א גוטע נאכט, און מעי גאד בלעס אמעריקע.
(.. מרן שליט"א התעלף ונפל ארצה מפחד המעמד ומגודל המאמץ שהתאמץ, ההצלה עובדת כרגע לעורר אותו, הגידו פרק תהילים לרפואת לעיקוואד בן קאווע שטיבל שישוב לאיתנו וינהיג אותנו לקראת המשיח בשמחה ובטוב לבב...)