בלאט 1 פון 1

ברויך מען זיך רעכענען מיט פאליטיק ביי א שמחה?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 12:23 am
דורך נצבד
איך וויל נישט יעצט עפענען א צימעס אשכול, איך וויל זיך בלויז האלטען צו די נושא פון נאכדעם וואס ס'איז א פאקט אז סאיז דא פאליטיק, וואס א רעכטדענקיגער פערזאן זאל/מיז טאן.


יעדער ווייסט אז ס'איז דא ביי ביידע זייטען פון די סאטמארע צדדים,גענוג און נאך מענטשען וואס עסען נישט דעם אנדערען צד'ס קהילה פלייש,

היצטערט,א מענטש וואס ביי זיך אינדערהיים קויפט ער נאר זיין אייגענע קהילה פלייש פשוט אלס שטיצען די אייגענע מוסדות, אבער ווען ער גייט צו א צווייטענס הויז אדער שמחה וועט ער געהעריג עסען פון די אנדערע צד'ס "טריפה'נע..." פלייש,

יעצט ווען ער רופט א גאסט צו זיך אהיים,אדער ער מאכט א שמחה און ארדערט די פלייש פון זיין קהילה'ס שחיטה, וואס זאגט די שכל הישר? זאל ער ארדערען "אויך" די אנדערע צד'ס פלייש, פאר די אנדערע צד'ס חסידים? פשוט ווייל די מענטשען קומען זיך באטייליגען צו דיין שמחה אדער אלס גאסט, ווילסטו דאך זיי זאלען נהנה זיין פון דיר,שפיעל נישט מיט מיט די נארישע שטותים ביי דיין אייגענע שמחה.


אדער איז נארמאל און שכל'דיג צו לאזען די מענטשען הינגערען אדער עסען אינדערהיים? דו קומסט צו מיר אהיים אדער שמחה,העסטו עסען וואס איך שטעל צו,און "דו" זאלסט לאזען פאליטיק און מקוה.