בלאט 1 פון 1

וואס צו שרייבן פאר תגובה 3000

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 11:05 pm
דורך קאווע טרינקער
איך ווייס נישט ווען ס'געשעהן, וויאזוי ס'געשעהן, און פארוואס ס'געשעהן, אבער דער זייגער קלאפט שוין 3000!

וגילו ברעדה.

ווען מ'קען ווען צוריקדרייען די זייגער צו 0. וואלט איך געטראכט איין-האלב מאל איידער קליקען דעם "שיק", אבער כ'האב דאך נישט געוואוסט אז יבוא יום, און שטיבל-פריינד וועלען אפיר קראצען אלטע פארשלאפענע אשכולות, און א סתירה פרעגן: פון דא איז משמע אז דו ביסט א גרוש; פון דא איז משמע אז דו ביסט א סקולענע; ביסט OTD? זאג נאר קאווע ט. דו ווייסט טאקע נישט ווער יידל איז? איינער זאגט מיר איר וואוינט אין קרית טאהש, ס'אמת? דו זינגסט פאר ידידים קאאר? כהנה וכהנה וואס גוגל-טולק פילטערט אלץ נישט.

אבער וגילו, איך פיל גוט. איך בין סוקסעפעל אינגערמאן! נישט סתם, נאר כמעט 3000 מאל! יעדעס מאל איך "שיק" אן הודעה, פאפט-ארויף אן הודעה "אייער הודעה איז סוקסעספול ..." א.א.וו.

שטותים אין א זייט געלייגט, למעשה, עטליכע מאל האבעך זכיה געהאט צו ברענגן א שמייכל אויף עטליכע פנים'ער. און ווי צדיקים פלעגן זאגן, און זאגן נאך אלץ, אז אפילו דער איינער זאל זיין "זעך" אליין, האט זיך אלץ געלוינט.

כ'קלער אזוי, אפשר שרייבן עפעס לכבוד די 3000 שיק-קליק. איז נאך געבליבן וואס צו שרייבן אויף ?

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 11:18 pm
דורך געפילטע פיש
קאווע, מיר בענקן צום אמאליגע קאווע טרינקער מיט זיינע לאנגע טיפע מאמרים, מיר ווייסן דאך יא אז דו טויגסט, אפשר נאך א פרק פון ספר יואל? א באשרייבונג אויף אחב"י האשכנזים? נאך א תולדות צדיקים? נאך א פאום אויפן סיסטעם? מ'קען רעדן דערוועגן?

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 11:46 pm
דורך בן תמליון
שרייב איבער דעם טונקלן מארגן ליד. עס איז נורא נוראות שוין צייט עס איבערחזרן.

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 11:58 pm
דורך משה געציל
אויש! וואו בין איך אויפ'ן וועלט?
-----
איך האלט אז לכבוד דעם דריי טויזענסט'ן זאלסטו משלב די תולדות הצדיקים מיט ספר יואל, כנהוג בחצרות הקודש אז ליכא מידי דלא רמיזא באורייתא, לעבעדיג אויף קול מבשר.

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 10:08 am
דורך טעפל
כמשה געצל ועוד, שרייב א געזונטס ווי אזוי נאר דו קענסט!!

נשלח: זונטאג יוני 02, 2013 4:22 am
דורך שמעקעדיג
די 3000'טער תגובה איז געקומען און געגאנגען, און מפטירין כדאתמול.
קאווע טרינקער דו האסט אונז אויסגעשפילט. ביג טיים!

נשלח: זונטאג יוני 02, 2013 8:16 am
דורך קאווע טרינקער
אי"ה ביי 4000.
כ'האב גראדע אין מיין דרעפט צוויי ארטיקלען, איינס איז "פאזיטיווע בליק אויף אונזער סיסטעם" - ס'ליגט שוין אזוי פאר'יתומ'ט א שטיק צייט, נישט קענענדיג טרעפן עפעס פאזיטיוו...
דאס צווייטע איז אויף א גאנץ באקאנטע פרופסור, איינע פון מיינע רבי'ס. איך ווארט פאר א בילד פון זיין צלם אלקים, וויקיפעדיע האט נישט. ס'איז מיר שוין געלינגען צו קומען בכתובים מיט א פרוי וואס האט אים אינטערוויאוד א שטיק צייט צוריק, זי האט מיר נישט געקענט ארויסהעלפען צו טרעפן א בילד פון אים. יעצט ווארט איך א תשובה פון די אוניווערסיטי וואו דער פרופסור איז מרביץ תורה וחכמה, זאל מיר ביטע שיקן א בילד.

נשלח: זונטאג יוני 02, 2013 11:24 am
דורך טעפל
קאווע טרינקער האט געשריבן:אי"ה ביי 4000.

שיק אין אישי אפשר וועל איך דיך קענען העלפען?!

נשלח: זונטאג יוני 02, 2013 11:34 am
דורך קאווע טרינקער
ייש"כ

איך בין א געהאלפענער.

פרטים יבואו.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 1:24 pm
דורך קאווע טרינקער
ס'כאפט א פחד, קוים צוויי און א האלב חדשים און מ'האלט ביי 4000.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 1:47 pm
דורך שמעקעדיג
ס'כאפט גארנישט קיין פחד.
עס כאפט א פרייד אין הארץ, כן ירבו!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 1:59 pm
דורך מ. גליקמאן
קאווע טרינקער האט געשריבן:אי"ה ביי 4000.
כ'האב גראדע אין מיין דרעפט צוויי ארטיקלען, איינס איז "פאזיטיווע בליק אויף אונזער סיסטעם" - ס'ליגט שוין אזוי פאר'יתומ'ט א שטיק צייט, נישט קענענדיג טרעפן עפעס פאזיטיוו...
דאס צווייטע איז אויף א גאנץ באקאנטע פרופסור, איינע פון מיינע רבי'ס. איך ווארט פאר א בילד פון זיין צלם אלקים, וויקיפעדיע האט נישט. ס'איז מיר שוין געלינגען צו קומען בכתובים מיט א פרוי וואס האט אים אינטערוויאוד א שטיק צייט צוריק, זי האט מיר נישט געקענט ארויסהעלפען צו טרעפן א בילד פון אים. יעצט ווארט איך א תשובה פון די אוניווערסיטי וואו דער פרופסור איז מרביץ תורה וחכמה, זאל מיר ביטע שיקן א בילד.

דזשאסט עי רעמיינדער.
בד'וו, מזל טוב קאווע'לע מיר האבן הנאה פון אייך.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 2:01 pm
דורך קאווע טרינקער
וואו נעמט מען צייט? :קראץ:

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 2:29 pm
דורך יואב
קאווע טרינקער האט געשריבן:וואו נעמט מען צייט? :קראץ:

קאווע'לע, אין אזא צייט פלעגן די מלמדים אריינלייגן זייערע מאראנצן שאלאכץ- גע'טובל'טע- ציינער אינעם דא לדא נקשן אנשטעל, און מיט א לולב שאקלנדע קאפ, האבן זיי געשריגן: "אוי וועט מען דיר שמייסן פאר דעם, צייט פאר דיינע שטותים זעה איך האסטו".

אגב, איך מיין די גבאים זאלן איינמאל פאר אלעמאל שוין מסלק זיין דעם סמיילי.
כ'האב געהערט ערשט האנטיג, אז דאס ערוועקט א ניסיון צום "ולא יקרחו קרחה".

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 2:54 pm
דורך געפילטע פיש
קאווע טרינקער האט געשריבן:אי"ה ביי 4000.
כ'האב גראדע אין מיין דרעפט צוויי ארטיקלען, איינס איז "פאזיטיווע בליק אויף אונזער סיסטעם" - ס'ליגט שוין אזוי פאר'יתומ'ט א שטיק צייט, נישט קענענדיג טרעפן עפעס פאזיטיוו...
דאס צווייטע איז אויף א גאנץ באקאנטע פרופסור, איינע פון מיינע רבי'ס. איך ווארט פאר א בילד פון זיין צלם אלקים, וויקיפעדיע האט נישט. ס'איז מיר שוין געלינגען צו קומען בכתובים מיט א פרוי וואס האט אים אינטערוויאוד א שטיק צייט צוריק, זי האט מיר נישט געקענט ארויסהעלפען צו טרעפן א בילד פון אים. יעצט ווארט איך א תשובה פון די אוניווערסיטי וואו דער פרופסור איז מרביץ תורה וחכמה, זאל מיר ביטע שיקן א בילד.

כ'ווארט נאכאלץ.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 7:58 pm
דורך קאווע טרינקער
לייג אריין א שנעלערע פראסעסער אין קאפ..

נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 9:51 am
דורך יידל
להתודע ולהגלות, פון פנימי'דיגע מקורות בין איך געוואויר געווארן אז קאווע טרינקער האט שוין א בילד פון דעם פראפעסאר. עלמער זען וואס וועלן זיין זיינע נייע פוילע תירוצים.