בלאט 1 פון 2

זיך גרייטן צו די ענדגילטיגע קאטאסטראפע, מלחמת גוג ומגוג

נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 7:36 pm
דורך חזקיהו המלך
ס'איז קלאר אז ס'וועט שוין נישט געדויערן צו לאנג ביז ס'וועט אויסברעכען די ענדגילטיגע מלחמה פון די וועלט, וואס ווערט אנגערופען מלחמת גוג ומגוג, ס'וועט זיין א מלחמה וואס די מענטשהייט האט נאכנישט בייגעוואוינט, א שרעקליכע קאטאסטראפע

לויט ווי עס איז משמע אין די נבואה פון זכריה וועלען צוויי דריטעל פון די מענטשהייט גע'הרג'עט ווערען,
אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (זכריה פרק יג):

"והיה בכל הארץ נאום ה' פי שנים בה יכרתו יגוועו והשלישית יוותר בה וגו' "
כלומר שני שליש מאוכלוסית העולם ימותו. ורק שליש ישאר.

חז"ל זאגן, אז די וועג צו ווערען געראטעוועט פין די קומענדיכע מעגא מלחמה איז צו לערנען תורה און טוהן חסד, די גמרא זאגט (סנהדרין צ"ח) שאלו תלמידיו את רבי אלעזר מה יעשה אדם וינצל מחבלו של משיח, יעסוק בתורה ובגמילות חסדים,

די איינציגע עצה איז צו לויפען צום באשעפער, די לופט ברענט שוין, די מלאכי חבלה שארפען שוין די מעסער'ס, די גאנצע וועלט איז שוין אויף קוילען,

ס'קומט שוין די צייט וואס דער באשעפער גייט אויסמעקן אלע שלעכטס, וכל הרשעה כולה כעשן תכלה, מען דארף אוועקלויפען פון שלעכטס ווי ווייטער, ווייל די שלעכטס גייט אונטערגיין, ביי גאולת מצרים זענען נאר א פיפטעל ארויס, די איבריגע פיר פיפטלעך זענען אומגעקומען בימי אפילה, ווער ווייסט וויזוי ס'וועט איצטערט זיין,

מען דארף זיך אנהייבען גרייטען צו די צייטען, קודם תשובה טאהן און זיך קערען צו גאט, אין דינען נאר אים אין ווייטער קיינעם, נישט קיין רבי'ס אין נישט קיין פארטיי, אין נישט דעי אלע נארישקייטען, נאר זיך אומקערען צו גאט מיטען גאנצען הארץ,

נאכדעם דארף מען צוגרייטען עסען מיט וואסער, מיט גאלד און זילבער, ווייל די דולר וועט לכאורה קראכען, ווער ס'קען זאל זיך צוגרייטען א הויז אינדרויסען פון די שטאט,

אין בעיקר זאל מען זיך היטען פין די שלש חמורות, זנות ואביזרהו, וואס דאס האט דער באשעפער זייער פיינט, אין אזוי אויך פין עבודה זרה וואס דאס מיינט פון פאלשע אמונות,

אין אסאך מתפלל זיין צו גאט אז מען זאל גיין אויפן ריכטיגען וועג, אין אז מען זאל האבען שכל וויזוי זיך צו פיהרען,

ס'איז זייער א שווערע צייט אין די היסטאריע פין די וועלט, מען דארף רחמי שמים יעדע רגע, אבער מען האלט שוין נישט ווייט פון די ענדע פון דעם קאשמאר, חאפט זיך אן אינעם באשעפער און אין זיין תורה מיט ציין און נעגעל, די נסיונות קענען רייסען אבער לאזט נישט נאך, חבי כמעט רגע עד יעבור זעם, דער ס"ם וויל רייסען פון כלל ישראל וויפיל שטיקער ער קען, ער ווייסט אז ער גייט אראפ, אבער ער וויל נישט גיין אליינס,

האלט אייך שטארק אידעלעך, נאך אביסעלע, ס'וועט נאך זיין א שטארקע פינסטערניש, אבער נאכדעם וועט ווערן לעכטיג,

והיה לעת ערב יהיה אור, אין ווער ס'וועט זיך האלטען וועט עס דערלעבען, ווען ס'וועט זיין: במיתי לי נהורא ותחפי להון בהתא
די לעכטיגקייט וועט קומען אויף אידישע קינדער, ווען ס'וועט שוין נתגלה ווערען די כבוד פון אונזער גרויסען באשעפער אויף די גאנצע וועלט, במהרה בימינו אמן,

נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 7:38 pm
דורך זר זהב
חזקיהו המלך האט געשריבן: ווער ס'קען זאל זיך ציגרייטען א הויז אינדרויסען פין די שטאט,

:D

נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 8:02 pm
דורך זר זהב
:roll: :? :o

יענער איז לכאורה אן אידיעט

נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 8:05 pm
דורך לעיקוואד
שוין זייט די צייטען פון חזקיהו המלך דער ערשטער שרייען מענטשען אזוי.



איך לעיקוואד בין אייך דא מבטיח אז אין די נעקסטע צען יאר וועט נישט זיין קיין שום מלחמת גוג ומגוג און באופן כללי וועט זיך די וועלט פירען כמנהגו. מילא האט איר לפחות נאך ניין יאר צו לעבן רוהיג און איר דארפט נאכנישט פלאנען פאר די Armageddon.
ובאתי עה"ח.

שוין, ע'לן מיר רעדן ווייטער אין ניין א-האלב יאר ארום זעהן וואס מען איז מיר דעמאלטס מודיע מן השמים.

נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 8:08 pm
דורך חזקיהו המלך
לעיקוואד האט געשריבן:שוין זייט די צייטען פון חזקיהו המלך דער ערשטער שרייען מענטשען אזוי.



איך לעיקוואד בין אייך דא מבטיח אז אין די נעקסטע צען יאר וועט נישט זיין קיין שום מלחמת גוג ומגוג און באופן כללי וועט זיך די וועלט פירען כמנהגו. מילא האט איר לפחות נאך ניין יאר צו לעבן רוהיג און איר דארפט נאכנישט פלאנען פאר די Armageddon.
ובאתי עה"ח.

שוין, ע'לן מיר רעדן ווייטער אין ניין א-האלב יאר ארום זעהן וואס מען איז מיר דעמאלטס מודיע מן השמים.


כ'ווייס נישט קיין דעיט, אבער אפילו ווען ס'וועט נאך דויערען צען יאר, דארף מען אבער שוין זיך קערען צים באשעפער כדי מען זאל דעמאלץ געראטעוועט ווערען,

נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 8:11 pm
דורך לעיקוואד
קערן צו'ם באשעפער איז אלעמאל א גוטע זאך.

נבואות זעם וואס געשעהן קיינמאלנישט איז קיינמאלנישט קיין גוטע זאך.

===

דו האסט נישט געהערט פון דעם אז דער רבי ר' מיילעך האט מבטל געווען חבלי משיח?

נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 8:16 pm
דורך קינות גירושין
ווייסט איינער וויפיל יאר נאכען חרבן האט מען אנגעהויבען זאגען אז סאיז שוין משיח׳ס צייטען??

נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 8:17 pm
דורך berlbalaguleh
חזקיהו המלך האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:שוין זייט די צייטען פון חזקיהו המלך דער ערשטער שרייען מענטשען אזוי.



איך לעיקוואד בין אייך דא מבטיח אז אין די נעקסטע צען יאר וועט נישט זיין קיין שום מלחמת גוג ומגוג און באופן כללי וועט זיך די וועלט פירען כמנהגו. מילא האט איר לפחות נאך ניין יאר צו לעבן רוהיג און איר דארפט נאכנישט פלאנען פאר די Armageddon.
ובאתי עה"ח.

שוין, ע'לן מיר רעדן ווייטער אין ניין א-האלב יאר ארום זעהן וואס מען איז מיר דעמאלטס מודיע מן השמים.


כ'ווייס נישט קיין דעיט, אבער אפילו ווען ס'וועט נאך דויערען צען יאר, דארף מען אבער שוין זיך קערען צים באשעפער כדי מען זאל דעמאלץ געראטעוועט ווערען,

די ערשטע זאך איז מבער זיין דעם אינטערנעט, וואס איז דער מקור פון אלע השחתות. חוץ ווען איינער דארף עס פאר פרנסה. זאל ער איינשטעלן א פילטער. י.מ. סופר 'עט נאך באלד זאגן אז ער האטצעך געדרייט באם רעבי'ן זכותו יגן עלינו אין שטוב און ר'האט געהערט כמה פעמים ווי דער רבי זכותו יגן עלינו האטצעך מתמרמר געוועין איבער די השחתה פונ'ם אינטערנעט, ר"ל.

נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 8:20 pm
דורך חזקיהו המלך
לעיקוואד האט געשריבן:קערן צו'ם באשעפער איז אלעמאל א גוטע זאך.

נבואות זעם וואס געשעהן קיינמאלנישט איז קיינמאלנישט קיין גוטע זאך.

===

דו האסט נישט געהערט פון דעם אז דער רבי ר' מיילעך האט מבטל געווען חבלי משיח?


מלחמת גוג ומגוג איז א פאקט וואס גייט געשעהן, ס'שטייט אין אלע נביאות,

וויפעל ס'וועט שאטען פאר אידען ווענדזיך צי אידען וועלען תשובה טוהן,

אבער ס'נישט קיין ספק אז ס'גייט געשען, אלע נביאות ביז דא זענען מקוים געווארען, אין דאס גייט אויך מקוים ווערען צי די גלייבסט צי נישט,

ירמיהו הנביא אין אנדערע נביאים האבען יארען נביאות געזאגט אויפען חורבן, אין ס'געוון וואס האבען נישט געגלייבט, צים סוף איז עס פינקליך מקוים געווארען, אין אזוי אויף אנדערע נביאות פין נביאי אמת, מלחמת גוג ומגוג גייט געשען, אין ס'קוקט אויס אז ס'וועט שוין נישט דויערען צי לאנג, ממילא דארף מען זיך יאגען צי תשובה טהון,

נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 8:22 pm
דורך berlbalaguleh
קינות גירושין האט געשריבן:ווייסט איינער וויפיל יאר נאכען חרבן האט מען אנגעהויבען זאגען אז סאיז שוין משיח׳ס צייטען??

די גמרא זאגט אין מס' סנהדרין. " שית אלפי שנין הווא עלמא. תרי אלפי שני הווי תוהו ובוהו. תרי אלפי, תורה. ותרי אלפי ימות המשיח". דאס מיינט אז די לעצטע צוויי טויזנט יאר איז שוין געווען ראוי אז משיח זאל קומען.

נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 8:23 pm
דורך לעיקוואד
קינות גירושין האט געשריבן:ווייסט איינער וויפיל יאר נאכען חרבן האט מען אנגעהויבען זאגען אז סאיז שוין משיח׳ס צייטען??

שוין פאר'ן חורבן האט מען דאס אנגעהויבען צו זאגען, ליין אביסעל ארום תקופת בית שני ותבין.

נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 8:25 pm
דורך לעיקוואד
חזקיהו המלך האט געשריבן:אין ס'קוקט אויס אז ס'וועט שוין נישט דויערען צי לאנג, ממילא דארף מען זיך יאגען צי תשובה טהון,

דיר קוקט אויס, מיר קוקט אויס פארקערט און איך בין גרייט צו וועטן מיליאן דאלאר אז מלחמת גוג ומגוג וועט נישט געשעהן אין די נעקסטע צען יאר.

כאמור, תשובה טוהן, כל חד לפום מאי דמשער בליביה, איז אלעמאל א גוטע זאך, מדארף נישט וועגן דעם דערשרעקן מיט כל מיני נארישקייטן.

נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 8:30 pm
דורך berlbalaguleh
לעיקוואד האט געשריבן:קערן צו'ם באשעפער איז אלעמאל א גוטע זאך.

נבואות זעם וואס געשעהן קיינמאלנישט איז קיינמאלנישט קיין גוטע זאך.

===

דו האסט נישט געהערט פון דעם אז דער רבי ר' מיילעך האט מבטל געווען חבלי משיח?

דו זאגסט עס ערנסט אדער סארקאסטיש? אויף דעים האט שוין דער צאנזער רב, דער דברי חיים (אויכעט איינער פון די חסידיש'ע רעבעס אין וועימען די ליטוואקס גלייבן נישט.) געזאגט: מיט די אלע המתקות (ממתיק געווען) פון רבי ר' מיילעך, דארפן מיר נאך גרויס רחמים ווייל קיין לאקשן מיט יויעך 'עט מען דארט (ביי די נאציס, ימ"ש/חבלי משיח) נישט געיבן.

נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 8:32 pm
דורך לעיקוואד
איך זאג זייער ערנסט.

די מעשה פון די נאציס האט גערנישט צוטוהן מיט "חבלי משיח", ווי דער הייליגער בעלזער רב זי"ע האט שוין קלאר געזאגט. און היינט האבן מיר שוין אפילו א ראיה מוכרחת לכך: משיח איז נאכנישט געקומען.

האט שוין איינער געזאגט: "אלעמאל נאך אזעלכע זאכען קומט משיח".

נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 8:37 pm
דורך לבונה זכה
לעיקוואד האט געשריבן:
חזקיהו המלך האט געשריבן:אין ס'קוקט אויס אז ס'וועט שוין נישט דויערען צי לאנג, ממילא דארף מען זיך יאגען צי תשובה טהון,

דיר קוקט אויס, מיר קוקט אויס פארקערט און איך בין גרייט צו וועטן מיליאן דאלאר אז מלחמת גוג ומגוג וועט נישט געשעהן אין די נעקסטע צען יאר.

כאמור, תשובה טוהן, כל חד לפום מאי דמשער בליביה, איז אלעמאל א גוטע זאך, מדארף נישט וועגן דעם דערשרעקן מיט כל מיני נארישקייטן.


כ'האב מורא אז די ביזט עטוואס קאנסערוואטיוו מיט דיין בלויז צען יעריגען delay. כ'האב מורא אז ס'עט נעמען אסאך אסאך לענגער. ווי האט א קלוגער איד אמאל געזאגט, שאץ נישט אונטער משיח'ן. ער האט א זייער שטארק הארץ. ער קען דערהייבן פול מער ווי מ'מיינט.

נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 8:39 pm
דורך berlbalaguleh
לעיקוואד האט געשריבן:איך זאג זייער ערנסט.

די מעשה פון די נאציס האט גערנישט צוטוהן מיט "חבלי משיח", ווי דער הייליגער בעלזער רב זי"ע האט שוין קלאר געזאגט. און היינט האבן מיר שוין אפילו א ראיה מוכרחת לכך: משיח איז נאכנישט געקומען.

האט שוין איינער געזאגט: "אלעמאל נאך אזעלכע זאכען קומט משיח".

אבער א טייל צדיקים האבן געהאלטן אז די צווייטע וועלט'ס מלחמה איז יא געווען א טייל פון די חבלי משיח. נאר די מימרא פון צאנזער רב האט ער נישט געזאגט ספעציפיש איבער דעם האלאקאוסט, (ס'איז נאך געווען א סאך יאהרן פאר דעים). ר'האט עס געזאגט בכלליות ווען איינער האט געפרעגט אז ר' אלימלך פון ליז'ענסק האט שוין ממתיק געווען די חבלי משיח.

נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 8:41 pm
דורך שמעקעדיג
וואס וועט מען טון מיטן אני מאמין "אחכה לו בכל יום שיבא"?

נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 8:42 pm
דורך MickyMouse
[כפירה איז פארבאטן אין קאווע שטיבל.]

נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 8:43 pm
דורך לעיקוואד
@לבונה זכה
איך נעם זיך אונטער צען יאר, אז דו ווילסט זענען די נעקסטע הונדרעט יאר נאך אפען.

און איך רעד נישט וועגן משיח נאר וועגן מלחמת גוג ומגוג, משיח איז א צווייטער מעשה. (דאס איז א תשובה אויך צו שמעקעדיג'ס שאלה יעצט, משיח קען קומען היינט. די מלחמות קענען ווארטען.)

נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 8:58 pm
דורך לבונה זכה
שמעקעדיג האט געשריבן:וואס וועט מען טון מיטן אני מאמין "אחכה לו בכל יום שיבא"?


האפן און ווארטן מוז מען. וואס טוט מען אבער מיטן "זכו אחישנה לא זכו בעתה?"

נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 9:08 pm
דורך לבונה זכה
לעיקוואד איז נישט דער ערשטער וועלכער געט אזעלכע סארט גאראנטיעס.
ר' עקיבה כד הוה חמי בר כוזבה הוה אמר דין הוא מלכא משיחא א"ל ר' יוחנן בן תורתא עקיבה יעלו עשבים בלחייך ועדיין בן דוד לא יבא. (ירושלמי תענית פ"ד ה"ה)

נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 9:16 pm
דורך קינות גירושין
האט דען נישט הלל געזאגט אז משיח זאל נישט קומען, ווייל ער איז שוין געקומען אין די צייטען פון חזקי המלח?
כדרכך נאכאמאל איבער קוקען בספה״ק ״the limis of the orthodox theology" פון הרב מרק שפירא, וואס סבלייבט צו משיח גייט קומען צו נישט , עפעס גדענק איך ער ברענגט פון רב כשר 

נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 9:30 pm
דורך יאיר
איין מינוט, די וועלט איז דאך שוין חרוב געווארן פאראיאר דעצעמבער איין און צוואנציג, נישט אזוי, חזקיהו?
ערנסט גערעדט, וואס מאכט דיר טראכטן אז מלחמת גוג ומגוג מוז דוקא פאסירן היינט-מארגן?
מענין לענין, נאכדעם וואס מען האט געשאסן דעם אטאם באמבע אויף יאפאן האט איינשטיין געזאגט אז די פערטע וועלט מלחמה וועט ווערן געפירט דורך שטיינער און העלצער, ווייל די דריטע וועלט מלחמה וועט צוריקרוקן ציוויליזאציע מיט צוויי טויזנט יאר.