מיין איבערבעטונגס בריוו פאר קהילה קדושה פאפא
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 1:42 pm
מיין געזעגענוגס בריוו פון קאווע שטיבל האב איך שוין אפגעשריבן, אבער איך קען נישט אוועקגיין פון דא, איידער איך בין מתקן א וויכטיגע ענין.
איך וויל דא תשובה טון באותו מקום ובאותו מצב, אויף א מכשול שיצא מתחת ידי.
מיט א שטיק צייט צוריק, האב איך אפגעשריבן אן אשכול מיט א תוכחת מגולה פאר אידן וואס מאכן לצנות און חוזק פון קהילת-פאפא: דער אויבערשטער איז עדות אז איך האב עס געמיינט ערנסט און געוואלט ארויסברענגען די ווייטאגליכע נקודה דערפון. ליידער איז דער אשכול פארוואנדלט געווארן אין א ביליגע לצנות אויף א הייליגע קהילה בישראל, מיט נארישע ביליגע ווערטלעך אשר אין הדעת סובלתם.
עס איז געגאנגען אזוי ווייט אז מענטשן האבן נישט מורא געהאט צו רעדן על רבם ומנהיגם של חסידי פאפא, א זאך וואס טוט מיר זייער לייד. עס איז לית מאן דפליג אז דער איד איז א דורכגעווייקטער ירא-שמים, א תלמיד-חכם און ערליכער איד, נאכדערצו א מנהיג ישראל וואס פירט עדת מרעיתו ברמה, קיינער איז נישט מחולק דערמיט און דאס איז א זאך וואס איז גלוי וידוע לכל. עס איז א דבר הפשוט אז פון אזא זעלטענע איד וואלט מען געדארפט שטיין און הערן דיבורים וואס קומען ארויס פון א ריינע הארץ. ליידער זענען פאראן אזעלכע וואס ציטערן נישט אנצורירן דעם כבוד פון דעם צדיק און האבן נישט מורא פון דער 'וסביביו נשערו מאוד' און דערוואגן זיך חוזק צו מאכן פון אן ערליכן איד, וואס קיינער איז נישט מחולק אויף זיין ערליכקייט און איידלקייט, און דער צדיק האט נאך קיינעם דא נישט בא'עול'ט, אז דאס זאל בארעכטיגן דאס חוזק מאכן פון אים.
אבער לאמיר שוין אוועקנעמען דעם רבי'ן פונעם פיקטשער, און לאמיר טאקע רעדן פון די קהילה גופא: דוכט זיך אז עס איז נישט פאראן אין די וועלט נאך אזא קהילה פון דעם סארט ווי פאפא. פאפא האט באוויזן דאס וואס קיינער האט נישט באוויזן, צו בויען זייער חסידות שנעל און געשיקט, און אויך... שטיל. שטענדיג זענען זיי געשטאנען ווייט פון מחלוקת און פאליטיק, קיינמאל נישט אריינגעצויגן זייער יונגן דור און נארישקייטן, טעראר? - מאן דכר שמיה! זיי זענען מסתמא די איינציגסטע קהילה אויף די וועלט, וואס האט באהאנדלט מחלוקת אזוי קלוג, געשיקט און איידל, און זיכער געמאכט אז עס קומט נישט צו קיין פייערדיגע מחלוקת וואס די גאנצע גאס זאל רידערן דערפון פאר צענדליגע יארן. עס ליגט דערין א חכמה, א קלוגשאפט, און... איידלקייט.
די הייליגע פאפא קהילה איז באמת א זעלטן חשוב'ע קהילה, וואס האבן אנגענומען דעם כלל פון 'יתן למכהו לחי ישבע בחרפה', און שטילערהייט אבער זיכערערהייט וואקסן זיי און בליען אן דעם וואס מען זאל דאס באמערקן. שטיל און צוביסלעך האבן זיי ארויפגעברענגט א דור פון איידעלע חשוב'ע יונגעלייט, וואס מען זעט ווייניג פון דעם סארט. איך קען פערזענליך פאפא יונגעלייט, חשוב'ע פיינע יונגעלייט, א ברכה צו מאכן... און פיל פון די ליינער וועלן קענען מעיד זיין דערויף. די חכמה פון פאפא איז אבער, אז דאס אלעס ווערט געבויט אן קיין פאמפע און בלאזעריי, און נאך בתוככי העיר וויליאמסבורג, וד"ל... עס ליגט דערין א גרויס חכמה און געניטשאפט. זיי ספראוועט זיך נישט מיט די דרויסנדיגע גאס און פאליטיק, פארנעמען זיך נישט מיט הריגות און טעראר, נאר אין די זעלבע צייט בויען זיי מוסדות התורה והחסד, וואס האבן א נאמען אין שטאט אלס די בעסטע און די שענסטע. נישט אומזינסט וואקסט די קהילה שנעל און גרויס, הן בכמות און הן באיכות.
איך וויל מיט די ווערטער איבערבעטן די הייליגע קהילה, וואס טראצדעם וואס איך האב עס חלילה נישט געמיינט, איז דאך דער מכשול ארויסגעקומען מתחת ידי, וויל איך עס דעריבער פארריכטן. איך בעט איבער סיי די קהילה קדושה, סיי די חשוב'ע יונגעלייט המשתייכים לקהילת פאפא, ועל כולם עטרת ראשם ומנהיגם, כ"ק מרן אדמו"ר מפאפא שליט"א, וואס עס איז מעגליך ארויסגעקומען א זלזול אין זיין נאמען דורך דעם אשכול.
איך האף אז מען וועט מיר מוחל זיין, ובזכות זה זאל די קהילה ווייטער שטייגן און וואקסן בכמות ובאיכות, להוסיף פעלם לתורה ולתעודה.
והנני חותם למען בקשת מחילה
לכבוד שבת קודש