בלאט 1 פון 1

דאגה בלב איש ישיחנה

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 10:35 am
דורך באגאבא
א גיט געבענטש יאר פאר אלע
איך ווויל מיר אויסשמיסען מיט א זאך וואס טיט מיר שוין זייער לאנג וויי, איך וויל נאר בעטען מחילה פינעם עולם דא אויף מיין שרייבעם אזוי איך בין ניי און מיין שרייבן איז נישט דע בעסטע, איך האף נאר אז במשך דע צייט וועל איך מער אויסארבערטן מיין שריפט
דע מעשה איז אזוי ב"ה דע אייבישטער האט מיר געהאלפען איך האב גיט חתונה געהאט מיט קינדערליך קע"ה אז ב"ה איך קען מיר נישט אפרעדען,
איין זאך ווואס איך האב א פראבליעם דאס איז ריפט זיך פרנסה נישט אז איך האב נישט נאר איך ענדיגט זייער שווער דיעם חודש. איך ענדיגט יעדע חודש ממש צים פעני געלויבט דיעם פין אויבן אז מיין ווייב תחי, קאפארירט מיט מיר אזוי קען איך עס אדורך שטיפען. אזוי גייט עס אן מדי חודש בחדשו ווען עס קימט א יו"ט סיזען ווערט ממש קריעת ים סוף ווערט נאך אזא יאר ווי דע יאר וואס עס געקימען ציזאמען מיטן צירוק שיקען דע קינדער און סקול וואס יעדער ווייסט ווי דע מוסדות רעכען זיך כמעט נישט מיטן מצב און קיין וואטשער קען איך נישט באקימען קימט אויס אז אזא צייט בין איך ממש דערשטיקט אבער איך רעד מיר נישט איך דאנק דיעם פין אויבן ב"ה דע קינדער דע ווייב זענען געזינט
מיין פראבליעם איז איז יעצט אזוי. איך געהער צי א שטיקעל חבורה צי ווי מען ריפט עס א גראפ פין 4-5 אינגעלייט וואס גייט שוין פין די דע יארן און ישיבה ב"ה אינז האלטען זיך זייער נאנט אזוי ווייט אז אינזערע ווייבער זענען געווראן פרענדס איינער מיטן צווייטען וועגען אינז, איין זאך זייער מצב הפרנסה זיעט אויס בעסער ווי מיינער -עכ"פ אזוי מאכן זיי דיעם אנשטעל- און לכבוד דיעם שפיר איך מיר א צווייטע קלאס כלפי זיי, זיי פארן כסדר מער אוויקעישען ציזאמען צי אויף מירון וכדו, למשל יעצט סיכות מאכט יעדע יאר א צווייטער א שמחה בית שאובה . היי יאר האבן זיי מיר עס געבעטן צי מאכן אזא שפיל קאסט מיר אפ צווישען 300 אין 400 דאלער אזאך וואס נישט כהיום
איך האב זיי למעשה אפגעזאגט מיט א באקבע תירוץ אז מיין ווייב שפירט זיך נישט גיט, אבער למעשה טיף אין הארץ עסט עס מיר אויף איך פיל מיר ממש ווי א דורך פאל קעגען זיי איך טריי מיר צי מחזק זיין אבער עס גייט נישט
איך האב מיר מישב געווען דאגה בלב איש ישיחנה איך וועל איך אויס רעדען מיין הארץ דא פשוט מיר לייכטער צי מאכן

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 10:39 am
דורך רויטע וואנצעס
ס'דא אסאך צושרייבן איבער דעם, אבער פאר א סטארט, שיק די לינק צו דיינע "רייכע פרענדס". viewtopic.php?p=136362#p136362

בערך ביי די מיטל דרייסיגערס גייסטו טוישן פלעצער מיט זיי, זיי וועלן גארנישט האבן געבליבן חוץ חובות און די שווערע סטעיזש פון חתונה מאכן. די וועסט אבער זיין א מענטש.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 10:47 am
דורך I'm back
קוק ווער עס רעדט! אלע פרויען מיינען אז מען מוז קויפן דוקא דיין קערידזשעס!!

ליצנות עסייד, איך קען אסאך אזעלכע, אבער דאס מיינט נישט אז זיי לעבן באקוועמער ווי דיר. א טייל בארגן זיך צאם געלט, און א טייל צאלן נישט שכר לימוד וכדומה.
די, אז די צאלסט אפ וואס די דארפסט, שטייסטו בעסער ווי זיי. ווען די ענדיגסט דאס יאר, האסטו נישט קיין שווערע געוויסן אז די ביסט שולדיג מענטשן געלט.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 11:04 am
דורך געפילטע פיש
אויב זענען זיי נאנטע חברים דיינע, זיי אפן מיט זיי, חברה, איך האב נישט איבעריג געלט פאר מיר אליינס, אפגערעדט פון מאכן פארטי'ס פארן גאנמע עולם. ס'נישט קיין שום בושה זיך צו מוטשען מיט פרנסה, און ס'מיינט נישט אז דו ביסט א דורכפאל. דו מאכסט מסתמא מער ווי די עוורידזש אמעריקאנע יוגענטליכע פון צוואנציג יאר אלט וואס האט שוין א ווייב און קינדער און האט נישט קיין היי סקול דעגרי. זאג פאר די חברה, ענקער מצב הפרנסה איז בעסער ווי מיינס, איר קענט נוצן מיין הויז אויב איר ווילט, אבער כ'קען לעת עתה נישט ספאנסערען די עקספענסעס, אי"ה לכשירחיב וועל איך נקמה נעמען בכפלי כפליים.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 11:23 am
דורך באגאבא
באמת שפיר שוין א דעלייכטערינג נאכן שרייבן
נאר באמת גייט דע פראבליעם סאך טיפער ווי למשל און בהמ"ד ביים קויפן דע עליות צי ביי שמחה וואס איך מיז קויפן א מתנה מיט געלט וואס איך האב נישט, אפילו מיין ווייב וואס מער א שטערקערע כארקטער פין מיר שטערט שוין אויך אז זי קען זיך אזוי צישטעלן ווי זיי
אזווי ווייט אז איך האב שוין געטראכט פין פשוט זיך ציטיילען פין זיי נאר איך בין שוין צי אריינגעדרייט מיט זיי אז דאס זיעט אימעגליך לע"ע

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 7:53 pm
דורך נצבד
פארוואס רופסטו זיי אן "חברים" ? מה נפשך, ווייסען זיי אז דו קענסט דאס נישט גרינג עפארדען, פארוואס זאלען זיי אויף דיר דריקען זיך צוצושטעלען?, ווייסען זיי נישט דיין מצב, דאן הערשט איז די שאלה, הזאת חברים יקרא?

קענסט די מעשה מיט רבי רבי זושא, וואס האט צוגעזעהן ווי איין שיכור פראסקעט אן דעם צווייטען שיכור פארען נישט וויסען וואס עם טוט וויי?