בלאט 1 פון 1
זה לעומת זה
נשלח: זונטאג יוני 02, 2013 8:59 pm
דורך chosen people
אין די מינוט'ן בשעת אין ווילימסבורג גייט פאר א געפערליכע חילול השם, ווי צוויי ברודערס שלאגן זיך ארים, ווען ביידע טענה'ן אז זיי זענען דא צוזעהן צו פארעכטן א זאך וואס מיט דעם ווערט זיך די צוגעקימענע דורות זאל זיך נאך האלטן ביים אידישקייט, ווען יעדער בר דעת און וויל זיך נישט פאפן ווייסט אז אויב מעט דרייט שוין איבער די גאנצע אידיש יודנטאם איז דא וויכטיגערע זאכן צו רעדן, און לי יציר אז אינטערנעט איז די פראבלעם איז די הדר קבלוה נישט די עצה, ווייל אויף געקלערט האט מען שוין לעצטע יאר, מיט דעם אלעם האט יעדער צד טויזענטע נפשות וואס זענען געלאפן זיך שטיפן נאך דריי שעה פון זיין לעבן.
די זעלבע צייט זענען איבער הינדרעט בעלי בתים גענומען א פארהער ביי דרשו א בחינה בכתב אויף 30 בלאט גמ', הרב הופשטטר ראש מכון דרשו טענה'ט אז קיינער פון די בעלי בתים וואס פארהערן זיך כסדר, איז די פילטער נישט קיין מאסט..
נשלח: זונטאג יוני 02, 2013 9:05 pm
דורך קאווע טרינקער
א בחינה אויף "דף היומי" מסכת "עירובין" אין "וויליאמסבורג"?
נשלח: זונטאג יוני 02, 2013 9:35 pm
דורך chosen people
קודם פאנגט זיך עס אן מיט גילוי עריות - סמארט פאון, עס ענדיגט זיך מיט עבודה זרה - דף היומי.
נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 12:17 am
דורך משה געציל
קאווע טרינקער האט געשריבן:א בחינה אויף "דף היומי" מסכת "עירובין" אין "וויליאמסבורג"?
"עירובין" דירעקט! בבחינת קרבנות שאין לנו בזה"ז ונשלמה פרים שפתתינו...
נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 9:38 am
דורך טעפל
זייער שיין, ביידע סאטמער וואלטן זיך געמעגט פאראייניגען צו מוחה זיין קעגן דעם..
נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 5:31 pm
דורך ממרום שלח אש
chosen people האט געשריבן:זה לעומת זה
וואס איז די "זה לעומת זה"?
די תלמוד סארט אידישקייט איז די אידעע אונטער די אלע סארט כינוסים, מתוך שלא מיחה, ערבות, אצבע קטנה, היכא דאיכא דרכא אחרינא נקרא רשע, שלא יהרהר אדם ביום, שאני מינות דמשכי, אפילו אדם רודף אחריו להרגו או נחש רץ להכישו אינו נכנם לבתיהן של אלו, חויא דרבנן דלית לי אסותא, תיבקע כריסו, יד לאמה תקצץ, המוציא שכבת זרע לבטלה חייב מיתה, דת יהודית, ימות ואל תעמוד לפניו ערומה, ימות ולא תספר עמו מאחורי הגדר, קנאים פוגעים, וכו.
אז דו וועסט ברענגען א בילד פון ווי מען שטודירט דעם "דאקומענטערי הייפאטעסיס" וועט עס זיין א זה לעומת זה.
נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 8:16 pm
דורך chosen people
זעהט זיך אויס אז די האסט נישט גענדיגט ליינען די גאנצע פעריגרעף.
הרב הופשטטר ראש מכון דרשו טענה'ט אז קיינער פון די בעלי בתים וואס פארהערן זיך כסדר, איז די פילטער נישט קיין מאסט..
נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 9:35 pm
דורך דעת תורה
ממרום, לאז ארויס דעם תלמוד פון די כינוסים. סיי ווייל אין תלמוד קענסטו טרעפן דאס און פיל מער בגנות מחלוקת, גזילה אדער אסאך אנדערע זאכן אויף וואס מען - וואלט געברויכט דרינגענד מאכן אבער מען - מאכט נישט קיין כינוס. און סיי ווייל די אלע זאכן וואס דו רעכנסט אויס זענען בכלל נישט שייך לגבי די מאדערנע פאקס מאשין וועלכע מיר קענען מיטן נאמען אינטערנעט.