בלאט 1 פון 1

אמור לנזירה סחור סחור

נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 11:11 pm
דורך דבילה
ווי באקאנט, זענען פרויען ביי אונז אין די געזעלשאפט אין היבש א דילעממא. געווענליכע מענטשן וואס קענען זיך נישט איינע די אנדערע האבן אנדערע סארט געפילן ווי מענטשן וואס האבן פון צייט צו צייט א געשפרעך. אדער לפחות די מעגליכקייט צו האבן א געשפרעך.

נעמט א מצב פון א קאר עקסידענט. אויב דער באטראפענע איז עטוואס א באקאנטע און דו פעלסט אויס פאר הילף ווי א פינפטע ראד, 'עסטו נישט שטיין ווי א געווענליכע חסיד און אריין שטופן די אויגן גלעזער מיט די פונגער וואס איז מיוחד פאר קינוח, און אודאי נישט מיט שטיין מיט די חברה וואס שטעלן זיך אויף די פארענטשעס פון אונטן. אבער אויב איז די באטראפענע א פרעמדע מענטש, און ווער רעדט נאך נישט א איד, און עאכו"כ א שחור, אידעך באלד מלכתחילה די געפילן גאר לימיטעד, כמעט ווי פאר א באטראפענע קאץ וואס האט נאר יעצט געכאפט א פאטאלע זעץ פון א דורכגייענדע קאר. אודאי 'עסטו פאר דעם קאץ האבן עטוואס געפילן. ס'עט דיר שטארק שטערן די פיין פונעם קאץ וואס וואלגערט זיך גסיסה'דיק בלי מנוס, אבער די פיין איז נישט דיינע. ס'איז יענעמ'ס.

די פיין איז נאר אונזערע ווען מיר האבן א קשר מיט יענעם. מיר זעען יענעם אלץ א חלק פון זיך. ס'איז אין דעם ענין דאס מעשיות לרוב פון צדיקי עולם וואס האבן געהאט די הרגשים פאר די וואס זענען אין זיי געווען אנגעבינדן און אזוי אויך איז מבואר אין ספרי חסידות לרחצה. 'ך זיך נישט דא צו ווארפן קיין בקיאות בפרט אז ס'פעלט איבערהויפט נישט אויס. דאס איז אלץ זאכן וואס ס'קען א יעדער אליין זען. און דערויף שטעלן זיך די חכמי אוה"ע אויך אז ס'זאל זיין א שטארקע קשר ציווישן אנדערע מיני מענטשן. דייווערסיטי Diversity איז היינט אנערקענט אלס א שליסל פון א פרידליכע געזעלשאפט. אויב רעדן מיר נישט איינער צו די אנדערע, שאפט זיך א פרעמדקייט, פרעמדקייט איז נאר איין שטאפל פאר שנאה, און וואס שנאה ברענגט קען קיין איין מצוה נישט ברענגען. קודם קומט "ויקם מלך חדש אשר לא ידע".. און דערנאך "אם בן הוא והמתן אותו"...

אלזא די פרויען אונזערע, איז שוין אין חז"ל מבואר ווי ס'איז "עם בפני עצמן". אבער אין די לעצטע צענדליגע יארן וואס א דאנק היטלער ימ"ש האבן די אונגארישע קנאים געזיגט, אידעך דער "אל" פון "אל תרבה שיחה" געווארן א דאורייתא, דער "אל תרבה" איז געווארן א שיעור פון א copepod, און פון "שיחה" איז ענדערש געווארן א מאדע פון "בלאשינג". אויב א פרוי אדער א מאן זאגט זיך גוט מארגן איינער פאר די צווייטע איז שוין באלד דא א חשש פון קנאה וסתירה, און אויב בארגט זי נאר א באטל מילך האלט מען שוין נאך די ערות דבר אליין. 'שטייט זיך אז קיינער זוכט זיך נישט קיין צרות, איז ענדערש געווארן א מהלך פון "איני מכיר". דער פרוי וואס בשעת 'ך גיי מיט די ב"ב מיט די קינדערלעך שבת אין גאס נעמט זי אויף די משפחה מיינע בשתי ידים ובסבר פנים יפות, און נאר פאר א יאר אין די קאנטרי האט זי מיט מיר גאר געכאפט צוויי מאל אן ערענסטע היטש, איז אבער איינער וואס ניטאמאל 'ייסעך ([tag]קאווע טרינקער[/tag], ס'שטומט?) ווי זי הייסט. דער מאן וואס איר פרוי האט פון מיין רעבעצין שוין געבארגט צוויי מאל א צענערל, 'עט פאר א ישועה נישט אנערקענען איר אנוועזנהייט.

'שטייט זיך אז די תשובה אויף דעם אלעם איז "קדושה". (כ'בעט ענק מנהלים, כ'געב מיר אכטונג, פירט עס נישט אריבער צו "מאחורי"!!!) מי יתן והיה. הלואי. אדער ווי מ'זאגט אויף ענגליש, my foot! קען מיר איינער זאגן אז די פאנטאזיעס זענען נישט צען פאכיג מיט מענטשן וואס מ'קען נישט? אידען דאס נישט די אויסרייד אויף בנות ישראל וואס גייען אזוי צניעות'דיק ווייל דוקא אזוי איז זי מער חביבה בעיני בעליה? און נאך מער ווי דעם, דא ווערט דער פראבלעם וואס א פרוי פארלירט איר אנושיות. זי איז שוין מער נישט א מענטש. זי איז שוין געווארן א חפץ של מצוה. אדער אפשר עפעס אנדערש. געוויסע מענטשן 'עלען נאך טענה'ן יא, ווי ס'איז געווען א גאנצע אשכול אין עצכ"ח פון דער חכם ד"ר סיינפעלד דערויף מיט די קעפל "כל אשה היא רוגעלע". (דא איז א לינק, 'ך באמערק אבער אז עפעס ארבעט דאס נישט נארמאל http://www.hydepark.co.il/topic.asp?topic_id=268433)

די פאלשקייט פון דער בליק אויף פרויען איז בושה בכלל צו רעדן דערפין אבער ההכרח לא יגונה. לאמיר נאר פרעגן דער קנאקער וואס ער 'עט זאגן ווען זיינע א טאכטער כאפט די בליקן אין די גאס. און דער וואס האט נאכנישט קינדער, זאל ער נאר טראכטן פון די שוועסטער זיינע. און אויב פארשטייט ער נאכנישט וואס כ'וויל פון עם, ביטע רופט שוין די פאליציי. די גרעסטע פראבלעם פון דעם אלעם איז אז ווי מער אפגעזונדערט די פרויען ווערן, אלץ מער ווערן די קראנקע תאוות, און אלץ מער שטופט מען די פרויען אריין אין לאך וחוזר חלילה. אוי געוואלד, דער מאן האט נאך אויף וואס צו קוקן, שנעל, טו אויס די קאלירטע קליידער! טו אן אביסל מער טונקעלע בגדים! (ילבש שחורים שטייט פאר מענער, נישט אזוי?) דיקערע זאקן! סימס! א זאק אויפ'ן קאפ! אבער דאס אלץ איז נישט גענוק, די זומער מאנטל!!!

געוואלד!!! דער הויז ברענט און דו צינדסט אן עיר קאנדישענערס!!! דו שוטה, שפרונג ארויס און רוף פייער לעשער! זעסט דען נישט קלאר די שורש פונ'ם פראבלעם? לאז אפ די פרויען און נעם דיר צו די מענער! די פראבלעם איז נישט ביי זיי, און די פראבלעם איז נישט אפילו ביי די מענער וואס קוקן. די פראבלעם איז ביי די מענטשן וואס האבן פארפאסט צו לערנען דעם פסוק "זכר ונקבה בראם". די פראבלעם איז ביי די מענטשן וואס האבן פארפאסט צו באמערקן אז פרויען וואס זיי באגעגענען האבן א לעבן אויך, און זענען מענטשן אינדרויסן פון די מענער'ס פאנטאזיעס. און די גרעסערע פראבלעם איז ביי די מענער "און" פרויען וואס האבן מחמת טרדת הגלות אונטער די אונגארישע קנאים פארגעסן אז די שליסל צו אנושיות איז קשר, קאמיוניקעישען. און אן קשר, אדער די מדת היסוד ווי די ספרי חסידות רופן דאס אן, איז קיין אנושיות נישט שייך. פארגעס פון די הרהורים, זיי קודם א מענטש. הרהורים 'עלען שוין מיילע נישט זיין.

אינספירירט דורך דעם ארטיקל פון פרומעט גאלדבערגער תחי'.
http://blogs.forward.com/sisterhood-blo ... hot-chani/


(רעדאגירט געווארן צו באקומען א לייק פון "קאווע טרינקער")

נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 11:42 pm
דורך בדחן
פיינע שריפט, האסט זייער גוט ארויס געברענגט די פראבלעם, אבער די סעלאשון שרייבסטע נאר גאר גאר בקיצור און נאר צווישן די שורות,

צו האבן א באלאנסירטע אפענע און אנעסט דיסקאשען איבער די נושא, פעלט זיך אויס צו שרייבען א קלארע אלטערנעטיוו, און ווי אזוי און וואס מען זאל משנה זיין אז די פראבלעם זאל אוועקגיין,

אן שרייבען א קלארע אלטערנעטיוו, קען מען שוין פאראויסזאגען וואס די נעקסטע 20 תגובות גייען זיין, און מען דארף נאר מאכען קאפי פעסט פון אנדערע אשכולות.

נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 11:58 pm
דורך יואליש
ווי וואגסטו זיך צו ניצן די פינגער מיוחד לקינוח צו אפשרייבן א תגובה אין קאווע שטיבל?!

נשלח: דינסטאג יולי 02, 2013 12:56 am
דורך ממתקים
יפה דיברת

די רבנים האבן מורא פון די קנאים וואס שטופן זייערע שוואכקייטן אויפן ציבור.

ווען מען קוקט יעצט זעהט מען ווי ווייט זיי האבן געהויבן דעם שטריך פון אמאל.

אבער ווער עס וועט יעצט פראבירן צו נאכלאזן די גדרים ווערט גלייך באטיטלט א פורץ גדר!

ביז דערווייל ווערן די מקוואות, פעיסבוק און קרעיגסליסט וכדומה איבערגעפולט מיט פרומע אינגעלייט וואס דער קאפ ליגט זיי אין די הויזן ווייל מען האט פון זיי אוועקגענומען וואס די שו"ע לאזט!

נשלח: דינסטאג יולי 02, 2013 1:03 am
דורך בענדזשאמין פרענקלין
בדחן האט געשריבן:צו האבן א באלאנסירטע אפענע און אנעסט דיסקאשען איבער די נושא, פעלט זיך אויס צו שרייבען א קלארע אלטערנעטיוו, און ווי אזוי און וואס מען זאל משנה זיין אז די פראבלעם זאל אוועקגיין,

אן שרייבען א קלארע אלטערנעטיוו, קען מען שוין פאראויסזאגען וואס די נעקסטע 20 תגובות גייען זיין, און מען דארף נאר מאכען קאפי פעסט פון אנדערע אשכולות.

און איך האב שוין פאראויסגעזעהן דיין תגובה דורך מאכן קאפי פעסט פון דיינע טיפישע (מלשון טיפיקעל) תגובות.

נשלח: דינסטאג יולי 02, 2013 1:54 am
דורך הוגה
דבילה, הערליך געשריבן, ס'דאכצעך מיר אז עס ליגט אסאך מער בין השורות ווי די שורות אליינס. מען דארף נישט קיין אלטערנאטיוו, דאס איז נקודות למחשבה, נישט די כנסיה הגדולה אין מארינבאד.

די ארטיקל פון גאלדבערגער וואס דו ברענגסט האב איך שוין געליינט פריער, כ'האב עס נישט ליב געהאט. זי שרייבט שרעקליך condescending .

נשלח: דינסטאג יולי 02, 2013 3:34 am
דורך טעפל
דבילה הערליך שיין, אזוי אמת ארויסגעברענגט, אונז אלע געדענק מיר נאך ווי אונזערע זיידעס (די עיקר די נישט אונגארישע) האבן באגריסט אלע זייערע שכנים..אבער גערעכט זענען די וואס שרייבען אז דו שרייבסט נישט קיין סאלאציע (סאלאשען בלע"ז).

נשלח: דינסטאג יולי 02, 2013 10:13 am
דורך יואליש
כ'מיין דבילה שפיגעלט אפ די פארווארד ארטיקל אין תוך. בשעת גאלדבערגער האט אויסגעוועלט א לייכטע, סארקאסטישע סטיל, קומט דבילה און שרייבט די משמעות. ושניהם לדבר אחד נתכוונו. טייל מענטשן ווערן פראוואצירט צו טראכטן דורך הומאר, אנדערע דורך ערענסטע און מעגליך טרויעריגע, אנאליזן.

נשלח: דינסטאג יולי 02, 2013 10:47 am
דורך נארמאלער
סאיז פּשוט רואיגער ,נישט אלס קנאות פארוואס זיך אונטער צירייצען וואאאאאס איז די צוועק ,ס'בּלייבּט נישט בּיי קיין שיחה'לעך

נשלח: דינסטאג יולי 02, 2013 10:48 am
דורך בעריש
גמרא קדושין דף ע'
ר' נחמן לרב יהודה
נשדר ליה מר שלמא לילתא א"ל הכי אמר שמואל קול באשה ערוה, אפשר ע"י שליח א"ל הכי אמר שמואל אין שואלין בשלום אשה. על ידי בעלה אמר ליה הכי אמר שמואל אין שואלין בשלום אשה כלל.

נשלח: דינסטאג יולי 02, 2013 4:01 pm
דורך יין שרף
דבילה האט געשריבן:מיט די פינגער וואס איז מיוחד פאר קינוח

איבעי להו לקינוח מאי, אילימא לקינוח האזניים הרי ידי המשקפיים באו לכך,
אלא מאי לקינוח ה"חרון אף", הא יש שרוולות הכתונת לזה,
ואם תמצא לומר לקינוח עצמו לאחרי מצות ישיבה... הא אמרינן דלא יקנח בידו הימנית, ולא באצבע אמה של ידו השמלית נמצא דיש ארבע אצבעות לקנח, ולמא אמר "אצבע" המיוחד לקינוח?
אמר רב אכלן לעולם בקינוח סעודה הכתוב מדבר, והיכן שיש גלידה שנמס מלקלקו באצבע המיוחד לזה...
ועוי"ל לעולם לקינוח האף, ומיירי דהוה ליה שרוולות קצרים... ודו"ק

נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 9:27 am
דורך קאווע טרינקער
[tag]דבילה[/tag], הרב יובל שרלו טוט אזוי למעשה, א ציטוט פון זיין וויקי-בלאט
הרב שרלו הוא אחד מנושאי הדגל המרכזיים בציבור הדתי לאומי של קיום חברה מעורבת בין גברים ונשים. לשיטתו, החברה הרצויה לכתחילה היא "חברה צנועה מעורבת". הוא סבור כי העיסוק המופרז בנושאי צניעות גורם להדחקת נושאים חשובים אחרים כמו שמירת מצוות, גמילות חסדים, צדק חברתי, הקפדה בענייני לשון הרע ועוד, ובאופן פרדוקסאלי מביא פעמים רבות דווקא למצב של חוסר צניעות בשל העיסוק האובססיבי בנושא זה.

מ'קען נישט אוועקמאכן "אלע" רבנים, ס'איז נאך פארהאנען רבנים וואס האבן שכל. ואף גם זאת בהיותם וגו' לא מאסתים זו ימי סאטמאר ולא גאלתים זו ימי התאחדות וכו'

נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 9:37 am
דורך לעיקוואד

נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 1:00 pm
דורך berlbalaguleh
קאווע טרינקער האט געשריבן:[tag]דבילה[/tag], הרב יובל שרלו טוט אזוי למעשה, א ציטוט פון זיין וויקי-בלאט
הרב שרלו הוא אחד מנושאי הדגל המרכזיים בציבור הדתי לאומי של קיום חברה מעורבת בין גברים ונשים. לשיטתו, החברה הרצויה לכתחילה היא "חברה צנועה מעורבת". הוא סבור כי העיסוק המופרז בנושאי צניעות גורם להדחקת נושאים חשובים אחרים כמו שמירת מצוות, גמילות חסדים, צדק חברתי, הקפדה בענייני לשון הרע ועוד, ובאופן פרדוקסאלי מביא פעמים רבות דווקא למצב של חוסר צניעות בשל העיסוק האובססיבי בנושא זה.

מ'קען נישט אוועקמאכן "אלע" רבנים, ס'איז נאך פארהאנען רבנים וואס האבן שכל. ואף גם זאת בהיותם וגו' לא מאסתים זו ימי סאטמאר ולא גאלתים זו ימי התאחדות וכו'

דער "לייק" איז פאר דיין צושריפט צום אוואטאר. כ'ווייס, ס'באלאנגט אין אן אנדער'ן אשכול. אבער כ'האבמעך נישט געקענט איינהאלטן. א גוטן.

נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 2:29 pm
דורך דעת תורה
בעריש האט געשריבן:גמרא קדושין דף ע'
ר' נחמן לרב יהודה
נשדר ליה מר שלמא לילתא א"ל הכי אמר שמואל קול באשה ערוה, אפשר ע"י שליח א"ל הכי אמר שמואל אין שואלין בשלום אשה. על ידי בעלה אמר ליה הכי אמר שמואל אין שואלין בשלום אשה כלל.


דו ווייסט נישט אז מען לערנט נישט קיין גמרא אן קיין תוספות? עיין שם וינעם לך. וכן נהגו אבותינו ואבות אבותינו (ודוקא ויצאי ארץ הגר היו יותר רגילים בזה מבשאר מדינות, לאפוקי מדברי פותח האשכול) בדורות האחרונים, וחלילה לשנות זיז כל שהוא.

נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 3:53 pm
דורך בדחן
פארוואס ברענגסטע אריין דא חומרות וואס שטייט אין תוס'?? אויב עס שטייט נישט אין די תורה, און עס איז נישט איינע פון די תרי"ג מצוות, איז עס פאר א טייל דא נישט איבערצייגענד אפגעזען וופיל ראשונים עס שרייבען עס, ווייל מען קען אייביג טרעפן א רב שרלו אדער א רב סתוו וואס זאל אריינלערנענן אז עס איז גאר א מצווה.

נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 5:30 pm
דורך געפילטע פיש
דבילה האט געשריבן:אינספירירט דורך דעם ארטיקל פון פרומעט גאלדבערגער תחי'.
http://blogs.forward.com/sisterhood-blo ... hot-chani/

פרום-סאטייער האט א שטיקל אנדערע צוגאנג צום נושא.

נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 7:11 pm
דורך דעת תורה
בדחן, ווען דו זאלסט וויסן וואס עס שטייט אין תוספות, וואלסטו איבערגעשריבן דיין תגובה מיט א ערנסטקייט, אן קיין שפור פון סארקאזם...

נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2013 12:37 am
דורך ונבנתה העיר
קאווע טרינקער האט געשריבן:[tag]דבילה[/tag], הרב יובל שרלו טוט אזוי למעשה, א ציטוט פון זיין וויקי-בלאט
הרב שרלו הוא אחד מנושאי הדגל המרכזיים בציבור הדתי לאומי של קיום חברה מעורבת בין גברים ונשים. לשיטתו, החברה הרצויה לכתחילה היא "חברה צנועה מעורבת". הוא סבור כי העיסוק המופרז בנושאי צניעות גורם להדחקת נושאים חשובים אחרים כמו שמירת מצוות, גמילות חסדים, צדק חברתי, הקפדה בענייני לשון הרע ועוד, ובאופן פרדוקסאלי מביא פעמים רבות דווקא למצב של חוסר צניעות בשל העיסוק האובססיבי בנושא זה.

מ'קען נישט אוועקמאכן "אלע" רבנים, ס'איז נאך פארהאנען רבנים וואס האבן שכל. ואף גם זאת בהיותם וגו' לא מאסתים זו ימי סאטמאר ולא גאלתים זו ימי התאחדות וכו'

אזוי שטייט אויך אין שו"ת צמח צדק.

נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2013 12:43 am
דורך קאווע טרינקער
פיין, אבער ער רעדט פון א צווייטען ענין.
גוף הרעיון שטייט דאך אויך אין תלמוד, מאן דקפד וכו '

נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2013 12:50 am
דורך אבגד
הה״ד - טענו לו בחטין והודו לזכר קדשו

נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2013 11:23 am
דורך בעריש
דעת תורה האט געשריבן:בדחן, ווען דו זאלסט וויסן וואס עס שטייט אין תוספות, וואלסטו איבערגעשריבן דיין תגובה מיט א ערנסטקייט, אן קיין שפור פון סארקאזם...

דאס גאנצע חילוק וואס תוס' מאכט איז אויך נאר על ידי בעלה.