בלאט 1 פון 2

האדמו''ר מוויזניץ מאנסי וועט פארציילן היינט זיין נס הצלה

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 9:15 am
דורך ימי קדם
ווי באקאנט, האלט מען אין אסאך חסידישע מקומות, היינט נאכט, דעם ''רוסישען ניטל'', און אין וויזניץ האלט מען עס פון חצות היום ביז חצות הלילה (און דאס איז בנוסף צו די ניטל בליל אידם וואס מען האלט פון די שקיעה ביז חצות הלילה).

אין מאנסי, האבן וויזניצער חסידים אויפגענומען מיט וואונדער, וועט דער רבי האט פלוצלינג געלאזט וויסן, עפעס וואס ער האט נאך קיינמאל פריער נישט געטוהן, און ארויסגעשטעלט א ''סדר היום'', דהיינו:
1:00 - תהלים בציבור, מיטן רבי'ן (לידיעה בעלמא, עס איז די ערשטע מאל וואס ער גייט זאגן תהלים בציבור 'just so', אין וויזניץ איז דא די קביעות'דיגע זמנים ווען מען זאגט תהלים, און חוץ מזה ווער ער מעדיף זיין לערנען, און אפילו ער איז גאנץ שטארק מחזק דאס זאגן תהלים בעת הצורך, האט ער עס נאך קיינמאל נישט געטוהן אהן א ספעסציפישע סיבה).
4:00 - מנחה.
און נאכדעם וועט ער פארציילן ברבים זיין נס הצלה ביי די צווייטע וועלט מלחמה.

די רבי פארציילט די סיפור יעדעס יאר אום ''ל''ד בעומר'', אבער יעצט זאגט ער אז ער וועט עס פארציילן ''ווי קיינמאל בעפאר'', באריכות, מיט אלע דעטאלן.

און כדרכם של חסידים (שוטים?) איז מען שוין דן וואס ער גייט מחדש זיין, און וואס איז דער ציהל פון דעם, פון סתם וועלן האלטן די כולל אינגעלייט פארנומען, ביז וועלן מכריז זיין נייע תקנות אדער מחאות, כדרכו....

איין זאך איז זיכער: אפילו ביי די 92 יאר, און נאכן זיין 42 יאר רבי, קען מען נאכאלץ אויפקומען מיט חידושים.

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 9:39 am
דורך קאווע טרינקער
אויב איז ער בעל מספר ווי א בעל מנגן, איז דאס מן הסתם די זעלבע אלטע מעשה נאר מיט נייע תנועות.

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 9:57 am
דורך פישלע העררינג
תהילים - כנגעים ואהלות - מעג מען זאגן ניטל?

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 10:07 am
דורך איש עברי
דער אייבערשטער זאל אים געבן אריכות ימים ושנים, ער איז נאך פון די איינציגע וואס איך קען פארשטיין אז מען קען זיין א אנהענגער פון אים, ער האט א שיעור קומה, א ווארימע מענטש וואס נעמט שיין אויף אידן, א מתמיד עצום און א איש אמת [טראץ וואס ער איז ליידער זייער א פאנאטישע מענטש און ער שלאגט זיך אויף שטותים]

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 10:08 am
דורך [NAMELESS]
וואס איז פשט אז אין וויזניץ האלט מען ביידע ניטל'עך?

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 10:42 am
דורך שרייבער
אלס ספיקא דיומא

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 10:44 am
דורך shem-tov
וואס מיינט א שעור קומה

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 11:07 am
דורך berlbalaguleh
ראשעקאל האט געשריבן:וואס איז פשט אז אין וויזניץ האלט מען ביידע ניטל'עך?

ווייל מסתמא אינדער-העים אין וויזניץ איז געווען צוויי ערליי גוים. די וועלכע זענען קאטאליקן, און האלטן דעצעמבער 25. און די גריעק-ארטהאדאקס/פראוואסלאוונע, וועלכע האלטן זייער חגא לויט'ן אלטן גוי'אישן קאלענדאר, דעצ. 25, וואס קומט אויס יאנואר 6, לויט'ן נייעם קאלענדאר. :?: :!: :idea: :o

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 11:51 am
דורך כתר מלכות
שרייבער האט געשריבן:אלס ספיקא דיומא


איינער האט אמאל געפרעגט הרה״ק מהר״א מבעלזא זי״ע פארוואס מען האלט נישט צוויי טעג ניטול אלס ספיקא דיומא, האט ער גענטפערט, מהאלט יא, אזוי ווי דער פסוק זאגט, אם תעזבנו יום יומיים אעזבך, ודפח״ח.

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 12:02 pm
דורך shem-tov
איך כאפ נישט די ווערטל

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 12:15 pm
דורך ימי קדם
berlbalaguleh האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:וואס איז פשט אז אין וויזניץ האלט מען ביידע ניטל'עך?

ווייל מסתמא אינדער-העים אין וויזניץ איז געווען צוויי ערליי גוים. די וועלכע זענען קאטאליקן, און האלטן דעצעמבער 25. און די גריעק-ארטהאדאקס/פראוואסלאוונע, וועלכע האלטן זייער חגא לויט'ן אלטן גוי'אישן קאלענדאר, דעצ. 25, וואס קומט אויס יאנואר 6, לויט'ן נייעם קאלענדאר. :?: :!: :idea: :o

כמעט... אין וויזניץ אין בוקאווינא האט מען נאר געהאלטן די רוסישע ניטל פון 12 ביז 12 אזוי ווי די גוים דארט (אזוי איז געווען אין רוב מקומות, פון חצות צו חצות), ווען דער אהבת ישראל איז אנגעקומען קיין גרויסווארדיין, וואו מען האט געהאלטן דעם 25'סטען אזוי ווי די גוים דארט, האט ער אויך אנגעהויבן האלטן די 25'סטען, און היות איינע פון די שטערקסטע יסודות פון ניטל, איז דער ענין פון מנהג ישראל תורה, האט ער זיך האלטענדיג צו מנהג אבותיו, געהאלטן ביידע, און אזוי איז עס שוין געבליבן.
און באמת, דא אין אמעריקע וואו צווישען די גוים איז דא וואס האלטן דעם ערשטען, און עס איז דא וואס האלטן די צווייטע, איז דאך פשוט אזוי.

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 12:29 pm
דורך שמעקעדיג
ראשעקאל האט געשריבן:וואס איז פשט אז אין וויזניץ האלט מען ביידע ניטל'עך?

ירא שמים יוצא ידי שניהם.

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 12:42 pm
דורך shefele
שמעתי אז עס גייט הערשט זיין נאך מעריב. איז דא איינער וואס קען ביטע אויסקלארן?
איך האב חשק צי זיין דארט

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 12:50 pm
דורך ימי קדם
יא, מעריב איז ביים זמן (5:23).

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 12:57 pm
דורך חקרן
תהילים איינס-אזייגער

די סיפור פינעווע צייט

(זאכן קענען זיך נאך טוישן)

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 1:52 pm
דורך איש עברי
כתר מלכות האט געשריבן:
שרייבער האט געשריבן:אלס ספיקא דיומא


איינער האט אמאל געפרעגט הרה״ק מהר״א מבעלזא זי״ע פארוואס מען האלט נישט צוויי טעג ניטול אלס ספיקא דיומא, האט ער גענטפערט, מהאלט יא, אזוי ווי דער פסוק זאגט, אם תעזבנו יום יומיים אעזבך, ודפח״ח.


ס'איז נישטא אזא פסוק און מיטאמאל אזא מדרש

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 2:28 pm
דורך כתר מלכות
נישט קיין פסוק טאקע, רש״י דברים יא יג ברענגט דאס פון מגלת סתרים.

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 2:34 pm
דורך shem-tov
די הייליגע רש"י. פונקט אזוי גוט ווי א פסוק
אבער כפארשטיי נאך אלץ נישט דאס ווערטל

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 2:42 pm
דורך כתר מלכות
פשוט טייטש, אויב וועסט איבערלאזן די תורה פאר איין טאג, וועט די תורה דיך איבערלאזן פאר צוויי טעג. קומט אויס אז מיט׳ן נישט לערנען איין טאג, איז מען פארזיכערט נישט צו לערנען צוויי טעג, ממילא איז שוין די ספיקא דיומא בעיה געלעזט.
#אדזשאוקאיזמעןנישטמסביר.

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 3:08 pm
דורך shem-tov
סאו וויל איך פארשטיין וואס די פשט פונעם ווערטעל. האט ער נישט געהאלטן פון ניטל ווייל סאיז א בחינה פון ביטל תורה. האט ער יא געהאלטן פון מאכן צוויי טעג נאר מען איז מוצא מיט איין טאג. פארוואס זאל דא שייך זיין צו מאכן צוויי טעג. איז עס פארעכענט אין בעלז אלץ א שארף ווארט אדער אלס א תורה פון רבין.

אנטשולדיגט פאר די קשיות אבער איך בין נישט קיין בעלזער און כהאב נאך קיינמאל נישט געהערט קיין ווערטל פונעם הייליגן בעלזער רב .זצוק"ל וויל איך פשוט פארשטיין זיין דרך
סאטמער רב'ס ווערטלעך קען איך, און איך ווייס עס וויאזוי אפצולערנען.משא"כ דא בין איך פרעמד. איינער קען מיר פארשטיין געבן. שכח

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 4:00 pm
דורך חקרן
א שטיקל באריכט אויפן ארט:

דער בית-המדרש איז גאנץ געפאקט, ס'איז דא פארענטשעס ביי די זייטן. מען איז אריינגעקומען פון אלע שטעט און אויך די בחורים פון גיבערס זענען דארט. מען האט אנגעהויבן אביסל שפעט און דער גאנצער עולם זאגט תהילים. אויפן ארון-קודש האט מען אויפגעבויט א ספעציעלע סטעידזש וואו עס איז צוגעגרייט א מייקראפאן. דארט וועט דער רבי זיצן ופניו כלפי העם און וועט פון דארט דערציילן די מעשה ברבים. (כ'מיין אז ס'איז שלא כסדר דארט צו רעדן אויפן ארון-קודש אין פארנט פון די גאנצע עולם).

מענטשן אויפן ארט זאגן אז מעריב איז אביסל נאך פינעווע און דערנאך וועט ער דערציילן די מעשה ברבים. בינתיים הערשט א שטיקל געשפאנטקייט צווישן עולם, ווייל מען רעכנט זיך אז דער רבי וויל עפעס זאגן פארן עולם און ס'איז נישט סתם ווייל ער וויל אנפילן די צייט. מען קען אבער נישט וויסן, ס'איז שווער אויסצורעכענען מיט אים, און עס קען נאך זיין אז עס מיינט טאקע גארנישט, ער וועט אביסל דערציילן און יעדער וועט אהיימגיין בשלום. צייט וועט זאגן וואס דער אמת איז.

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 5:17 pm
דורך ימי קדם
חקרן, לאז וויסן ווי אזוי עס גייט, און אויב ביסטו גרייט אויף מסירת נפש (בגשמיות - די חברה זענען עלול אויף שפיכת דמים ווען עס קומט צו דעם) כאפ אפאר בילדער.

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 8:19 pm
דורך קאווע טרינקער
נו?? וואס איז די נייע מעשה? חרם? איסור? תקנה?