בלאט 1 פון 1

אנעים זמירות.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 10:45 am
דורך טאמבל סאס
אנעים זמירות ושירים אארוג

דעם שבת צופרי נאכן דאווענען, ביים פיוט אנעים זמירות ושירים אארוג, האט איך מיר פונקט דערמאנט אין א ווארט. (פונעם ליובאוויטשן רעבין)
ס'געווען א חסיד וואס האט געדאוונט יום כיפור אין ביהמ"ד און פון גרויס דביקות והתלהבות נישט געמערקט אז די פאסטונג איז געקומען צו א ענדע און ער קען שוין גיין עסן. (קען זיין ס'האט אים פשוט געדרוקט נאך פון די איינפאסטונג און די "סיסטעם האט נישט געטויגט")
ווען די מתפללים זענען צומארגנס געקומען אין שטיבל האבן זיי געטראפן דעם חסיד נאך ארומטאנצן דעם עמוד, און ער זינגט מיט גרויס דביקות "אנעים זמירות ושירים אארוג, כי אליך נפשי תערוג; נפשי חמדה בצל ידיך לדעת כל רז סודך."

יום הקדוש זענען די אידן דומה למלאכי השרת, און נאכדעם אבער דארפן זיי זיך אומקערן צו די געווענליכע טעגליכע לעבנסשטייגער. אבער אפילו דעמאלטס אין די פשוטע טעג, האלטן זיי אין איין בענקען צו די רוחניות'דיגע דערהויבענקייט וואס זיי האבן געשפירט יום כיפור און ביי תפילת נעילה.
דערפאר דארף א מענטש דורכן גאנצן יאר פרובירן זיך דערנענטערן צום בורא עולם דורכ'ן לערנען די סודות ופנימיות התורה. 'כל רז סודיך'.

קען מען צולייגן אז דערפאר זעהט מען אזעלכע וואס אגאנץ יאר זענען זיי פארנומען רעדן און שרייבן איבער תשובה, התרוממות לאלוקינו. וויאזוי אוועקצושטיין פון חטאים. און וויאזוי מען קען פון יעדן מאמר חכמינו ז'ל און יעדע גמרא ארויסדרונגען א לימוד פאר אונז וויאזוי זיך צו היטן פון די פגעי הזמן. דאס איז 'לדעת כל רז סודיך' אההה!!

נו וויאזוי מאכט מען א PDF ??