בלאט 1 פון 1

צוויי מאל חתונה מאכן א יונגסטן קינד?!

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 11:19 am
דורך ימי קדם
דאס איז מער א שאלה.

נעכטן האט אין מאנסי חתונה געמאכט זיין יונגסטער טאכטער, רבי ישראל האגער, וויזיניצער רבי'ס זוהן.

זאגט מיר איינער אן אינטערסאנטער זאך:
אויף ווי ווייט ער ווייסט איז נישטא נאך אזא מציאות אויף די וועלט, דהיינו: חתונה מאכן צום צווייטן מאל א יונגסטער קינד, פונעם זעלבן ווייב!!!
תשנ''ה, האט ער חתונה געמאכט זיין זיבעטער און יונגסטער קינד, טאקע נישט קיין סאך קינדער אבער נארמאל. יעדער איז געווען ביים חתונה וויסענדיג אז דאס איז זיין יונגסטער קינד, און ער וועט נישט חתונה מאכן פאר א גוטע פאר יאר, ביז צו זיין עלטסטער אייניקל ( חתונה געהאט תשס''ו).
אבער, א יאר דערויף, האט ער געהאט נאך א קינד!! און נעכטען האט זי חתונה געהאט.
בין איך נייגעריג, מו עס איז דא איינער וואס ווייסט פון נאך אזא מציאות אין כלל ישראל?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 12:48 pm
דורך גראדער
ליפא לויפער פון קרית יואל, נאכנישט געמאכט דעם צווייטן אינגסטן קינד. אבער ער האט געהאט נאך א אינגסטן קינד נאכן חתונה מאכן דעם ערשטן אינגסטן קינד.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 1:03 pm
דורך ימי קדם
פון איין ווייב? און וויפל קינדער האט ער?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 1:16 pm
דורך פיקציע
יא פון איין ווייב.
ער האט 2 קינדער בס״ה.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 1:23 pm
דורך [NAMELESS]
ר ישראל'ס איר אייניקל א אינגל האט נעכטן געזאגט פאר מיין ידיד ביי די חתונה אז זיין עלטער זיידע מאכט היינט חתונה זיין טאכטער. כמדומה לי אז עס איז זייער נישט בנמצא אזא זאך

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 2:09 pm
דורך ימי קדם
אה... צוויי קינדער איז נישט קיין דמיון....

ער האט שוין איר אייניקלעך פון 7 יאר אלט, און ער אליין איז שוין 64, מילא עס איז אינטערסאנט סתם אזוי אויך.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 2:43 pm
דורך outspoken
ר' ברוך מאשקאוויטש (מכניס אורחים) האט אויך געהאט די 2טע קינד הי''ו אפאר יאר נאכן חתונה מאכען די ערשטע.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 3:05 pm
דורך ימי קדם
פיין, די אלע רעדסטו נישט פון חתונה מאכן א גאנצע משפחה, און נאכדעם נאכאמאל.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 7:34 pm
דורך הערשי
לויט די חשבונות פון ימי קדם האט א 45'ציגער ר'ישראל שוין געהאלטן נאכן אויסגעבן שבעה בנים אין תשנ"ה. דאס איז א שטיקל קניינעהארע.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 10:58 pm
דורך ימי קדם
יא, ממש אזוי.
ער האט חתונה געהאט ביי די 17, און האט חתונה געמאכט די זיין ערשטע קינד ביי די 17, שטימט שוין?