בלאט 1 פון 1

ווען ווערטער וואס ענדיגן זיך מיט אן עין זענען "דער"

נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 6:56 pm
דורך ישובניק
כידוע, אז ווערטער וואס ענדיגן זיך מיט אן עין, אדער אפילו נישט מיט עין, אבער מיט'ן שוו"א-קלאנג - ווען מ'וויל ניצן מיט זיי דעם "באשטימטן ארטיקל", זאגט מען / שרייבט מען די (און נאך א פרעפאזיציע - דער); דהיינו, זיי ווערן באטראכט ווי א לשון-נקבה.

אן אויסנאם אין דעם זענען אבער די ווערטער וואס דריקן אויס א פעולה/טאט (ווערב), נאר ווערן גענוצט ווי א שם-עצם (זאכווארט), געווענליך צוזאמען מיט'ן הילפס-ווארט "טון", אדער "געבן". א סימן האבן זיי, אז אין לשון-הוה (איצטיגער צייט, קעגנווארט) און עתיד (צוקונפט), ווערט ביי זיי פארהיטן דער עין, אויך ווען עס קומט צו זיי דער ענדע-נון, און אין לשון-עבר בלייבט אויך דער עין און דאס ווארט ענדיגט זיך מיט א טית.

איין ביישפיל: טשעפע.
א טשעפע געבן, א טשעפע טון.
טשעפען.
געטשעפעט.

דער טשעפע.

(דאס אויבן-געזאגטע איז ווען מ'ניצט ווי א שם-עצם דעם שטאם פונעם ווערב, דהיינו, אן קיין סופיקס [סופיקס: ענד-טייל, צוגעגעבענער אות/אותיות ביים סוף ווארט]; אבער אז מען רעדט פונעם טאט בלשון-הוה [אינפיניטיוו] - באציענדיג זיך צום באגריף אין אלגעמיין, אדער צו א ספעציפישן טאט - מיט'ן צוגעגעבענעם ענדע-נון, איז דער באשטימטער ארטיקל - דאס: דאס טשעפען אנדערע; דאס טשעפען אים.)

עס זענען פאראן נאך פיל ווערטער פון דעם סארט.