בלאט 1 פון 1
מיין צוקראכטע שטיבל
נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 3:51 pm
דורך אפטעמיסט
ס'פאסירט אמאל,
קען איך דערהערן,
אבער יעדן טאג?
מ'קען משוגע ווערן!
כ'פראביר אריין לאגן,
אבער ס'געט א קיצל,
איך לעכצט נאך
קעטשאפפאר מיין טריקענע שניצל,
נעכטן און היינט,
דער מצב איז ביטער,
ווי קען מען לעבן,
אן די ברויט און פיטער,
ווערטער נישטא,
ס'משוגע מטארע,
כ'ציטער ס'האט געשאט,
א שלעכטע עין הארע,
כ'וואלט מיר געווישט דעם נאז,
אנע פאעזיעס מאכן,
אבער ווי בין איך פארזיכערט,
אז ס'גייט מארגן נישט קראכן?
ווי א גרוש א צובראכענע,
וואס זיכט זיין ליעבל,
קלאג איך און וויין,
אויף מיין צוקראכטע שטיבל.
נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 3:55 pm
דורך דער (פינטעל) איד
איך זע אבער יא עטליכע קאמענטס פון לעצטע שעה צוויי וואס פשט? ס'דא ביי וועם ס'האט יא געארבעט?
נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 3:57 pm
דורך ברסלבער
זייער שיין אפטעמיסט. אזוי גייט עס, א גוטע זאך קומט אן שווער...
נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 4:17 pm
דורך שמעקעדיג
אפטעמיסט האט געשריבן:כ'פראביר אריין לאגן,
אבער ס'געט א קיצל,
איך לעכצט נאך
קעטשאפפאר מיין טריקענע שניצל,נעכטן און היינט,
דער מצב איז ביטער,
ווי קען מען לעבן,
אן די ברויט און פיטער,
איך האף אז דו רעדסט פון טונא שניצל, נישט בשר וחלב ח"ו. (פיש און מילך יש מקילים).
נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 4:27 pm
דורך רויטע וואנצעס
[tag]אפטעמיסט[/tag], הערליך!!!
איז עס געווען אייוועלט העקערס אדער פאליש העקערס?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 2:15 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 10:44 pm
דורך אפטעמיסט
מה לך נרדם,
טוט ענק אויפוואכן,
ס'איז ביטער ווי א גאל,
ס'הערט נישט אויף קראכן,
אנהייב האב'ך געלאכט,
געמאכט פון דעם וויצן,
אבער ס'איז שוין גארנישט קיין ווערטעל,
כ'פאנג שוין אן שוויצן,
ווער ווייסט צי ס'איז העקערס,
אונטער די אטאקעס גנוז,
פאמאסקירטע פארשוינען,
מיט בייזוויליגע כוונות,
כ'בעט די גבאים,
זאלן די אטאקעס אפשטויסען,
ווייל איך פאנג אן ציטערן,
און קטן'ען אין די הויזן.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 10:54 pm
דורך נולד מאוחר
כהאב מורא אז באריסטא האט געפענט
די אשכול פאר די שטיבעל אליינס.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 11:20 pm
דורך שמעקעדיג
טויש קעפל צו "מיין צוקראכטע צוזעצטע פארוואונדעטע צושאסענע (יואב... פיל אריין נאך לשונות) שטיבל"
נשלח: פרייטאג יאנואר 03, 2014 12:12 am
דורך יאיר
ווי האט זיך דער הייליגער ראפשיצער אויסגעדריקט? "נישטא נאך אזא גאנצע זאך ווי א צובראכן שטיבל."
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 5:01 pm
דורך ברסלבער
טאקע א גוטע זאך ווען די סייט קראכט צומאל, אזוי זעהט מען וואס מיר פארמאגן ווען עס קראכט נישט.
אבער דאס איז גוט פון צייט צו צייט, נישט יעדן צווייטן טאג.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 5:51 pm
דורך שמעקעדיג
לאור מיין אדיקשאן, בין איך זיך מחי' יעדעס מאל ווען דער שטיבל קראכט - עכ"פ אין די ארבעטס שעות...
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 6:17 pm
דורך טשולענט
טייערע יודן האט נישט קיין פאראיבל
אז ס'פאסירט אזאנס זעהט מען וואס מיר פארמאגן
אזוי ווי מיר אלע האבן שוין מקובל
ס'קומט נישט אן גרינג יעדע דבר הגון
צו קענען באקומען פיינע געשניטענע צוויבל
מוז מען אביסל וויינען עס צו קענען פארטראגן
דאס זעלבע דא ביי אונז אין שטיבל
פאר א דבר השלם דארף מען אמאל קלאגן
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 6:20 pm
דורך zurich
שמעקעדיג האט געשריבן:לאור מיין אדיקשאן, בין איך זיך מחי' יעדעס מאל ווען דער שטיבל קראכט - עכ"פ אין די ארבעטס שעות...
אבער דו טשעקסט יעדע סעקאנד אפשר דאך איז עס שוין אפען א יא!
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 6:51 pm
דורך שמעקעדיג
איך בין נישט אזא שטייטער ווי דעם, איך טשעק 6 מאל פער סעקונדע
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 8:01 pm
דורך zurich
אויב אזוי וואס איז די שמחה ווען דאס שטיבל קראכט ?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 9:24 pm
דורך איינגעמיירעט
רויטע וואנצעס האט געשריבן:[tag]אפטעמיסט[/tag], הערליך!!!
איז עס געווען אייוועלט העקערס אדער פאליש העקערס?
[tag]רויטע וואנצעס[/tag]
סטוט מיר זייער וויי אז מענטשען דא דערמאנען ״פאליש״
סקען ח״ו אריין גיין בגדר מכשיל את הרבים.
סאיז א פלאץ פון the lowest of the lowest,
ישראל כשהן יורדין יורדין עד למטה.
איך האב געזעען דא און ק״ש דערמאנט דעם פאליש,איך בין אריין דארטען, און סהאט מיר געקאסט דאס הארץ.
דאס low moral און בעבישקייט איז צום וויינען.
סאיז מיר שווער צוזעען יודען וואס לעבן ווי נידריגע שווארצע און ספאנישע.
סאיז נידריג, און פיל מיט יצרא דעריות אופן נידריגען אופן, און סקומט נישט מזאל עס דערמאנען דא.