בלאט 1 פון 1

שקר החן והבל היופי?

נשלח: פרייטאג יולי 19, 2013 12:45 pm
דורך פידלער
די מאגאזין וועניטי פעיר (Vanity Fair) האט דעם חודש געלייגט אויף זייער דעקל א בילד פון דזשאכער טשארנאעוו, די פארדעכטיגטע באסטאן באמבער. אויב דזשאכער וואלט געווען אלט, מיאוס, אדער גראב וואלט דאס לכאורה נישט געווען א פראבלעם. אבער דזשאכער איז יונג און זיין אויסזען איז בא'טעמ'ט. ער קוקט אויס ענליך צו פיל פון די ראק סטארס און יונגע סעלעבריטיס וואס וועניטי פעיר לייגט געווענליך אויף זייערע דעקלעך. ממילא איז געווארן אן אויפרידעריי. מענטשן מיט מאראלישע געפילן און איבערהויפט מענטשן און משפחות וואס זענען געשעדיגט געווארן אין די אטאקע, זענען גאר אויפגעברויזט. היתכן, מ'מאכט פון א מערדער א ראק סטאר!

פסיכעלאגן האבן שוין לאנג שטודירט די שייכות צווישן פיזיקאלע אטראקטיוונעס און הצלחה אין אלגעמיין לעבן און באזונדערס, אין די ארבעט פלאץ. אלע עקספערימענטן (ווי ווייט איך ווייס) האבן באוויזן אז "שענערע" מענטשן פארדינען מער געלט און זענען בעצם מער מצליח ווי די וואס זענען גערעכנט אלס ווייניגער שיין לויט אונזער געזעלשאפט'ס אפשאץ.

ווי באוואוסט, האט דזשאכער טשארנאעוו א סטאדע פון מיידלעך וואס האבן קראשעס אויף אים און שרייבן פעטיציעס און טוען אנדערע שתדלנות מיטלען פאר זיין פרייהייט. וואס זאגט דאס וועגן אונזער געזעלשאפט אז אזא לעכערלעך זאך ווי אויסזען זאל האבן אזא השפעה אויף אונז?

פאר מער אינפארמאציע איבער די פסיכאלאגישע עקספערימעטן, זע:

ארטיקל ארויסגעגעבן דורך האפסטרע יוניווערסיטעט: "Physical Attractiveness Bias in Hiring: What is Beautiful is Good" דורך Comila Shahani-Denning

אדער

"THE EFFECTS OF PHYSICAL ATTRACTIVENESS ON JOB‐RELATED OUTCOMES: A META‐ANALYSIS OF EXPERIMENTAL STUDIES" דורך MEGUMI HOSODA, EUGENE F. STONE-GWEN COAT

נשלח: פרייטאג יולי 19, 2013 12:58 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב דא געשריבען וועגן דעם

א גאנצע שטורעם יעצט אויף די "ראולינג סטאון" מעגעזין וואס האט אויפגעשטעלט אויף די דעקעל די בילד פון די באסטען באמבער.
בילד

נשלח: פרייטאג יולי 19, 2013 1:33 pm
דורך [NAMELESS]
עס איז ממש שרעקליך, ווי טיף די יוגנט איז פארזינקען, ווי טפשות איז חוגג בראש כל חוצות, די פיזישע לעבן איז אלעס און א שיינער מאסן מערדער איז מער באליבט ווי א מיאוסער לב טוב.

נשלח: פרייטאג יולי 19, 2013 1:36 pm
דורך גדעון
איינער האט שוין נקמה גענומען, און ארויסגעגעבן אנדערע בילדער
http://www.cbsnews.com/8301-201_162-575 ... suspended/

נשלח: זונטאג יולי 21, 2013 3:01 am
דורך טעפל
ביי די אנא טשאפמאן סקאנדאל איז מען אויך געוועהן פארנומען מיט דעם.

נשלח: מאנטאג יולי 22, 2013 6:28 pm
דורך משה רבנו
פון מיין אייגענע נסיון ווייס איך ליידער אז סאיז אמת.סקען זיך יעצט הערן אוויץ.אבער אסאך מענטשן ניצן מיר אלס פראטעקציע ביי כל מיני אומשטאנדן.און סארבעט פלאי פלאים!!אויך ביי יידן ליידער!!

נשלח: מאנטאג יולי 22, 2013 10:10 pm
דורך קאווע טרינקער
אה, יעצט פארשטיי איך שוין דעם שופט... ווער זעהט אויס שענער? קרויס אדער וועבערמאן?

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 1:47 am
דורך געון הגעונים
קופערניקוס האט געשריבן:עס איז ממש שרעקליך, ווי טיף די יוגנט איז פארזינקען, ווי טפשות איז חוגג בראש כל חוצות, די פיזישע לעבן איז אלעס און א שיינער מאסן מערדער איז מער באליבט ווי א מיאוסער לב טוב.


זייער גוט געזאגט.

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 6:42 am
דורך איך אויך
שלום עליכם הרב הגאון.

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 9:22 am
דורך מ גפני
משה רבנו האט געשריבן:פון מיין אייגענע נסיון ווייס איך ליידער אז סאיז אמת.סקען זיך יעצט הערן אוויץ.אבער אסאך מענטשן ניצן מיר אלס פראטעקציע ביי כל מיני אומשטאנדן.און סארבעט פלאי פלאים!!אויך ביי יידן ליידער!!

ביטע זיי אביסל מער מסביר ביי וועלכע "אומשטאנדן" די ווערסט גענוצט

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 2:34 pm
דורך George
איז דא איינער וואס באדערט אדער לייקענט דא אז שיינקייט האט אן עפעקט אין רוב אספעקטס אין לעבן? יעדער זאגט אז ס'איז נאר ביי א צווייטען, אבער מ'ווייס מיר דאך אלע דעם אמת ווי זוי דער נפש הבהמיות ארבעט. און יא, אויך ביי אויסגעארבעטע יודען.

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 2:39 pm
דורך שמעקעדיג
ליידער אמת. איך ווייס פון געוויסע טעראפעיסטן וואס וועלן זיך ענדערש אננעמען און געבן גערעכט פאר די וועלכע זענען שענער וד"ל.

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 2:53 pm
דורך מאיר_וואלף
איך ווייס נישט צו ווייל זיי זענען שענער, אדער ווייל זיי זענען שוואכער

ווייל זיי וועלן זיך ענדערש אננעמען און געבן גערעכט פאר די קינדער ווי די עלטערען

אויך איז היינט שטערקער די ענעמאל רייטס ווי די יומען רייטס - מענטשען רעכט

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 3:11 pm
דורך שמעקעדיג
מאיר_וואלף האט געשריבן:איך ווייס נישט צו ווייל זיי זענען שענער,

איך ווייס יא.

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 3:34 pm
דורך מאיר_וואלף
שמעקעדיג האט געשריבן:
מאיר_וואלף האט געשריבן:איך ווייס נישט צו ווייל זיי זענען שענער,

איך ווייס יא.


און די קעצלעך אויך ווייל זיי זענען שענער?