בלאט 1 פון 1

מי שלא ראה לייק זו לא ראה לייק בימיו - 1000 לייקס!

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 8:42 pm
דורך הוגה
[justify]בכל יום הייתי מחשב ואומר באשכל פלוני אני הולייק, ולתגובה פלונית אני הולייק, והיו ידיי מולייקות אותי לבית המדרש.

עס איז ביי מיר א גרויסע שמחה היינט! איך בין היינט אנגעקומען צו געוואלדיגע דערגרייכונג פון לייקן די אסטראנאמישע סכום פון "טויזנט" תגובות! אין אנדערע ווערטער איך בין אנגעקומען צו ליינען לכה"פ "טויזנט" זאכליכע תגובות און ארטיקלן. תגובות וואס האבן מיר געמאכט לאכן און שמייכלן, תגובות וואס האבן מיר געמאכט טראכטן, תגובות וואס האבן מיר אויסגעלערנט נייע זאכן, תגובות וואס האבן מיר גוט אפגעפרעגט און צוריק געענטפערט, און תגובות וואס האבן שטערקער ארויסגעברענגט מיינע הנחות ודעות.

איך בין נאך היבש ניי (און אולי אויך אומבאקאנט) דא. עס האט מיר גענומען א וויילע צו כאפן די סיסטעם דא, ווי אזוי אלעס ארבייט. כ'בין באלד אריינגעשפרינגן אינעם עבודת הקדש פון שרייבן מיינע מחשבות ודעות, און כ'האב מיך עפעס געפילט געוואלדיג באקוועם דא. פלוצלינג האב איך מיך געטראפן מיט א היבש ביסעלע תגובות, און נאך מער לייקס. אבער אין די זעלבע צייט האב איך אויך באמערקט עפעס אנדערש, נעמליך די צאל לייקס וואס איך האב געגעבן פאר אנדערע איז געווען פיל פיל ווייניגער ווי די לייקס וואס איך האב באקומען.

עס האט מיר זייער געבאדערט. ווי אזוי קען זיין אז איך - איין מענטש, זאל האבן מער לייקס ווי וואס איך האב געגעבן פאר צענדליגע גוטע שרייבער? איז מעגליך דען אז איך שרייב מער ווי איך ליין? ועוד, די גאנצע רייץ און חשק וואס איך האב דא צו שרייבן איז דאך נאר צוליב די הויכע קאליבער פון דענקער און שרייבער וואס שרייבן דא, נו קומט זיך זיי דען נישט אז איך זאל זיי לייקן מער אפט?

הווה מחשב שכר מצווה נגד הפסדה. וואס קאסט מיר שוין צו לייקן? און וויפיל חיזוק גיבט עס פאר יענער שרייבער ווייטער אנצוגיין און מהנה זיין די עולם - און מיר - מיט זייערע פרוכט פון זייערע פעדערן (ליין: קיבארדס)?

האב איך געמאכט א קבלה דעמאלטס אז איך גיי צולייגן מער קאפ און לייקן א יעדע תגובה וואס גיבט מיר עטוואס הנאה, און איך וועל נישט קארגן אויף קיין לייקס.

לדעתי זענען די רווחים פילפאכיג. ערשטענס מאכט עס יענעם פילן גוט (איך זאג פון עקספיריענס). צווייטענס, עס ענקארעדזשד די ספעציפישע שרייבער צו שרייבן מער, להנאתי ולהנאת חביריי. אויך גיבט עס מיר א פערזענליכע tool צו קאנטרעלירן אביסל וועלכע ניקס איך וויל זעהן מער תגובות פון זיי.

ידעתי בני ידעתי אז יותר ממה שלייקתי כאן איז ווערד געלייקט צו ווערן. (כ'בעט טאקע איבער די אלע וואס כ'האב נישט ערליך געלייקט) אבער באמת, לא על הלייקים לבדו יחיה האדם, עס איז אויך שייך צו מגיב זיין און דאנקן.

מורי ורבותי, לא לדרשה קאתינא, כ'בין נישט דא צו זאגן קיין מוסר, כ'וויל נישט מעורר קטרוג זיין ח"ו. לייקטס אריין וויפיל עס גייט. לאמיר אננעמען די נייע motto פון נו יארק סיטי "if you see something like something!" האסט הנאה געהאט גיב א לייק.


.[/justify]

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 8:47 pm
דורך זר זהב

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 8:58 pm
דורך [NAMELESS]
נא, ווער האט למעשה באקימען דיין טויזענט'סטע לייק??

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 9:04 pm
דורך הוגה
ראשעקאל האט געשריבן:נא, ווער האט למעשה באקימען דיין טויזענט'סטע לייק??


[tag]קאווע טרינקער[/tag].

כ'בין נייגעריג אויב עס איז דא א וועג צו זעהן וועם איך האב געגעבן די מערסטע לייקס.

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 11:26 pm
דורך משה געציל
כ'גלייב אז שרגא, פשוט ווייל האסט דאך געלייקט אלע זיינע תגובות...

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 11:34 pm
דורך סאשי פיש
עס שטייט שוין בפירוש גדול הלייקער יותר מן המקבל הלייק

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 11:37 pm
דורך קאווע טרינקער
הוגה האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:נא, ווער האט למעשה באקימען דיין טויזענט'סטע לייק??


[tag]קאווע טרינקער[/tag].
.


הוגה, שמך נאה לך, יעדע תגובה דיינע איז מיט קאפ און מוח. די עטליכע תגובות וואס כ'האב דיר נישט געלייקט איז מקוצר המשיג, אדער זענען זיי צווישען די נישט געליינטע הודעות.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 2:33 am
דורך מאטי
אויף הוגה קען מען זאגן בפה מלא "יותר ממה שהעגל רוצה לילק הפרה רוצה להילק"

נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 6:17 am
דורך טעפל
נהנתי ולייקתי..

נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 12:09 am
דורך ונבנתה העיר
הוגה האט געשריבן:[justify]איך בין נאך היבש ניי (און אולי אויך אומבאקאנט) דא.[/justify]

וואט עי דזאוק... דארט וואו הוגה איז - דארט איז ק"ש.

נאק עם' דעד, הוגה, תאכלימו כק"ש...

נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 9:20 am
דורך I'm back
[tag]הוגה[/tag], די קעפל דארף צו זיין בימיו אדער מימיו?