בלאט 1 פון 1

כולל יונגערלייט גייען זיך לערנען א פאך - אדמו"ר מבעלז

נשלח: מיטוואך יאנואר 08, 2014 5:09 pm
דורך היימישער ליטוואק
איך האב יעצט גהערט פון א מקור מוסמך אז ביי א גרויסע דרשה ביי א כינוס פאר חסידי בעלז האט איינער פון די גבאים ר' יחיאל מיכל פירר איבערגעגעבןבשם בעלזער רבי אז כולל יונגעלייט זאלען אוועק געבן 2 טעג א וואך אין די נאכמיטאג שעות זיך צי לערנען א פאך. דער גבאי האט מסביר געווען אז תורה איז די חשוב'סטע און העכער אלעס אבער וויבאלד רוב יונגעלייט גייען נישט צו בלייבען ביים לערנען אויף אייביג, אן דאס אז מען לערענט פינף יאר אין כולל און מען גייט שוין ארויס נאר ממש ווען מען האט שוין נישט קיין צייט זיך צי לערנן א פאך טוט שאטען אז דער יונגערמאן זאל קיינמאל נישט זיין מסודר, א יונגערמאן האט א חיוב צו ברענגן פרנסה אין שטוב און מען זאל גיין לערנען א פאך אז עס זאל אנקימען בדרך כבוד. די יונגעלייט וואס וועלן פאלגען און אויסניצען צוויי נאכמיטאג'ס א וואך זיך צי לערנען א פאך, וועלן באקימען זייער כולל געלט פינקט ווי דער יונגערמאן וואס בלייבט א גאנצן טאג אין כולל און גייט נישט לערנען קיין פאך.


ווייסט איינער מער דערוועגן?
לייקענן דאס אפ די בעלזער חסידים?
גייען זיי דאס איינפירן אין אמעריקא און אין קאנאדע אויך?
זענען די בני תורה ובראשם מרן רב שטינמאן שליט"א מסכים?
גייען זיי עס נאכטוהן? (100% אז ניין!!)

לדעתי איז עס א דבר טוב. כאטש איך האב וואס מוסיף צו זיין אך לא עת לאריכות עכשיו.