ארויסגעווארפן פון טיכל סטאר!
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 6:32 pm
ס'איז געווען ערב יו"ט נאכמיטאג, כ'בין אריינגעגאנגען מיט אפאר קליינע קינדער אין א טיכל סטאר, קויפן עפעס פאר מיין ווייב. די אטאקע איז געקומען שנעל און שטארק. כ'האב געזעהן פאר מיר שטיין א אשה פארשמירט ווי די דאך פון א מצה בעקעריי, שוים ביי די מויל ווי שפת הים, און אנגעטוהן ווי איזבל. פלוצלונג האט זיך איר מויל געפענט און איך בין דעטראנקען געווארן אין איר פאר בושה. מענער ארויס! מענער ארויס! שרייט זי שטארק און קלאר, אזש כ'האב געמיינט איך בין צוריק אין כתה ג' ביי ענגליש. קודם האב איך געמיינט זי איז א קאסטומער, אבער ניין זי איז די סעילס לעדי. כ'האב איר געזאגט, אפשר לייג א סיין אינדרויסן אנשטאט שרייען, געט זי מיר א ליידיגע בליק ווי א פרה אדומה אלץ ענטפער.
די זאך איז אזוי, קען זיין זי איז גערעכט אלס ביזנעס אויס, אבער ס'האט בעקפייערט, ווייל מיין ווייב גייט שוין נישט גיין דארט. איי פאר אנדערע קאסטומערס, ווייס איך שוין נישט, אפשר וועט עס העלפן אז מ'דארף שוין נישט רופן חזק האטליין מ'קען שוין נתעורר ווערן אין סטאר בשעת'ן קויפן.
איך בין שוין כמה פעמים געווען און אלע מיני פרויען סטארס, נישט אלעמאל קען די ווייב גיין. אבער דיס וואס עי פורסט.
וואס האלט די עולם? ווען איך גיי צו G&G מיין איך טיילמאל איך בין אויך אין א פרויען סטאר.