בלאט 1 פון 1

ברעיקינג: עדעבל קוהען מילעך ...

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 3:07 pm
דורך פסיכאלאג
איך האב דא אנגערייט א נארהאפטיגע פרישטאג , א פיינעם אייער שפייז אביסל ווי מערופט עס אין איזראעל גבינה צהובה,/ עמעריקען טשיז א גלאז קאפי וכו. קיין ארבייט האב איך נישט היינט ווייל מיין באס מאכט היינט א בערטעי פארטי פאר זיין זון אין דשאב מילא בין א פרייער ,
אזוי אריינשטיפנדיג די גאפל אינעם אמלעט טראכט איך צו מיר מיט צעמישעניש,
א מין בייפאל פין א צעדרייטער, ווער איז דער יעניגער וועם סע'איז אריינגעקומען אין מח די מחשבה ביים זעהן ווי די כפרה לייגט אן איי אין טראכטן 'דאס קוקט אויס גאר בא'טעמ'ט '! כמיין וואס האט ער געטראכט די ערשטע מאל ווען ער האט דאס אריינגענומען אין מויל ?
איז ער סתם געווען אן היימלאזער פארשוין וואס אנשטאט עסן גללים פין א כלב האט ער מחליט געווען ,לעטס גיוו איט עה שאט ,
אדער איז דאס די בייפאל פון א געלענרטער ?
איך גיי ווייטער צו מיין קאפי אין די מאדנע מחשבה לויפט מיר ווייטער אריבער אין קאפ, איז דאס יא געווען א נארמאלער מענטש, וואס האט אמאל צוגעקוקט ווי דאס קינד פונעם קוה טריקט די מאמעס מילעך אין ער האט זיך פארגליסט אין געגנבעט אביסל פונעם קוה, ...
אין ווידער איז מיר אריין דעם געגנבע מחשבה אין קאפ איך האב שוין דאן אנגעפאנגען בודק זיין אפשר איז מיין ציצית אנגעטון פארקערט אדער האב איך היינט פארגעסן צו גיסען נעגל וואסער ( טשעקן די מזוזות איז נישט געווען קיין אפשען ווייל איך גלייב די סופר איז נאך יעצט אין מקוה אינמיטן די שי' טבילות) ,
אבער די פאקט איז אז די מאדנע מחשבה איז צוריק דא,
דאס האט פאסירט גלייך פארן אריין נעמען אין מויל דאס שטיקל טשיז , האב איך געטראכט צו מיר וועלעכע תנא דבי איז איינגעפאלן אז פארשימלטע מילעך איז סאך בעסער ווי פרישע! אין נאכדערצו בעטן טייערער פאר די פארשימלטע סחורה!

למעשה איז מיר פארגאנגען דעם אפעטיט פין פרישטאג אין דא בינעך אין שטיבל זיך אביסל אויסליפטערן פון די געדאנקען ,

צום שליס: איך וואונטש אייך אן אז די רוח זאל אין אייער שטוב קיינמאל נישט אריינכאפן, ווייל גלייבט מיר איטס נאט עקסייטינג!

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 3:19 pm
דורך לעמיל
3:07 pm פרישטאג נישט קיין ווינדער עס קומט צו דיך אזלכע מחשבות

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 7:13 pm
דורך איילבירט
ציקער זיס! ... עס איז מיר קיינמאל נישט בייגעפאלן
אז עס איז דא אזעלעכע אינטערעסאנטע נארישקייטן

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 7:18 pm
דורך sefish
Most of it probably happened by mistake just like Vaseline

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 7:59 pm
דורך chosen people
איינער האט אמאל געזאגט אז דער וואס האט ערפינדן די ציגרעטליך, ביער, און העררינג, האט געמיזט זיין אדער א גאר א גרויסע טיפוש ווייל די ערשטע מאל וואס ער האט עס טועם געווען איז עס געווען עקלדיג דעמאלטס פארוואס האט ער עס די צווייטע מאל אריין גענומען אין מויל, און ער האט עס נישט געטוהן ווייל א צווייטער טוהט עס ווייל ער איז דאך די ערשטע, אדער איז ער געווען זייער א קליגער און ער האט אויס גערעכנט אז נאך אפאר מאל גייט עס האבן א אידישן טעם..

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 8:17 pm
דורך געפילטע פיש
הערינג האט מען געמאכט ווייל איינגעזאלצענע פיש האלט זיך סאך לענגער. ביר איז מ'סתם געווען ווען איינער האט געלאזט זיין גערשטן זאפט ליגן צו לאנג, און האט באמערקט אז ס'מאכט עם פרייליך נאכן טרונקן.

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 11:15 pm
דורך פסיכאלאג
איך האב שנעלן בליק געטוהן אויף אינטערנעט זעה טאקע אין וויקעפידיע ווי איינער שרייבט,
די וועג וויאזוי מען איז אויפגעקומען מיט די קיען מילעך אז טאקע געשעהן
דורך איינער וואס האט צו געקוקט ווי א קוה מעלקט פין איר מאמע מיט א געשמאק, האט אים אויך פארכאפט א תאווה, אין ביי דעם איז עס געבליבן,
איך הייב אן איינצוזעהן אז איך בין נישט אזוי משוגע, עס זענען דא סאך גרעסערע פון מיר,

נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:11 am
דורך שמעקעדיג
איך האב געוואלט וויסן ווער עס האט אויסגעטראפן אז ווען מען קלאפט אויף די ווייסע חלק פון א איי קען מען מאכן א "שניי". אן דעם וואלטן מיר נישט געהאט קיין לעקעך צו מאכן א לחיים עד היום הזה.
מוז זיין סייענטיפישע מוחות.

נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:28 am
דורך זר זהב
און ווער האט אויסגעפיגערט אז ווען מהייצט אן בונדלעך מיט פלייש מיט ספייסעס מיט קישקע מיט פאטעיטאס מיט קעטשאפ מיט גערשטלעך פאר פירענמוואנציג שעה ווערט עס טשולענט. אוי כבין מיד