בלאט 1 פון 1

סאנטא ווארט אויפן באס

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:45 pm
דורך רויטע וואנצעס
האלא מר. רויטע זייט נישט אזוי באבלאזן אייער טאכטערס באס וועט אנקומען פארן צווייטן שקיעה...

איך שטיי ווי א שוטה אויפן קארנער ווייל חלילה אויב די באס פארט אריין אין די בלאק. די דרייווער'ס גרויע האר זענען בשום אופן נישט מסכים צו ווערן ווייס פאר די צייט. ובכן מוז איך רויטע, מיט א נאז א רויטע פארפרוירן ווערן אין די קעלט, און קומען צו די קארנער ווארטן, ביז איך בין בלאס ווי א שניי מענטש אדער רויט ווי סאנטא.

די עולם וואקט דורך.. ווער איז דער משוגענער ביים קארנער וואס רייבט זיך די הענט בין הרגלים, האמיר דא א נייע משוגענער אין געגענט? ווי איז נחום ווען מ'דארף אים. ער וואקט אהער און אהין אינגאנצן נערוועז. ער זוכט א מנין פאר א אבל? די שכנים גייען דורך און פרעגן אויב אלעס איז אקעי אבער צווישן די אויערן פויק אינעם שכן'ס פיסק איז דא 5 לעיערס.

איין געלע באס, צוויי געלע באס, דריי געלע באס... איך בין צוריק אין פלעיגרופ.. איך זינג דעם באקאנטן באס ניגון וואס מיין ערשטע און לעצטע נקיבה טיטשער האט אריינגעבאכט אין מיר. ס'דערקענס זיך די גירסא דינקותא, אבער איך האב דעמאלסט נאכנישט געקענט גיין מיטן ניגון מער ווי דער נאמבער 10, היינט ב"ה קען איך עס שוין ביז 50 ווענציך ווי א טאג.

דער סאקער איז דא! ער נעמט זיך פייפן פאפ פאפ פאפ ווי ס'איז יובל, איך וועק מיך אויף פונעם חלום מיט א שמחה! יצא לחפשי! אבער ניין ער דארף מיר קודם זאגן עפעס זייער וויכטיג, אז אינדערפרי זאלסטו שטיין דא נישט דארט.. ווייל דארט..גארביזש..טראק..טיקעט.. סכנה.. .. איז בעסער אויב דא....בלא בלא בליפ.. שדפ"א, קאל מיך קויעלע.


בערל איך ווייס נישט אויב דו ביסט עס, אבער אויב יא פליז האלט די סמייליס פאר מיר ביים באס.
א הערצליכן דאנקי!

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 12:24 am
דורך גד החוזה
רויטע וואנצעס האט געשריבן:
דער סאקער איז דא! ער נעמט זיך פייפן פאפ פאפ פאפ ווי ס'איז יובל, איך וועק מיך אויף פונעם חלום מיט א שמחה! יצא לחפשי! אבער ניין ער דארף מיר קודם זאגן עפעס זייער וויכטיג, אז אינדערפרי זאלסטו שטיין דא נישט דארט.. ווייל דארט..גארביזש..טראק..טיקעט.. סכנה.. .. איז בעסער אויב דא....בלא בלא בליפ.. שדפ"א, קאל מיך קויעלע.


בערל איך ווייס נישט אויב דו ביסט עס, אבער אויב יא פליז האלט די סמייליס פאר מיר ביים באס.
א הערצליכן דאנקי!


רויטע, איך פארשטיי דיין געשמאקע און לעבידיגע מיטמאכענישען, אבער למען השם לאז אויס דעם גארבעדזש און דער גארבעדזש טראק. מיר לעבען דערפון דאס גיט אונז די חיות. מיין גרעסטע נחת איז ווען איך בלייב שטיין אונטער א גארבעדזש טראק ווי איך קען צוקוקען זייער ארבעט ווי אזוי זיי הייבען אויף אונזערע גארבעדזש בעגס אין לייגען אדער ווארפן דאס אריין אין זייערע טראק, ועל כולם וועלן זיי געבען א שלעפ דעם שטעקעלע אין דער שאוועל קומט צו גיין פון אויבן אין שלעפט אלע גארבעדזש בעגס אריין אינעווייניג אינעם בויך פונעם גארבעדזש טראק, ווען בשעת מעשה רינט אראפ נאר וואס פרישע אויס געקוועטשטע גארבעדזש זאפט.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 12:25 am
דורך דער (פינטעל) איד
ס'קוקט אויס ווי די האסט א ערנסטן פעטיש פאר גארבידזש איך וואלט נישט געוואלט זיין אין דיין בעדרום :D

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 12:30 am
דורך רויטע וואנצעס
גד איך מיין נישט שלעכטס, איך זעה נאר האסט אזוי ליב גארבעדזש, איז אלס סימנא מילתא נאדער א רמז אז ס'איז בשורש נשמתך. :D

גד החוזה עם הכולל (לייג צו נאך 1 בעג)
בגימ'
זבל

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 12:30 am
דורך שטילע אינגערמאן
די ווילסט עפענען א אייגן אשכול מיט גארביד'ש נאו פראבלעם, וואס באשמירסטו יענעמ'ס הערליך אשכול מיט דיינע גארביד'ש?
מדארף גאגן דיין משגיח אז די האסט דיין טאטנ'ס אלטע סמארט פאון אין א שכן'ס ווי פיי,

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 12:42 am
דורך רואה ואינו נראה
.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 12:51 am
דורך רויטע וואנצעס

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 12:58 am
דורך גד החוזה
איך פארשטיין די פראבלעמען ווייל איך האב פיינט צו בלייבען שטעקן אינדערפרי זיצענדיק אין דער קאר נערוועז ווי טייערע מינוטין לויפן פארביי, אאיך פאר צו א צוויי גאס אויב מעגליך, אבער טאמער עס געשעהנט אז איך בין געבליבן שטיין ממש אונטער דעם גארבעדזש טראק נוץ איך שוין אויס די צייט נהנה צו זיין פון די 'נפלאות הבורא'.
כל מה שברא לא ברא אלא בשביל ישראל אזוי זאגען אונזער חז"ל אין אזוי דארפען אונז צו גלייבען.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 3:34 pm
דורך רויטע וואנצעס
די געטרייע באס דרייווער איז גרייט מיט פרישע זאפאסן פון נערוועזקייט. די יאר וויל ער די אנדערע קארנער. ער האט ליב זשענזש.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 4:49 pm
דורך berlbalaguleh
רויטע וואנצעס האט געשריבן:די געטרייע באס דרייווער איז גרייט מיט פרישע זאפאסן פון נערוועזקייט. די יאר וויל ער די אנדערע קארנער. ער האט ליב זשענזש.

ר' רויטע וואנצעס: איך האב ערשט יעצט באמערקט דיין אשכול. איך ווייס נישט וויאזוי ס'האטציך מיר ארויסגעגליטשט. בכל אופן. דאס בין איך נישט. דער דרייווער פון מיין באס האט נישט קיין גרעיע האר. און ער הייסט בכלל נישט בערל...חוץ פון דעים. ווען איך זעה א מענטש טון וואס דו טוסט, רוף איך באלד די עף. בי. איי. און נאכדעים נחום... :? 8-) :lol: :x :P :oops: ;) :o