בלאט 1 פון 1

טשאק אי טשיז פאר ערוואקסענע (געדאנקען)

נשלח: פרייטאג יוני 28, 2013 6:44 pm
דורך מאטי
איר זענט שוין זיכער געווען דארט חול המועד, אדער סתם א לאנגען פרייטאג נאכמיטאג. איך דארף אייך נישט אויסמאלן דער טומעל און געפילדער וואס דארט גייט פאהר. מטרייבט ווירטואלע מאטאר וויהאקלס, גיטאריאס,באסקעט באלל, מאונסטערס מיט 18 פיסלעך, טראנספארמערס איירן מאן/בעטמאן/ספיידערמאן און סופער לעדי,שפרינגען ארום בערבוביא און די סקרינס, פולווער רויעך מיט שרעקעדיגע כלי זיין, מאכן פארלירן לעבנס פון ווירטואלע נפשות בלויז צו ווערן צוריק לעבעדיג צום קומענדיגער ראונד. מ׳געווינט טיקעטס,דשזעק פאטס,בואנוסעס ס׳שפילט צו אזא הויכער גיאטאר בעס מוזיק וואס דרייט איבער דער געדערים.

 ביים עק זעט מען א פארשפיצלטער קאפל פארטון און צוהיצט אין א האקי געים מיט הויעכע געלעכטערס! ביי אונז און געגענט אויפן גאס, וואלטן זיי געגאנגען אפגערוקט א מרחק פון מינימום 3 האקי טעיבלס. אידישע מיט נישט אידישע קינדערליך וואס וואלטן נישט אויף איין גאס צוזאמען געשטאנען, גליטשען זיך אינאיינעם ממש וגר זאב עם כבש........

זיץ איך מיר אזוי אין דער זייט אויף א טישל, און איך שמייכל מיר אונטער, הנאה האבענדיג פון מיין געזונדעל׳ס לוסט/לויפן/שרייען,און איך טראכט צו מיר מיט שפאט..
 וואס איז זייער אמביציע ?
וואס איז זייער טרייב קראפט ?
געווינען ווי מער געימס טיקעטס..
אויב מאכט זיך א גרויסע געווינס וועלן די קולות איבערשרייען דער מוזיק, די טיקעטס ברענגען שמחה מ׳לייגט זיי אוועק, מ׳ציילט דאס, אויב פארלירט מען עטוואס וויינט מען, אלעס אלעס ביז... דער ענדע,שטעלט מען זיך און א שורה און מ׳ווארט.
ענדליך קומט אן זייער רייע און ס׳פאנגט זיך אן א גאנצער משא ומתן וואס צו נעמען, ביז מ׳סעטלט אויף א קורצער ליסטע צווישען א דיינעסאר א ליזערט מיט א פראש.
מיין אליקים טענה׳ט אז די ליזערט איז די בעסטע, ער כאפט גלייך אן אטאקע פון זיין שוועסטער׳ל,  מעה!! ס׳איז אן עקלדיגער חיה פוי!!!.
פיינעלי קומען זיי צו א פשרה... וואס? עפעס אן אוסגעדראשענע פראש! וואס מ׳קען באקומען פאר ארום $1.99 און א 99 סענט סטאר! און מ׳הארגעט זיך שוין ווער ס׳זאל דאס אויפבלאזן.  פאר די טשענדש (דער פראש האט געקאסט 1200 טיקעטס און מיינע חברה האבן צוזאמען געקראצט 1256 טיקעטס) עפעס אן אירעיסער וואס שמעקט פון פארשימלטע טשעריס אדער א סופער באלל וואס באונסט נישט (די וואס באונסט יא קאסט 500 טיקעטס).

הייסט אזוי!  - טראכט איך צו מיר - איך באצאהל $45 איינצוקויפן טאקאנס כדי זיי זאלן קענען טון א האלבן טאג שווערע ארבייט ארומלויפענדיג פארשוויצט טרעידינג דיעלס קלאוזינגס אמפערנישן,כדי צו געווינען טיקעטס וואס איז בסך הכל ווערד אן אומאויפגעבלאזענער פראש מיט א סופער באלל ? 
און דיזע טיקעטס.. זיי האבן אזא חשיבות !! סווערט א טייערער קארענסי....אוי רבש״ע.. קינד מיינס! איך קויף דיר 10 פרעש פאר האלב די געלט און ווארף דיינע טיקעטס אין מיסט אריין!! 

און דאן האב איך זיך געכאפט... אזש כ׳האב זיך ממש געשעמט פון מיר אליינס.

כ׳האב געהערט א שניידענדע שטימע וואס רעדט צו מיר און זאגט מיר, מאטי טייערער !! דו פארברענגסט טאג נאך טאג פארשוויצט מיט שווערע ארבייט, מאכסט דיעלס/קלאוזינגס (הלואי) אלעס כדי צו באקומען אזאלכע גרינע טיקעטס און די מאכסט דאס פאר א גאנצער קארענסי און מ׳קען מיינען וואס באקומסטו דערפאר? יא! עפעס אן אומאויפגעבלאזענער פראש !!!!  ווייסטו דען נישט אז דאס איז אחיזת עניים ? מיט אביסל חכמה מיט אביסל שכל מיט אביסל חסד/גמ״ח/תורה/תפילה/אהבת ישראל/אהבת השם באקומסטו מיליון מאהל מער ווי דער אויפגעבלאזענער פראש ? און אין אסאך א קלענערער צייט אפשניט.
ווארף אוועק די גרינע טיקעטס אין מיסט...... איך געב דיר א מיליאן מאהל מער..

און מיטאמאהל האב איך אויפגעהערט צו קוקן מיט שפאט אויף מיינע קינדערלעך וואס האלזן זייער טייערער טשאק א טשיס פראש וואס האט געקאסט 1200 טיקעטס..
כ׳האב מיר געשפירט ווי א חלק פון זיי, איך בין גארנישט בעסער.

נשלח: פרייטאג יוני 28, 2013 6:49 pm
דורך זר זהב
כאב נישט קיין דעםם השגה וואס איר רעדט דא. אבער דאך געלייקט פאר'ן שרייבן אין אזא אומעטיגע צייט במקום שאין איש

נשלח: פרייטאג יוני 28, 2013 6:57 pm
דורך סאשי פיש
זר זהב האט געשריבן:כאב נישט קיין דעםם השגה וואס איר רעדט דא. אבער דאך געלייקט פאר'ן שרייבן אין אזא אומעטיגע צייט במקום שאין איש

נשלח: פרייטאג יוני 28, 2013 7:09 pm
דורך אביגדור
לאוקים אמורא גביה.

נשלח: פרייטאג יוני 28, 2013 7:14 pm
דורך זר זהב
קיינמאל געהערט פון טשאק-עי-טשיז. דער עולם איז פאר'טשיזט' דא , מ'שפיערט שוין די 9 טאג איז אן די וועי

נשלח: פרייטאג יוני 28, 2013 7:27 pm
דורך אביגדור
.

נשלח: פרייטאג יוני 28, 2013 7:29 pm
דורך זר זהב
:lol:
-------------
got it

נשלח: פרייטאג יוני 28, 2013 7:33 pm
דורך מאטי
יעצט אנלייק מיר און לייק מיר נאכאמאהל לשמה..

נשלח: פרייטאג יוני 28, 2013 7:38 pm
דורך אביגדור
...

נשלח: פרייטאג יוני 28, 2013 7:39 pm
דורך זר זהב
דאס איז א טיפערע בחינה פון לייק לי ואלייק לך

נשלח: פרייטאג יוני 28, 2013 7:42 pm
דורך קאווע טרינקער
סאשי פיש האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:כאב נישט קיין דעםם השגה וואס איר רעדט דא. אבער דאך געלייקט פאר'ן שרייבן אין אזא אומעטיגע צייט במקום שאין איש

נשלח: פרייטאג יוני 28, 2013 7:45 pm
דורך אביגדור
טועמיה.

נשלח: פרייטאג יוני 28, 2013 7:52 pm
דורך מאטי
אביזרייהו האט געשריבן:
moti107 האט געשריבן:יעצט אנלייק מיר און לייק מיר נאכאמאהל לשמה..

זר וויל קודם זעהן אז איר לייקט אייער רב המסביר...

און מאטי וויל זען ווי איר לייקט דעם בעל מוסבר...

נשלח: פרייטאג יוני 28, 2013 7:57 pm
דורך זר זהב
:lol: :lol:

נשלח: פרייטאג יוני 28, 2013 7:57 pm
דורך קאווע טרינקער
[tag]קופרניקוס[/tag] האט דיך יעצט געלייקט.. הייסט ער איז יא דא.. נו נו..

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 12:07 am
דורך boxcover
כ'פארשטיי נישט די פונקטליכע נושא דא, אבער כמדומה איז טשאק אי טשיז עפעס וועגען לייקס?

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 12:19 am
דורך נולד מאוחר
מאטי, די פראבלעם איז אז רוב מענטשען זענען ביזי מיט געלט פשוט צי סארווייווען.

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 3:10 pm
דורך מאטי
גערעכט! אבער אין פאנטאזיע טרוימט מען יא צו גרויסע געלטער און משפירט זיך ווי א לוזער אויב מ'האט נישט

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 3:28 pm
דורך געפילטע פיש
boxcover האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט די פונקטליכע נושא דא, אבער כמדומה איז טשאק אי טשיז עפעס וועגען לייקס?

היינו טעמא ד'טשאק-א-טשיז טיקעטס, היינו טעמא ד'גרינע טיקעטס, והיינו טעמא ד'לייקס.