בלאט 1 פון 1

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 5:46 pm
דורך למדן
אויב ס' דא ערגערע און מ' דארף ערגעץ אנהייבן קען מען אנהייבן ביי די ערגערע

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 5:49 pm
דורך [NAMELESS]
אפענע אנטיסעמיטיזעם. ממש נישט צו פארשטיין

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 6:09 pm
דורך בן-זומא
אפשר וועט די פראטעסט פון די רבנים וואס גייען קומען קיין אמעריקע פון ארץ ישראל וועגן די גזירת הגיוס הבני ישיבות אויפטוהן אז די אמעריקאנע גוים וועלן זעהן אז נישט אלע אידען שטיצן די מדינה במילא וועלן זיי נאכדעם שוין האבן אין זייערע קישקעס ווייניגער אנטיסעמעטיזם

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 6:27 pm
דורך נאר,,פרייליך
בן-זומא האט געשריבן:אפשר וועט די פראטעסט פון די רבנים וואס גייען קומען קיין אמעריקע פון ארץ ישראל וועגן די גזירת הגיוס הבני ישיבות אויפטוהן אז די אמעריקאנע גוים וועלן זעהן אז נישט אלע אידען שטיצן די מדינה במילא וועלן זיי נאכדעם שוין האבן אין זייערע קישקעס ווייניגער אנטיסעמעטיזם

אה!
לאמיר האפען רוף אהן נטרונא

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 7:47 pm
דורך berlbalaguleh
ראשעקאל האט געשריבן:אפענע אנטיסעמיטיזעם. ממש נישט צו פארשטיין

נעה, זיי זענען וואוילע מענטשן. זיי האבן נאר פיינט די ציונים ווייל זיי זענען שקצים. איז אויב מ'וועט אריינלייגן אן עד אין ניו יארק טיימס אז אונז ערליכע אידן האלטן נישט מיט די מדינה, וועט זיך דאס אנטיסעמיטיזם, וואס לויט ווי די גמרא זאגט איז געקומען מסיני. שמשם ירדה שנאה לעולם (על ישראל) אויפהערן. ס'איז ליידער דא אזעלכע נארישע, נאאיווע מענטשן ביי אינז וואס האלטן אזוי. :roll:

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 8:24 pm
דורך קאשמארן
ימח שמם גויעם וואס האבן פיינט ישראל זענען סתם אנטיסעמייטס! און דעם ניו יארק טיימס דארף מען אויך פארברענען!

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 8:52 pm
דורך berlbalaguleh
קאשמארן האט געשריבן:ימח שמם גויעם וואס האבן פיינט ישראל זענען סתם אנטיסעמייטס! און דעם ניו יארק טיימס דארף מען אויך פארברענען!

ניין. פארברענען טויג נישט. ווייל זיי וועלן קאלעקטן פייער אינשורענס. נאר מ'דארף מתפלל זיין אז זיי זאלן האבן א מיאוס'ן סוף. דורך די הענט די ידי עשו פון זייערע גוטע פריינט. :evil:

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 11:54 am
דורך סאשי פיש
דאס שנאת ישראל שרייט ארויס!!

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 12:34 pm
דורך טעפל
איך מיין ס'איז מער טמטום ווי אנטעסעמיטיזעם.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 12:48 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
מען האט פיינט דעם איד. ס'איז אמת אז נישט יעדעס מאל עמיצער טשעפעט אדער קריטיקירט א איד, איז די סיבה א שנאה פונעם גוי צו איד. מיט מדינת ישראל איז עס אבער קלאר דער פאל. רוב אטאקעס אויף דער מדינה - אין דער יו-ען און אנדערע - זענען באזירט אויף גאנצע און האלבע שקרים. אפילו ווען ס'האט יא א יסוד, איז אייביג פאראן א גרויסע ליסטע לענדער וואס וואלטן געקומען פריער. ס'איז שווער צו זען דעם איד גרויס און שטארק. די מערב וועלט האט זיך נאכנישט צוגעוואוינט צום נייעם טיפ איד, וואס אנשטאט קריכן מיט א געבויגענעם ריקן און בעטן רחמים מען זאל אים לאזן לעבן, שפאנט ער שטאלץ ביי זיך אין לאנד - איינס פון די מאכטפולסטע און פראדוקטיווסטע אין דער וועלט - און נעמט אליין קעיר פון ביזנעס.

מיר האבן נישט קיין צוקונפט אין גלות. ס'האט נישט מיט ציונות און קנאות, נאר פשוט פראקטיש גערעדט, האבן מיר נישט קיין עתיד דא. פריער צי שפעטער וועלן מיר זיין געצווינגען צו גיין.