בלאט 1 פון 1
בעקעטשע'ס פארמעסט...
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 12:18 pm
דורך שעפטל
כ'האב באקומען פון איינעם פיר בילדער פון רבנים וואס האבן די זעלבע (אדער כמעט די זעלבע) בעקעטשע'ס.... (כ'ווייס נישט די מקור דערפון, און אפשר איז עס אפילו שוין דא...)
קודם איז מיין שאלה, איז דאס ווי מיין סוט ביי דזשי ענד דזשי? מ'גייט אריין אין א ספעציעלע רום און מ'זעהט דארטן די דיזסיינס און מ'פרובירט עס אן? קוקן זיך די רבנים ואדמורים שליט"א למשל אין שפיגל צו זעהן צו זיי קוקן טאקע אויס גוט מיט דעם קאליר צו דיזיין, צו ס'איז נישט עפעס צו רעשיג? צו זיי פארלאזן זיך דארטן אויפן מבין?
נאכדעם, ווער ווייסט די סוד קדושים?
ווען גייט מען מער ליכטיג און ווען מער טינקל?
ווען גייט מיט גאלד און ווען מיט ווייס?
ווער גייט מיט די לאנגע צוויי סטראקעס אויף אראפ, און צוויי אויף די הענט, און ווער גייט נאר ביי די קרוגען און א דיקע אויף די הענט
(האדמו"ר מ'בורשטין אויפן דריטן בילד)? וואס איז טאקע פשט אז קרעטשניף (מיט סלעש סיגוט) גייען נאך מיט אזא ריטורן אויף די הענט סטראקעס?
ווער גייט מיט א דינע אבער מעטשי גארטל
(האדמו"ר מ'צאנז אויפן דריטן בילד), און ווער גייט מיט א דיקע
(האדמו"ר מ...? דער צווייטער רעכטס אויפן ערשטן בילד) ?
און וואס איז דער פשט צו גיין מיט א געהעריגע געשטריקטע שווארצע
(האדמורי"ם מ'קראלי וסקולען אינעם ערשטן בילד) צו גאר ווייסע גארטל אויף דעם קאלירטן בעקעטשע?
דאס יא, אלע זענען מקיים דעם ילבש.... ו'וואטעווער...

- בעקעטשע 1.jpg (103.39 KiB) געזען געווארן 2493 מאל

- בעקעטשע 2.jpg (104.71 KiB) געזען געווארן 2493 מאל

- בעקעטשע 3.jpg (102.47 KiB) געזען געווארן 2493 מאל

- בעקעטשע 4.jpg (88.75 KiB) געזען געווארן 2493 מאל
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 1:52 pm
דורך לעמיל
טעות
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 2:07 pm
דורך smart
# 2 ווער איז דער מיטעלסטע? א אינגערמאן
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 2:10 pm
דורך קרעקער
דעעשע רבי פין ב"פ איז א מימחה אין איינקויפען די סחורה פאר אלע רבי בעקיטשעס
נאכען טשוסען די סחורה גייט מען צו רויאל קלאדינג וואס נייט עס אויף
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 2:11 pm
דורך דער (פינטעל) איד
פארוואס איז טאקע רויאל אזוי באליבט ביי דע בנשק''ס ?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 2:14 pm
דורך רויטע וואנצעס
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 2:28 pm
דורך [NAMELESS]
אקעי, סאו ווער טאקע טראגט די בעקיטשעס די בעסטע??
די ערשטע ווייסע בעקיטשע מייניך אז קאליבער רבי טראגט די בעסטע
די צווייטע איז סתם מיאוס
די דריטע די קלויזענבורגער טראגט די בעסטע
די פערטע טראגט דער סערעטער די בעסטע
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 2:30 pm
דורך שעפטל
מיר קוקט אויס ביזסט מער געגאנגן אלץ הדרת פנים אויף יעדן בילד.... און גראדע ביזסטו גערעכט
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 2:38 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב נישט געקיקט אויף הדרת פנים. ר' זלמן לייב האט א שענערע הדרת פנים ווי דעם קאליבער. איך האב געקיקט אויף ווי גוט די בעקיטשע ליגט אויפ'ן גוף.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 5:27 pm
דורך געפילטע פיש
ווען דער עולם וואלט געוויסט וויפיל כוונות ס'גייען אריין אין די בעקיטשעס וואלט מען עס נישט גענומען אזוי לייכט. וויפיל מאל מ'ברענגט פארן רבי'ן די סחורות, די רבי טאפט זיי, קוקט פון אויבן און אונטען, צומאל שפארט זיך די רבי צו מיט די סחורות פאר א לענגערע צייט, קיינער ווייס נישט וואס בקודש פנימה קומט פאר. די גבאים און נגידים, בפקודת די רבי'ס קינדער, שאפן סחורות פון אלע עקן וועלט, מ'באטראכט וועלכע קאליר וועט זיין די בעסטע פאר די חנוכה לעכט, וועלכע סחורה וועט נישט צופיל צוריק גלאנצן די פלעשעס ביים חופה, און וואספארא מוסטער ליגט די בעסטע ווען ער זיצט ביים טיש.
פאר א חתונה מאכט מען זיכער מיטן מחותנ'ס גבאים אז זיי זאלן חלילה נישט טראגן די זעלבע דיזיינס, אומזינסט מיינט איר קומט קיינמאל נישט אויס אז צוויי בעקיטשעס גענומען פונעם זעלבן תחש טרעפן זיך קיינמאל נישט צוזאמען אין די בילדער מאגאזינען?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 5:30 pm
דורך מורינו הרב
איך ווייס פאר א פאקט, אז ביי איינע פון די חשוב'ע רבנים בדורינו, וואס ווען מען מאכט אים די בעקעטשע קויפן די גבאים אפ די גאנצע ראלל פון סחורה, אז קיין אנדערע אדמו"ר זאל נישט באקומען פונעם זעלבן סחורה וואס דער רבי פארמאגט.
איך גלויב אז דער רבי אליין ווייסט נישט דערפון. ער איז באקאנט אלס איד וואס ליגט אין העכערס. די גבאים מאכן אבער זיכער אז זייער רבי זאל ארויסשטייגן פון צווישן אנדערע רבי'ס.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 6:19 pm
דורך חקרן
געהערט אמאל א גוט ווארט:
פארוואס גייען געוויסע אידן אינדערוואכן מיט בלויע און קאלירטע העמעדער בשעת די ארבעט, און שבת גייט מען אין ווייסן, אבער די רבי'ס גייען שבת אין קאלירט אדער בלוי?
ווייל בשעת די ארבעט גייט מען אין בלויע קאלירן. דער בעל-מלאכה ארבעט אינדערוואכן, גייט ער דעמאלס אנגעטאן בלוי. דער רבי ווידער ארבעט אום שבת, דעמאלס טוט ער זיינע פינקציעס פון וואס ער מאכט פרנסה, גייט ער דעמאלס אנגעטאן אין בלוי.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 1:58 pm
דורך מ גפני
חקרן האט געשריבן:געהערט אמאל א גוט ווארט:
פארוואס גייען געוויסע אידן אינדערוואכן מיט בלויע און קאלירטע העמעדער בשעת די ארבעט, און שבת גייט מען אין ווייסן, אבער די רבי'ס גייען שבת אין קאלירט אדער בלוי?
ווייל בשעת די ארבעט גייט מען אין בלויע קאלירן. דער בעל-מלאכה ארבעט אינדערוואכן, גייט ער דעמאלס אנגעטאן בלוי. דער רבי ווידער ארבעט אום שבת, דעמאלס טוט ער זיינע פינקציעס פון וואס ער מאכט פרנסה, גייט ער דעמאלס אנגעטאן אין בלוי.
קרעדיט חצצקע רבי
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 9:08 pm
דורך איך אויך
דערמאנט די ווארט פון גאלאנטער רב/רבי זצ"ל.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 12:49 pm
דורך גיבור
? matsching
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 1:08 pm
דורך אפטעמיסט
די רבי'ס קוקן זיך אין שפיגעל ביים קויפן בעקיטשעס און פארלאזן זיך אויף א היתר מאה רבנן...
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 2:10 pm
דורך ציבעלע-קיגל
וואס האבען זיי אלע אין ? COMMON
אלע מעגן גיין אויף א שטרענגע דייעט צו פארלירן א שיינע פאר פונט
נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 8:11 pm
דורך [NAMELESS]
/
נשלח: מאנטאג מערץ 10, 2014 11:45 pm
דורך טיטאניק
דעשער רבי פון בארא פארק האט געהעריג שיין פרנסה פון דעם
רוב סחורות וואס מען זעט קימט פון עם
ער האט גאנצע ביכער פון אלע גילגולים פון דער תחש און צדיקים קימען וועלען די סחורות. און נאכדעם גייט מען צי כתר דער ריינהאלד אדער לי אין וומסב אדער ראיעל און זיי זענעם גומר די מצוה
איך בין אמאל געווען פאר פורים ביי דער דעשער אןן איך בין פשוט משוגע געווארען צי זען אלע רביס רויערהייט אויסגעצויגען אויפען טיש אן פלייש
ווייל ווער איז דען דער עכטער רבי אויב נישט די שטיקעלע סחורה וואס נעמט ארים דעם רבין??