בלאט 1 פון 1

ווען מיין באבע וואלט געהאט רעדער...

נשלח: דינסטאג יולי 02, 2013 11:11 pm
דורך יין שרף
אונז זעמיר באריכהאשעם אויפגעוואקסן מיט מיסטריעזע פראזן, וואס ווען מיר וואלטן עס פארשטאנען... און ווען עס וואלט געשעהן, וואלט....
כגון "ווען מיין באבע וואלט געהאט רעדער וואלט זי געפארן"... (ויש גורסים וואלט זי געווען א וואגן...) כא כא כא (זיי מירעס מסביר...)
ולכן איז די עולם געלאדענט צו לאזן זייער זכרונות פן אמאל און פון היינט, ווען זיי וואלטן ווען געהאט...
וזה החלי.
ווען מיין באבע וואלט געהאט רעדער וואלט זי געפארן...
ווען מיין באבע'ס קאפ וואלט געהאט א לאך וואלט עס געווען א פושקע...
ווען די רבי וואלט געשטארבן וואלט מען אויפגענומען א נייע... (חב"ד)
ווען די נער וואלט נישט געווען מיינס וואלט איך אויך געלאכט...
ווען וועלט וואלט געווען וועלט..?
ווען איך וואלט געהאט כח וואלט איך געלאפן אין די גאסן...
ווען איך וואלט געווען א אהרוני...וואלט איך בשו"א נישט געלאזט קויפן די בלאט!
ווען איך וואלט ווען געהאט געלט... המממ....
און וויזניץ זינגט מען עפעס אזא ניגון סוכות, ווען איך וואלט האבן גאלדענע יאסלן וואלט איך צו דיר געפליען...
ווען די גמרא וואלט דיר ווען אינטרעסירט, וואלסטו שוין לאנג פארשטאנען! (געווענטליך פאלגט עס נאך מיט א פראסק)
ווען העטעך וואלט געווען פעטעך... (אפשר איז ער...?)
ווען איך וואלט געטראכט אפי' נאר פאר איין מינוט, וואלט איך נישט געפענט די אשכול!
ווען איך וואלט ווען געוואוסט אז די אשכול אינטרעסירט דיר א בוידעם.. וואלט איך עס נאכאלץ געפענט!