בלאט 1 פון 1

קונסט אויסשטעלונג: "אידן פון היינט"

נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 2:08 am
דורך געפילטע פיש
איך האב מיך פרייטאג אנגעשטויסן אין אן אינטערעסאנטע נייעסל אינעם אלגעמיינער, איבער עפעס א קונסטלער מיכאל לעווין, און זיינע מעלערייען פון חסידים און חסידישע קולטור און קליידונג. לעווין וואוינט היינט אין סאוט וויליאמסבורג, און איז אבסעסט מיט חסידים. ער האט א גאר אינטערעסאנטער וועבסייט, "מאכלעב וועבסיית" רופט ער עס, כ'האלט נאך אינמיטן מחליט זיין צו דאס איז דירעקט, אדער אמעראצעס, אזוי צו אזוי, זענען די בילדער דארט גאר שיין, באלערענד, און אפטמאל קאמיש.

אויפן הויפט פעידזש פונעם סייט האט ער א קוואט פונעם סאטמארער דיין, רז"ל פילאפ, כ'ווייס נישט פון וואו, אבער זעט אויס ס'קומט פון איינער פון די צעטליך קעגן די "ארטיסטן".
[left]Master of the Universe, please remove from upon us the plague of the artists, so that we shall not drown in evil waters, and so that they shall not come to our residence to ruin in.” — Prayer for the Protection of Our City Williamsburg from the Plague of the Artists, Zalman Leib Fulop, Satmar Dayyan[/left]
דער אלגעמיינער ברענגט א קוואט פון רייען קראוז, די איינגעטומער פונעם גאלאריע וואו די אויסשטעל געפינט זיך, אז לעווין וויל אדאפטירן די קולטור, אבער מ'לאזט עם נישט. "ער וויל שטארק געהערן צו דעם זאך, אבער מ'האלט עם צוריק". כ'ווייס נישט ווער פונקטליך איז באלעבאס אויפן קולטור וואס קען עם זאגן אז ער לאזט עם נישט אריין.

אט האט איר אפאר מאלערייען.

וויזניץ-סאטמאר
בילד

מלכות טייטעלבוים
בילד

הונגארישע לבוש
בילד

דער מקוה איד
בילד


נאך אפאר אלטע מאלערייען זיינע פון די מעטאפארישע פאטענציאל פון אידישע עקסטרעמיזם.

בילד

בילד

בילד

בילד

נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 2:12 am
דורך זר זהב
דער ערשטער בילד זעהט אויס ווי ר' מאטעלע וויזניצער.

אגב, איז דער ענגלישער אלגעמיינער אויך דא אין פרינט? און וויאזוי איז זייער שייכות מיט'ן אידיש'ן אלגעמיינער?

נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 2:18 am
דורך DotCom
זאגט אים אז וויליאמסבורג קאר סערוויס זוכט נאך דרייווערס.

נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 2:19 am
דורך געפילטע פיש
זר זהב האט געשריבן:דער ערשטער בילד זעהט אויס ווי ר' מאטעלע וויזניצער.


כ'האב אויך געטראכט אזוי, יעצט זע איך אז די בילד רופט ער "וויזניץ סאטמער" אונטער דעם שטייט ווי פאלגענד.

[left]“The Shiduch (engagement) that he did with the then-Sigget’e Rebbe Moshe Teitelbaum drew much opposition and stirred up much controversy in Satmar. When the Satmar Rebbe passed away in 1978 and he was viewed as a potential successor as the closest akin, many people objected for the mere reason that he was “Meshadech” with an “Agadist”. Years later, after Moshe was elected Satmar Rebbe and his son Aaron Kiryat Joel Rav and Aaron celebrated the wedding of his son Mendel, inviting his father-in-law Reb Moshelle to the wedding, Hassidim pinched his legs and tossed orange peels on the Viznitz’e Rebbe and Aaron had to beg his Hassidim to leave his father-in-law alone. “ —Chaim Shneider[/left](גענומען פון דא)

זעט אויס ער מישט אויס דעם מאנסיער מיטן ישועות משה.

נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 2:47 am
דורך טעפל
האסט פארגעסן די רעבישע העמעדער..

נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 2:48 am
דורך טעפל
גערער לבוש..

נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 2:59 am
דורך געפילטע פיש
טעפל האט געשריבן:האסט פארגעסן די רעבישע העמעדער..

נישט פארגעסן, ואטי כי רוכלא? די וועבסיית איז צוגעלינקט, איך האב געברענגט וואס איז מיר געווען די אינטרעסאנטסטע.

נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 7:53 am
דורך איך אויך
די ערשטע דערמאנט מיר פון די שטירמער פוטא-מונטאזש פון בעלזער רב ז"ל עם עוד צדיקים און בכלל שמעקן אלע בילדער זיינע שטירמעריש.

נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 10:29 am
דורך יואליש
איך אויך האט געשריבן:די ערשטע דערמאנט מיר פון די שטירמער פוטא-מונטאזש פון בעלזער רב ז"ל עם עוד צדיקים און בכלל שמעקן אלע בילדער זיינע שטירמעריש.


ס'האט מיך אויך געבאדערט די אוטמאטישע ביקסן און גראנאט לאנטשערס. הגם כ'בין רוב זיכער אז דער ארטיסט האט קיין שמץ פון בייזע כוונות. קונסט איבעראל איז פול מיט אזוינע ווערק און פיל שרעקליכער. גיי קיין צפון וומ"ס און די ווענט דערציילן פון מענטשן מיט הערנער, מעטאלענע נעגל און בלוט פלוסענדיג איבערן פנים. שטירמער מיין פוס. מיין פחד איז אז ווען דרויסענדיגע לערנען איבער א קולטור וואס איז אומבאקאנט צו זיי איז די קונסט רייף פאר מיספארשטענדעניש, וויל דאס ווערט די פענסטער אריין אונעם פארמאכטן וועלט. למשל די ווערק קען לינקן דעם וויליאמסבורג'ע גלות איד צום מיליטאנט פון קרית ארבע.

פון אן ארטיסטישע פערספעקטיוו איז עס זייער דערפרישענד און דערקוויקענד.

נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 10:34 am
דורך איך אויך
יואליש האט געשריבן:[quote="איך אויך"
פון אן ארטיסטישע פערספעקטיוו איז עס זייער דערפרישענד און דערקוויקענד.

איי געסס על טעם וריח וכו' או י"ל על אויפגעקלערט ולא אויפגעקלערט וכו'.

נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 11:26 am
דורך געפילטע פיש
@יואליש, ער זאגט דאך אז דאס איז די מעטאפארישע פאטענציאל פון רעליגיעזע עקסטרעמיזם. דזשאסט אין קעסטל דו ווייסט נישט וואס מעטאפאר מיינט, קוקט וואס רעבעצין מרים וועבסטער זאגט דערויף.
met·a·phor noun \ˈme-tə-ˌfȯr also -
fər\
Definition of METAPHOR
1
: a figure of speech in which a word or
phrase literally denoting one kind of
object or idea is used in place of another
to suggest a likeness or analogy
between them (as in drowning in money)
; broadly : figurative language —
compare simile
2
: an object, activity, or idea treated as a
metaphor : symbol 2

נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 9:54 pm
דורך יואליש
געפילטע פיש האט געשריבן:@יואליש, ער זאגט דאך אז דאס איז די מעטאפארישע פאטענציאל פון רעליגיעזע עקסטרעמיזם. דזשאסט אין קעסטל דו ווייסט נישט וואס מעטאפאר מיינט, קוקט וואס רעבעצין מרים וועבסטער זאגט דערויף.
met·a·phor noun \ˈme-tə-ˌfȯr also -
fər\
Definition of METAPHOR
1
: a figure of speech in which a word or
phrase literally denoting one kind of
object or idea is used in place of another
to suggest a likeness or analogy
between them (as in drowning in money)
; broadly : figurative language —
compare simile
2
: an object, activity, or idea treated as a
metaphor : symbol 2


כ'האב נישט געליינט וואס ער זאגט. כ'האב בלויז געקוקט די בילדער דא. ווי יענער האט געזאגט: כ'ליין נישט חלילה די ניו יארק פאוסט. כ'קוק בלויז די בילדער.

נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 10:28 pm
דורך געפילטע פיש
אהא, איך האב גראדע געהערט דעם סיפור אויף א צווייטען חיבור, פון איינעם העפנער פון קאליפארניע.

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 2:09 pm
דורך סאשי פיש
ער געט ארויס א ביכעל פון אלע זיינע מאלירייען קליק דא

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 3:06 pm
דורך פילון
אן אינטערעסאנטער איבערזיכט פון ש. דין אין'ם ענגלישן פארווערטס. http://blogs.forward.com/the-arty-semit ... c-fashion/

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 6:06 pm
דורך הוגה
פילון האט געשריבן:אן אינטערעסאנטער איבערזיכט פון ש. דין אין'ם ענגלישן פארווערטס. http://blogs.forward.com/the-arty-semit ... c-fashion/


האסט געשריבן א הערליכע ארטיקל, [tag]שלום דין[/tag]. עס כאפט מיר אן א שטארקע חשק עס צו גיין זעהן. ביז ווען וועט די עקזיביט זיין אפען? ווער וויל מיטקומען?

נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 9:12 am
דורך שלום דין
הוגה האט געשריבן:
פילון האט געשריבן:אן אינטערעסאנטער איבערזיכט פון ש. דין אין'ם ענגלישן פארווערטס. http://blogs.forward.com/the-arty-semit ... c-fashion/


האסט געשריבן א הערליכע ארטיקל, [tag]שלום דין[/tag]. עס כאפט מיר אן א שטארקע חשק עס צו גיין זעהן. ביז ווען וועט די עקזיביט זיין אפען? ווער וויל מיטקומען?


איך מיין ס'איז נאך אפן היינט נאכט, און מיטוואך נאכט. דער בוך וועט ווייטער זיין צו באקומען אין עטליכע געשעפטן. (עס האט אבער נישט רוב בילדער פון די עקזיביט.) זעה דעם ארטיסט'ס אויבנדערמאנטע סייט פאר מער אינפא.