בלאט 1 פון 2
(קעפל געטוישט) נייע קהילה: "קהילת ישרי לב"
נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 11:30 pm
דורך אדם הראשון
אזוי ווי כ'פלאן אפשער צי ווערען א רבי, ווילעך קודם זעהן מי ומי ההולכים,
די פלאן איז צי זיין א רביסטווע ציגעפאסט צים דור, אין אריינלייגען אין די יונגווארג תורה מיט יראת שמים מיט געשמאק אין ליבליכקייט,
די רעביסטווע וועט ווערען געפירט אויף א אופן פין היימישקייט אין ברודערליכקייט, נישט מיט קיין דיקטאטורשאפט, און אוואדאי נישט קיין קולט,
די ציל וועט זיין צי אויפשטעלען ערליכע יונגעלייט אין בעלי בתים, צי גאט אין צי לייט, סיי ברחניות אין סיי בגשמיות,
דערווייל ווערט אנגענומען נאר א באגרעניצטע צאל חסידים אין תלמידים, אין לויט די הצלחה וועט מען זעהן וויזוי צי גיין ווייטער,
די פלאן אין צי אויפשטעלען קליינע שטיבלעך אויף די לענג אין די ברייט פין אמעריקע, צי דרייסיג פערציג אינגעלייט פער שטיבל, זאל אפילו זיין צען שטיבלעך אין א שטאט, זאל עס אבער זיין קליינע שטיבלעך,
יעדע שטיבל וועט זיך פיהרען לויט די גייסט פין די דארטיגע אינגעלייט, אין נישט אז איין שטיבעל וועט זיין א קאפי פינעם צווייטען,
אין א אטמאטפער פין א קליינע שטיבל וועט קענען בעסער ארויס קומען די כשרונות פין די אינגעלייט,
די בחורים וועלען אויך לערנען אין די שטיבלעך, אין ס'וועט נישט זיין קיין ישיבות,
עקסטער וועט מען זיך אפגעבען צי לערנען א אומנות מיטען יונגען דור יעדער לויט זיינע טאלאנטען, כדי זיי זאלען גרינגער קענען ציקומען צי א פרנסה קלה ונקיה,
די ציגאנג צי די חינוך פין די מיידלעך איז דערווייל נאך נישט באשטימט,
ווער ס'איז אינטערעסירט זיך צי איינשרייבען אין די נייע קהלה קען עס טוהן דא אין דעם אשכול,
אזוי אויך עצות אין הצעות קען דא געשריבען ווערען,
הצלחה רבה
נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 11:40 pm
דורך קאווע טרינקער
שוין דא, מילקשייק.
בכל אופן, אויף וועלעכע אויסגעדראשענע ניגון גייסטו טאנצן 2 שעה מצוה טאנץ?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 11:48 pm
דורך פאריז
מיין ערשטע שאלה בעפאר איך גיי צו א נייעם רבין, וופיל קינדער האסטע?
אן א גאראנטי פון דריי געראטענע זון און צוויי משבקי״ם גיי איך נישט אהין,
א יעדע קהלה מוז האבן א exit strategy ווי אזוי עס גייט זיך ענדיגען, א רבי מיט דריי קינדער איז א גיטע אנהייב, פון דארט גייט עס שוין געשמירט.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 11:55 pm
דורך פרישער
מיין ערשטע שאלה איז וויפיל געלט האסטו
און בכלל איך קלער איך פעס, עס איז מיר גיט אזוי.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 11:57 pm
דורך רויטע וואנצעס
[tag]אדם הראשון[/tag] האט געהאט 2 זון, קין און הבל. טאקע זייער א פאסיגע נאמען פאר א רבי.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 12:01 am
דורך פאריז
די משל פון קין און הבל טויג נישט, ווייל דארט האט איינער פיזיש געהרגט דעם צווייטען און עס איז געבליבען נאר איינער, מען דארף האבן ווי עס זאל בלייבען צוויי לאורך כל הימים.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 12:02 am
דורך נולד מאוחר
קאווע טרינקער האט געשריבן:שוין דא, מילקשייק.
בכל אופן, אויף וועלעכע אויסגעדראשענע ניגון גייסטו טאנצן 2 שעה מצוה טאנץ?
שאלי גראסמאנ'ס [youtube]http://www.youtube.com/watch?v=TyjKCTZIbEk[/youtube]
נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 12:05 am
דורך הוגה
א געוואלדיגע פלאן מיט איין גרויסע חסרון..... די רבי. פארוואס קען מען נישט האבן דאס אלעס אן א רבי?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 12:08 am
דורך פאריז
האבן א רבי איז זייער א געשמאקע זאך, די רבי שטעלט צו כשר׳ע פרייע ענטעטעמעינט במשך דעם יאר, ער שטעלט צי אומזינסטע סערוויסעס, און ביי א טייל פלעצער באקימען געלט עס מיטצוהאלטען, עס איז ממש בל תשחית עס נישט צו האבן.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 12:36 am
דורך קאווע טרינקער
אז די רבי אליינס דרייעט זיך דא אין קאווע שטיבל, וואו וועלן די חסידים זיך קענען אויסגעבען?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 1:48 am
דורך נולד מאוחר
אויב האבן מיר זאלכע רביס פארמאכט זיך ק''ש. סוועט נישט זיין וואס צי רעדן מער.
איי וועלט וועט זיך נעמען שעלטען די סיסטעם.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 2:04 am
דורך הדד בן בדד
אדם הראשון, דער פערפעקט רבי פאר היינטיגע צייטן. איינער אויף וועמען די גמרא איז שוין מעיד אז ער איז געווען א מין, א כופר בעיקר, א כפוי טובה און א מושך בער...
פונקט צוגעפאסט פארן היינטיגן דור. מען קען שוין באשטעלן כל העולם כולו.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 2:23 am
דורך בערל_פרוכטבייסער
ס'קאסט מעמבערשיפ
אויב יא דאן זוכט א צווייטן
אז נישטויאמר הנני הנני
נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 10:04 am
דורך שמעקעדיג
נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 11:34 am
דורך הירשל ציג
כבר הי' לעולמים
נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 12:10 pm
דורך געפילטע פיש
פאריז האט געשריבן:די משל פון קין און הבל טויג נישט, ווייל דארט האט איינער פיזיש געהרגט דעם צווייטען און עס איז געבליבען נאר איינער, מען דארף האבן ווי עס זאל בלייבען צוויי לאורך כל הימים.
אדם האט געהאט צוויי זון? איר האט פארגעסן פון שת אדמזאהן.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 1:35 pm
דורך berlbalaguleh
פרישער האט געשריבן:מיין ערשטע שאלה איז וויפיל געלט האסטו
און בכלל איך קלער איך פעס, עס איז מיר גיט אזוי.
כ'האב געמיינט אז דו גייסט פרעיגן וואס פארא קוגל די רביצין (אדער להב' די פוילישע גוי'טע) מאכט(.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 2:23 pm
דורך פרישער
ווי לאנג איך האב גרויל אויף לי, בין איך געדעקט מיט מיין קיגל אפעטיט, און גלייב מיר אז איך האב נאך נישט גיפינען קיין קארטאפל קיגל וואס איך גלייך נישט.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 2:52 pm
דורך berlbalaguleh
פרישער האט געשריבן:ווי לאנג איך האב גרויל אויף לי, בין איך געדעקט מיט מיין קיגל אפעטיט, און גלייב מיר אז איך האב נאך נישט גיפינען קיין קארטאפל קיגל וואס איך גלייך נישט.
איך קען א אידענע וואס כ'בין גרייט צו בעטן (וועטן)

אז דו וועסט נישט גלייכן איר קוגל.
נ.ב.: זי האטצעך שוין אויסגעלערנט צו מאכן א קוגל.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 4:00 pm
דורך אדם הראשון
אפדעיט !
- איך בין נאר א עסקן פאר די נייע קהילה,
- ס'איז געפאלען די החלטה אז ס'וועט נישט זיין קיין רבי, נאר די בני הקהלה וועלען אויפנעמען א רב דורך וואלען, ווי דער קאנדידאט מיז געווינען לכה"פ 75% פין די שטימען,
- דער זוהן פינעם רב קען קיינמאל נישט לויפען אין קומענדע וואלען כדי צי פארמיידען "רעביסטווע",
- מיט א פעטיציע אינטערגעשריבען פין 25% פין קהילה מעמבער'ס, קען מען פאררופען וואלען צי מעביר זיין דעם רב, טאמער 50% שטימען צי מעביר זיין, ווערט דער רב ארויס געשטעלט פין זיין שטעלע, אין עס ווערט פאריפען פרישע וואלען,
- די נכסי הקהילה ווערען קיינמאל נישט פארשריבען אויפען נאמען פינעם רב,
- די עסקנים טוען איצט באטראכטען צי ניצען דעם נאמען "קהילת ישרי לב"
- אזוי אויך וועט זיין וואלען פאר ראשי קהילה אין טובי הקהל, דעטאלען דארפען נאך אויסגעארבעט ווערען,
נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 4:53 pm
דורך I'm back
אפשר זאל מען מאכן יעדער חודש אלול, וואלן?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 5:14 pm
דורך berlbalaguleh
אדם הראשון האט געשריבן:אפדעיט !
- איך בין נאר א עסקן פאר די נייע קהילה,
- ס'איז געפאלען די החלטה אז ס'וועט נישט זיין קיין רבי, נאר די בני הקהלה וועלען אויפנעמען א רב דורך וואלען, ווי דער קאנדידאט מיז געווינען לכה"פ 75% פין די שטימען,
- דער זוהן פינעם רב קען קיינמאל נישט לויפען אין קומענדע וואלען כדי צי פארמיידען "רעביסטווע",
- מיט א פעטיציע אינטערגעשריבען פין 25% פין קהילה מעמבער'ס, קען מען פאררופען וואלען צי מעביר זיין דעם רב, טאמער 50% שטימען צי מעביר זיין, ווערט דער רב ארויס געשטעלט פין זיין שטעלע, אין עס ווערט פאריפען פרישע וואלען,
- די נכסי הקהילה ווערען קיינמאל נישט פארשריבען אויפען נאמען פינעם רב,
- די עסקנים טוען איצט באטראכטען צי ניצען דעם נאמען "קהילת ישרי לב"
- אזוי אויך וועט זיין וואלען פאר ראשי קהילה אין טובי הקהל, דעטאלען דארפען נאך אויסגעארבעט ווערען,
כ'זעה אז ס'איז שוין דא אלעס, ב"ה.נכסי הקהילה, טובי הקהל, גבאים, שמשים, מקוה אידן און עסקנים. איין שאלה: איז דא א קהל אויך?!
נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 8:28 pm
דורך סאו וואט
ס'דערמאנט מיר דער מעשה מיטן שומרי אמונים רבי'ן פון ארץ ישראל ווער ער האט געזאגט פאר סאטמאר רב ר' יואל'יש ז"ל
אז ער האט גע'חלומ'ט אז זיין טאטע קומט אים זאגן אז ער דארף ווערן רבי, האט אים סאטמאר רב צירוק גע'ענט'פערט, זאג
פאר דיין טאטע אז ער דארף קומען און חלום צו הונדערט מענטשען זאלן ווערן דיינע חסידים, און דערנאך וועסטו קענען זיין א רבי.