בלאט 1 פון 1
איך געדענק נישט דעם גרױסן זבענק
נשלח: מאנטאג יולי 29, 2013 10:39 am
דורך שלום בערגער
נאר עס בענקט זיך
נאכן אַיִן
פארן יש.
װען דער אוניװערס איז געהאָנגען
צװישן אפשר און ייאוש
האט געפסקנט
הרב פּלאַנק
זאל שױן עקזיסטירן א כהרף־עין,
א רגע מערנישט
װאס מעג אױפשװימען אין מציאות
פרײ און פראנק.
מיט אײן תנאי. אין
יעדן פראסטן טאג
זאל נאך טליען דער געדאנק
אז ס׳איז בעסער, נאך אלעמען, דער
אַיִן.
נשלח: מאנטאג יולי 29, 2013 10:59 am
דורך בן תמליון
שיין. וואס איז דאס הרב פלאנק?
נשלח: מאנטאג יולי 29, 2013 11:10 am
דורך פשוט-קאמפליצירט
אך, ווי שיין!
אבער, ווי נעמט הרב פלאנק זיך די חוצפה צו זאגן א דעה וואס צו טראכטן, בעת מחשבה אליין עקזיסטירט דארט וואו ער האט נישט קיין דריסת הרגל?
[tag]בן תמליון[/tag], זע
דא.
נשלח: מאנטאג יולי 29, 2013 11:57 am
דורך דענקער
[tag]פשוט-קאמפליצירט[/tag] א דאנק פאר די מראה מקום. על אף וואס איך וואלט צוגעצייכנט
דאסביטע זיי מסביר דיין קושיא.
נשלח: מאנטאג יולי 29, 2013 12:16 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
גערעכט.
דאס ליד דערמאנט אז פלאנק'ס פסק איז געקומען מיט דער תנאי, אז ס'זאל "נאך טליען דער געדאנק." זאג איך: "מחשבה" איז לכאורה קלענער ווי פלאנק'ס פלאץ. האט ער דאך אהין נישט קיין צוטריט. איז פון וואו די חוצפה אריינצורעדן דארט, וואו ער ווייסט גארנישט?...
נשלח: מאנטאג יולי 29, 2013 12:23 pm
דורך בן תמליון
פשוט קאמפליצירט

נשלח: מאנטאג יולי 29, 2013 4:31 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
[tag]בן תמליון[/tag]
מעקס פלאנק האט מחדש געווען אז ס'איז דא א באשטימטער סכום ווי קליין דאס קלענסטע שטיקל מקום קען זיין. דאס זעלבע האט ער געזאגט לגבי זמן, אז ס'איז פאראן א שטיקל צייט-אפשניט, וואס איז דאס קלענסטע שטיקל צייט וואס איז נאר שייך. דארט אויף יענעם שטאפל איז די גרעניץ פונעם מציאות הטבע. קלענער ווי יענעם שטח און צייט-שטיקל איז פשוט נישט-עקזיסטענץ.
(איך שרייב פון זכרון. כ'בין גערעכט, [tag]דענקער[/tag]?)
נשלח: מאנטאג יולי 29, 2013 5:13 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
[tag]בן תמליון[/tag], עיקר שכחתי: א מחשבה איז מער דקות'דיג ווי מקום און זמן (והא ראי' אין מחשבה קען א מענטש טראכטן פון א מציאות מקום וזמן קלענער ווי דעם פלאנק-סכום). במילא, האט פלאנק'ס מקום-זמן נישט קיין רעכט מגביל צו זיין די פון אים-גרעסערער מחשבה.
לכאורה, האבן מיר דא א פירכא אויף שלום בערגער'ס ליד. נאר וואזשע דען, פאעזיע איז דער דרוש פונעם קונסט-פרדס, און מיר האבן דאך דעם אלטן רעטונגס-מיטל פון "אין משיבין על הדרוש."
(ווען בערגער וועט נאך א טאג שניידן און פארמאכן די גופים פון זיינע פאציענטן צוריקקומען זען וויאזוי דאס ליד זיינס פילט, וועט ער בכלל נישט דערקענען אז דאס קינד איז שוין אינדערצווישן געשטארבן און צוריק לעבעדיג געווארן

איר האט טיפער ארײנגעטראכט אין ליד װי איך אלײן
נשלח: דינסטאג יולי 30, 2013 11:12 pm
דורך שלום בערגער
נצחוני בני...
כדי זיך צו פארטיידיקן קען איך אפשר זאגן אז - אדער פלאנק איז א שטיקל כל-יכול, און זיין מחשבה איז מסוגל מגביל צו זיין די גרענעצן פון צייט און רוים, אדער - אז די גאנצע מעשה שפילט זיך אים אפ אין מוח. אפשר איז דאס אליין אן עקפערימענט פאר פלאנקן דעם בעל-טעאריע.
איך פיל זיך א ביסל שולדיק אפצוגעבן פלאנק דעם אויבן-אן. ס'איז מיר ניט קלאר ווי אזוי ער האט "פארבראכט" די חורבן-יארן בימי היטלער ימ"ש. כ'האב א חשד אז...אבער ווער ווייסט?
http://www.jstor.org/discover/10.2307/4 ... 2193068473
נשלח: דינסטאג יולי 30, 2013 11:32 pm
דורך יאיר
תנוח דעתך, שלום. מאקס פלאנק איז געווען אן איידעלער מענטש, אן אוהב ישראל און אן אוהב שלום וועלכער האט פרובירט שתדל'ען ביי היטלער'ן אז ער זאל צוריקציען פון זיין צורידערטן באשלוס צו פארטרייבן אלע אידישע סייענטיסטן פון דייטשלאנד, א באשלוס וואס האט אויסגעליידיגט די גערמאנישע אוניווערזיטעטן פון זייערע בעסטע קעפ. ווען ער איז צוריקגעקומען אן ערשיטערטער נאכדעם וואס היטלער האט געווארפן א טאנטראם פאר זיינע אויגן און מיט ווילדע לאזונגען באזידלט די אידן האט ער איינגעזען דעם ביטער' מציאות אז נישט מיט יעדן קען מען האנדלען מיט ווייכקייט און לאגיק.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 14, 2021 9:17 am
דורך מי אני
לגבי די פּלאנק משפחה און די נאציס.
ובכלל בנוגע (עכ״פ)
פּלאנק לענג/מקום און מחשבה קען דאס אלס אפשר זיין תלוי אין טאמער נעמט מען אָן דר. פרענק טיפּלער׳ס
אָמעגא פּונקט קאסמאלאגיע. והיינו, אז אליביה, באחרית הימים וועט מען צווינגען די גאנצע יקום צו א קאָלעפּס צו א סינגולעריטי וואס איז לכאורה בעצם קלענער ווי די
פּלאנק לענג וכו׳, וואס דאן האט מען אינפיניט קאָמפּיוּטיִנג כח; מחשבה…