בלאט 1 פון 2

דערציילט אייערע געלט שפארזאם געשיכטעס און עצות

נשלח: זונטאג דעצעמבער 08, 2013 6:53 pm
דורך חנניה זרח שטיגליץ
ס'איז געווינטשן צו זייין שפארזאם אפילו אסאך אירע זענען זיך טועה און לייגן אריין ''שפארזאם'' אינעם חדר פון ''קארגשאפט'' איז עס ווייט נישט דער אמת. אבער נישט דא וועל איך עס מסביר זיין, כ'וויל נאר מאכן דא א פלאטפארם וואו יעדער זאל שרייבן ווען און וויאזוי ס'איז אים געלונגען צו שפארן זיין אידיש געלט פארשטייט זיך נישט אויפן חשבון פון קאמפראמייזן אויף דאס וואס ס'פעלט אויס. למשל זאגן אז מ'שפארט זיך זינט מ'האט אויפגעהערט קויפן סעלמאן פיש פאר שבת און אנשטאט עסט מען טונא פיש פון א קען דאס איז נישט אין כלל. דאס וועט מען דארפן שרייבן אין א קארגשאפט אשכול.

ובכן, האב איך זיך געשפארט 35 דאלער אין א צייט ווען איך האב אפגעמאכט אז איך וויל שפארן געלט. נעמליך, כ'האב אויפגעגעבן מיין קאר. איז מיר שווארץ געווארן ווען דער לאקעל מאטאר וויקעל סערוויס האט מיר געבעטן 35 דאלער צו סורענדערן די לייסענס פלעיטס, ער מעג זיין גערעכט אבער איך האלט נישט אז דאס איז ריכטיג. האב איך גענומען דעם באן און אראפגעפארן אליינס קיין אטלאנטיק עוו, דאס גאנצע געשעפט האט גענומען איין שעה און יעצט שמייכל איך צו מיין 35 ריין געשפארטע דאלער. אקעי נעם אראפ 5 דאלער פארן טרעין

נשלח: זונטאג דעצעמבער 08, 2013 6:59 pm
דורך אפטעמיסט
איך שפאר דורך איגנארירן די ירושלימ'ע שנארערס וואס רוקן זיך אן יעדע תפילה ווי שוועמען נאך א רעגן. איך קוק זיי אין די אויגן מיט א בלעכענעם פנים און טראכט ניטאמאל פון זיי ווארפן אן אפגעריבענעם פעני. זאלן די אוכלי נהמא דכתיפא גיין ארבעטן און אויפהערן ארום קלעטערן ווי אומערצויגענע פאראזיטן. אזוי שפאר איך געלט.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 08, 2013 7:03 pm
דורך יאיר
אפטעמיסט האט געשריבן:איך שפאר דורך איגנארירן די ירושלימ'ע שנארערס וואס רוקן זיך אן יעדע תפילה ווי שוועמען נאך א רעגן. איך קוק זיי אין אויגן מיט א בלעכענעם פנים און טראכט ניטאמאל פון זיי ווארפן אן אפגעריבענעם פעני. זאלן די אוכלי נהמא דכתיפא גיין ארבעטן און אויפהערן ארום קלעטערן ווי אומערצויגענע פאראזיטן. אזוי שפאר איך געלט.

ר' איד, איר סאונדט בכלל נישט ווי אן אפטעמיסט.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 08, 2013 7:05 pm
דורך אפטעמיסט
סאיז נישט מיין עכטע נאמען. סאיז נאר א ניק

נשלח: זונטאג דעצעמבער 08, 2013 7:12 pm
דורך שמעקעדיג
אפטעמיסט, איך גיב גערעכט פאר יאיר. אז איר האט נישט צו געבן זענט איר פטור, אבער ביטע נישט רעדן אזוי אויף צובראכענע עניי א"י, אין אלע דורות האט מען זיי געשטיצט ווייל דער דלות דארט איז געפערליך. מען רעדט דאך דא פון עובדי ה'.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 08, 2013 7:22 pm
דורך אפטעמיסט
איך האב ב"ה צו געבן (און נאך ווי), אבער כגעב נישט בכוונה. אמאל זענען די עניי ארה"ק געוועהן ארמעלייט ווייל אין אר"י האט געהערשט א דחקות. היינט איז עס געווארן א חלק פון זייער קולטור נישט צו גיין ארבעטן על המחיה ועל הכלכלה נאר ענדערש עסן יענעמס ברויט. סאיז א בושה און א חרפה און איך וועל בשום אופן נישט שטיצן דעם צודרייטע מהלך החיים. (ליידער, די וואס ליידן דערוועגן, זענען די אמת'ע נצרכים וואס האבן נישט קיין אנדערע ברירה נאר קלאפן אויף טירן. אבער וואס זאל מען טאן) .

נשלח: זונטאג דעצעמבער 08, 2013 7:34 pm
דורך שטילע אינגערמאן
איך האב געטוישט צו גייקוא (geiko) אין כהאב געסעיווט

נשלח: זונטאג דעצעמבער 08, 2013 7:44 pm
דורך נולד מאוחר
Amazon prime כהאב זיך געסעוועד שיפינג.
טריפל באנדל tv phone internet.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 08, 2013 8:25 pm
דורך געפילטע פיש
נולד מאוחר האט געשריבן:Amazon prime כהאב זיך געסעוועד שיפינג.

כ'האף אז דו צוטיילסט דיך מיט נאך פיר מענטשען. (אדער באקומסט עס פאר פרי פון אמעריקאן עקספרעס)
נולד מאוחר האט געשריבן:טריפל באנדל tv phone internet.

Cut the cord איז ביליגער.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 08, 2013 9:01 pm
דורך פאריז
דריי מאל א וואך נעם איך פרישטיג פון דערהיים וואס מיין ב"ב גרייט מיר אן,
איך קויף נישט די איד/בלאט/נייעס באריכט/מעלות/שטערן/זמן/שפאקטיוו/בליץ/מיין ווייב קויפט זיך איין ענגלישע אויסגאבע,
איף לייג טעפס אויף מיין און מיינע קינדער'ס שיך {אלד פעשענד} עס שפארט צו קויפן נייע שיך

נשלח: זונטאג דעצעמבער 08, 2013 9:08 pm
דורך berlbalaguleh
איך האב אן אייגנארטיגן וועיג פון שפארן טייער אידיש געלט (יענעמ'ס). איך צושפאלט די מעטשעס (שוועבעלעך, בלע"ז) אין צוויי. אויך צונעם איך א טישו אין צוויי חלקים. איך גיי צו פעטהמארק און בעיט ביי זיי די אלטע סחורה וואס זיי קענען שוין נישט פארקויפן.
די סגולה (צו עשירות) פון די מעטשעס האב איך מיך געלערנט פון א משפחה עשירה בישראל. ווען מ'האט געפרעיגט דעם ראש המשפחה (בגן עדן תהא מנוחתו) וויאזוי האט זיך אנגעהויבן זייער עשירות, האט ער געענטפערט. צוערשט האב איך צו שפאלטנט די שוועיבלעך, און גענוצט נאר א האלבן שוועיבל אן צו צינדן דעם געז און די ליכט מוצאי שבת ביי הבדלה. נאכדעים האב איך אנגעהויבן האנדלען מיט אומלעגאלע געווער, און געטון נאך עטליכע אומ-לעגאלע זאכן (און מ'האט מיך נישט געכאפט) . אזוי בין איך ב"ה געווארן אן עושר. :lol: :roll: :D

נשלח: זונטאג דעצעמבער 08, 2013 9:13 pm
דורך נולד מאוחר
געפילטע ווי אזוי באקום איך פון amex amazon prime ?
קיינמאל נישט געהערט וואס איז cut the cord

נשלח: זונטאג דעצעמבער 08, 2013 9:24 pm
דורך געפילטע פיש
נולד מאוחר האט געשריבן:געפילטע ווי אזוי באקום איך פון amex amazon prime ?

https://www.americanexpress.com/us/content/amazon/prime-faqs.html

נולד מאוחר האט געשריבן:קיינמאל נישט געהערט וואס איז cut the cord

bit.ly/1df0SWr

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 09, 2013 1:05 am
דורך דער (פינטעל) איד
איך שפאר געלט מיט נישט געבן גאז ווען כ'זע שוין דעם רויט לייט , אנדערש ווי רוב "גרויסע טאטעס" וואס דרוקן די פיס אויפן גאז פעדעל ביז דע לעצטע רגע און מאכן שארט סטאפס און נאכדעם רעדן זיי זיך אפ אז זייער טרעקל פרעסט גאז.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 09, 2013 9:25 am
דורך diff
אפטעמיסט האט געשריבן:איך שפאר דורך איגנארירן די ירושלימ'ע שנארערס וואס רוקן זיך אן יעדע תפילה ווי שוועמען נאך א רעגן. איך קוק זיי אין די אויגן מיט א בלעכענעם פנים און טראכט ניטאמאל פון זיי ווארפן אן אפגעריבענעם פעני. זאלן די אוכלי נהמא דכתיפא גיין ארבעטן און אויפהערן ארום קלעטערן ווי אומערצויגענע פאראזיטן. אזוי שפאר איך געלט.


If they work it may jeopardize your income. They ask much less. Better give as shiener yid b4 they take it

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 09, 2013 10:26 am
דורך shlomyg
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:איך האב געטוישט צו גייקוא (geiko) אין כהאב געסעיווט


I was at Geico for a few years and now Switched to Progressive and saved 20%
make sure to go through a Yid Agent

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 09, 2013 10:41 am
דורך הבא ללמד
איך לייג אריין מיין עיקר מחשבה ווי אזוי צי מאכן א דאלער נישט ווי צי שפארן א דאלער!

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 09, 2013 12:15 pm
דורך berlbalaguleh
הבא ללמד: איך בין מסכים מיט דיר 100%. ווי דו קענסט אליין זעהן איז מיין מאמר געשריבן געווארן מיט א הומאריסטישן (אבער טיילווייז אמת'ן) טאן. די מעשה מיט די צושפאלטענטע שוועיבלעך איז אן אמת'ע געשיכטע וואס האט זיך אפגעשפילט אין יוראפ פאר די צווייטע וועלט מלחמה. :lol: :o :oops:

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 09, 2013 6:01 pm
דורך שמעקעדיג
איך האב לעצטנס געקענסלט מיין סובסקריבשאן צום "עונג שבת" :שמייכל

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 09, 2013 10:34 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג: אזוי שפעיט?! איך האב עס שוין געקענסלט דרייסיג יאר צוריק!!! :lol: :D :o :shock:

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 09, 2013 11:18 pm
דורך יוסף מ
איך שמיר הבדלה וויין אין טאש, און קויף אלעס לכבוד שבת קודש.

נשלח: דינסטאג אפריל 21, 2015 9:08 pm
דורך [NAMELESS]
berlbalaguleh האט געשריבן:איך האב אן אייגנארטיגן וועיג פון שפארן טייער אידיש געלט (יענעמ'ס). איך צושפאלט די מעטשעס (שוועבעלעך, בלע"ז) אין צוויי. אויך צונעם איך א טישו אין צוויי חלקים. איך גיי צו פעטהמארק און בעיט ביי זיי די אלטע סחורה וואס זיי קענען שוין נישט פארקויפן.
די סגולה (צו עשירות) פון די מעטשעס האב איך מיך געלערנט פון א משפחה עשירה בישראל. ווען מ'האט געפרעיגט דעם ראש המשפחה (בגן עדן תהא מנוחתו) וויאזוי האט זיך אנגעהויבן זייער עשירות, האט ער געענטפערט. צוערשט האב איך צו שפאלטנט די שוועיבלעך, און גענוצט נאר א האלבן שוועיבל אן צו צינדן דעם געז און די ליכט מוצאי שבת ביי הבדלה. נאכדעים האב איך אנגעהויבן האנדלען מיט אומלעגאלע געווער, און געטון נאך עטליכע אומ-לעגאלע זאכן (און מ'האט מיך נישט געכאפט) . אזוי בין איך ב"ה געווארן אן עושר. :lol: :roll: :D

דערמאנסט מיר פון דעם מעשה:


א גביר האט אמאל מסביר געווען וויאזוי ער איז אנגעקומען צו זיין עשירות. "דו מיינסט אז דאס קומט אזוי גרינג? דאס קומט נאר מיט שווערע ארבעט בהדרגה" - האט ער אויסגערופן מיט פאטאס.

ערקלערנדיג וויאזוי ער האט דאס באוויזן: "כ'האב געטראפן א נאדל אין גאס, האב איך עס פארקויפט פאר א גראשן, און מיטן גראשן האב איך געקויפט אן עפל, כ'האב פארקויפט דעם עפל אין אויסטויש פאר א מאראנץ. דעם מאראנץ האב איך שוין פארקויפט פאר פינף גראשן, און דאן האב איך געקויפט צען עפלעך. כ'האב פארקויפט אלע עפלעך און געקויפט מיט די געלט א פעדלער'ס טישל, און אזוי האב איך באקומען אפאר רובל, און דאן ---

--- איז מיין רייכע מומע געשטארבן און מיך איבערגעלאזט א ירושה פון 10,000 רובל.
און דאס רעשט איז היסטאריע... :lol: :lol: :lol:

נשלח: דינסטאג אפריל 21, 2015 10:47 pm
דורך berlbalaguleh
אדנירם: דעם סוף פון די מעשה לשיטתך האביך געהערט פון הרב הצדיק החסיד ר' שמעון דזשיגאן...!
נאר מיין רבי אין חדר האט אוועקגעפיהרט די מעשה מיט די נאדל און עפל און אראנדזש אויף א ביסל אן אנדערן מהלך...והנה: א מאן, לאמיר איהם אנרופן ר' יאנקל האט געהאלטן אין זיין האנט אן איי פון א טשיקן. און ער האט זיך אנגערופן צו זיין ווייב שרה. דו זעהסט אט דעם איי. פון דעם איי וועט ארויסקומען א טשיקן. און די טשיקן וועט לייגן נאך אייער. און די אייער וועט אויך ווערן טשיקנס. ביז אונז וועלן שוין האבן א גאנצן פארם פון טשיקנס. וועל איך פארקויפן א פאר טשיקנס און איינהאנדלען א קעלבל. דער קעלבל וועט גרויס ווערן און געבוירן נאך א פאר קעלבלעך און די קעלבלעך וועלן ווערן קוען און געבן א סאך מילעך. און אונז וועלן פארקויפן א סאך מילעך און פארדינען א סאך געלט. און מיט די געלןט וועללן מיר בויען א שיינע הויז און אריינלייגן די טייערסטע פוירניטשור. רופט זיך אן די ווייב איך וויל נישט דעי פוירניטשור. און דער מאן זאגט איך וויל יא...און זיי האבן זיך אנגעהויבן קריגן. נאכדעם איז מען אריבער צו שלאגן זיך מיט די הענט. און די איי האט זיך צו ברכן.... :lol: :roll: