בלאט 1 פון 2
א מעשה מיט א הוט
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 4:14 pm
דורך אפטעמיסט
שוין, דא בין איך נאכאמאל.
די וואס קענען מיר ווייסען אז מחמת איזה סיבה איז מיר עפעס באשערט צו ליידן און מיטמאכן ציפקע צרות, טאג איין טאג אויס. כ'ווייס נישט וואס כ'האב אזוי געזינדיגט, אבער כ'האב יעדע צווייטען טאג נאך פראבלעמס. איך מיין אז כ'בין די מערסטע אקטיווע ניק אין אחיעזר. נו, וואס זאל מען טון, מ'איז נישט געקומען אויף דעם וועלט לעקן האניג.
פאלגענד איז מיין "צרה אוף די דעי",
כ'שטיי היינט אויף גוטמוטיג, כ'כאפ א ביסקיס, מאך מיר א קאפי, שנייד א שטיקל מזונות און איך גיי ארויף אויף ק"ש. אלס זעהט אויס צו גיין אין דער גוטע ריכטונג. כ'וועק אויף מיין פרוי, זאג איר גוט מארגן, כ'גיי ארויס צו מיין קאר און פאר אין ביהמ"ד.
סאו פאר סאו גאאד.
אבער דא האבן זאכן אנגעהויבן גיין מיטן עיקוץ ארויף. ווי נאר כ'קום אן לעבן ביהמ"ד און כ'טרעט ארויס פון מיין קאר פאנג איך אן שפירן די בייזווילגע ווינטן און פראסטיגע קעלט. ציטערענדיג אז מיין הוט זאל נישט כאפן א קאצקע האב איך אנגעהויבן בייגן מיין קאפ אויף אראפ אזוי האפענדיג אז די ווינטען בלאזן אויף אראפ און מיין הוט וועט זיך האלטן. כ'האב פראבירט קנייטשן מיין שטערן און האלטן דאס הוט צווישן איין קנייטש מיטן צווייטן, אבער געוואלד... מיין הארץ האט פארפעלט א קלאפ. יא, מיין הוט איז געגאנגען א גאנג. פאר וואס ווען וואו, איז שוין דער הוט געוועהן א גאס ווייטער און ליידער אומגעקומען אין א טראגישן עקסידענט.
ס'איז נישט דאס הוט וואס באדערט מיר אזוי. כ'ניץ אים נישט מער ווי געציילטע מינוט אין טאג און בכלל קען איך מיר ב"ה ערלויבן א נייע. וואס לאזט מיר נישט קיין מנוחה איז דער פאקט אז כ'בין א שלימזל.
וואס עפעס דארף פונקט מיין הוט פליען? גאט אין הימעל פארוואס?
שוין, אן אפטעמיסט בין איך דאך און פון סתם וויינען האט מען גארנישט, עפן איך דעם אשכול וואו מ'וועט געבן עצות וויאזוי צו פארמיידן א הוט געפליאכטס.
עצות וואס איר זאלט נישט געבן:
1) לייגן א בענדל (איך בין נישט קיין בר מצווה בחור)
2) האלטן דעם הוט (אין איין האנט ליגט דער טו"ת און אין דער צווייטע האנט מיין סעלפאן)
3) גיין אן א הוט (כ'בין נישט קיין גוי)
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 4:21 pm
דורך ברסלבער
אפטעמיסט האט געשריבן:וואס עפעס דארף פונקט מיין הוט פליען?
איך גלייב נישט אז דו ביזט ממש דער איינציגסטער. איך קען נאך געציילטע אידן וואס די הוט פליעט זיי אראפ אין די ווינט...
בכל אופן זאגן די עקספערטן אז ווען עס געשעהט אזא היט-נ-ראן עקסידענט, זאל מען עס דוקא נישט נאכלויפן, נאר ציווארטן ביז עס לאנדעט ערגעץ וואו. די מציאות ווייזט אז ווען מען לויפט עס נאך וועט עס אייביג פליען ווייטער.
איך פיר זיך צו זאגן א קורצע תפלה פאר איך גיי ארויס אין אזא וועטער, איך בעט דעם אייבערשטן אז איך זאל עס דורכמאכן בשלום, אינקלודינג אז די הוט זאל מיר נישט פליען.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 4:24 pm
דורך הערשי
אפטעמיסט האט געשריבן:כ'שטיי היינט אויף גוטמוטיג, כ'כאפ א ביסקיס, מאך מיר א קאפי, שנייד א שטיקל מזונות און איך גיי ארויף אויף ק"ש.
מילא ק"ש, מסתמא האסטו נישט געוואלט פארשפעטיגן דעם זמן, אבער וואס איז דאס פאר א גע'מזונות'עכץ פארן דאווענען?
ואותי השלכת אחרי גוך, אל תקרא גוך אלא כובעך.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 4:26 pm
דורך שרייבער
הערשי האט געשריבן:אפטעמיסט האט געשריבן:כ'שטיי היינט אויף גוטמוטיג, כ'כאפ א ביסקיס, מאך מיר א קאפי, שנייד א שטיקל מזונות און איך גיי ארויף אויף ק"ש.
מילא ק"ש, מסתמא האסטו נישט געוואלט פארשפעטיגן דעם זמן, אבער וואס איז דאס פאר א גע'מזונות'עכץ פארן דאווענען?
ואותי השלכת אחרי גוך, אל תקרא גוך אלא כובעך.
דאס אינזין געהאט
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 4:28 pm
דורך איש עברי
דאס איז בלויז נאך א באווייז אויף די חורבן וואס דאס אוועקגיין פון די מסורה ברענגט מיט זיך.
ווי קומט צו אזא אינגעמאן ווי אפטאמיסט נישט צו גיין א קוטשמע אין ווינטער ווי עס האבן זיך געפירט אונזערע זיידעס?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 4:29 pm
דורך איש עברי
הערשי האט געשריבן:אפטעמיסט האט געשריבן:כ'שטיי היינט אויף גוטמוטיג, כ'כאפ א ביסקיס, מאך מיר א קאפי, שנייד א שטיקל מזונות און איך גיי ארויף אויף ק"ש.
מילא ק"ש, מסתמא האסטו נישט געוואלט פארשפעטיגן דעם זמן, אבער וואס איז דאס פאר א גע'מזונות'עכץ פארן דאווענען?
ואותי השלכת אחרי גוך, אל תקרא גוך אלא כובעך.
נו אז ער האט געגעסן א שטיקעלע מזונות זאל ער שוין נישט דאווענען?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 4:31 pm
דורך יואב
לייג דעם גוי אין א זייט. באמת גערעדט. קענסט מעך מסביר'ן פארוואס דו דארפסט א הוט ביי שחרית, נאכדערצו אז דו האסט א קאר. ס'טייטש דאס אז די וויליאמסבורגע שטירן וועלן פארפינגערן זייערע ברילן אויף דיר, איז מען נישט חושש, ווייל אויפן גאס שפאצירסטו דאך נישט הוט-לאז. אין סמעדריש ווען גייט קלאפן א נפקא מינה? צווישן ארויסקומען מיט אראפגעצויגנעם ארבל פון מקווה, ביזן א שמייס טאן די ד' כנפות'דיגן בגד אויף אלע שונאים, ממש דעמאלט מוזטו זיין פארהוטעלעזירט?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 4:38 pm
דורך איש עברי
אגב נאך די הארציגע קינה וואס דו האסט געשריבען ווי ביטער עס איז דיר דאס לעבן אין וויליפעסט איז די הוט מעשה בלויז געווען א ערוואכונג אלארעם און די שטרוי וואס ברעכט די אייזעלס פלייצע אז סאיז געקומען די צייט אז אפטאמיסט זאל זיך אוועקציען פון דארט
מיר פארגינען נישט פאר וויליאמסבורג אזא אוצר, העכסטנס כדאי זיי צו פארגוטיגען לאז דארט די געהרגט'ע הוט
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 5:25 pm
דורך געפילטע פיש
כ'האב יעצט געטראפן א הוט דא אויפן גאס, נישט געוויסט דו גייסט א האמבורג. טוה דיר אן א פלאטשיקס, ס'איז בעסער פאר די אעראדינאמיקס.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 6:30 pm
דורך אפטעמיסט
וואס ברויך איך צו טוען פאר מעריב? כ'טראכט פון ניצען מיין שטריימל.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 6:31 pm
דורך zurich
אפטעמיס, ס'געוועין א היט ענד ראן?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 8:08 pm
דורך שמעקעדיג
געפילטע פיש האט געשריבן:כ'האב יעצט געטראפן א הוט דא אויפן גאס
הממ... עס קומט מיר פאר ווי עפעס א יוסף מוקיר שבת מעשה בדורינו.
געפילטע קוק אויב עס ליגט דארט א דיימאנד שטיינדל וואס דער פריץ אפטעמיסט האט אריינגעלייגט.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 8:09 pm
דורך ישמעאל הכהן
ביי יוסף מוקיר האט מען געטראפן א פיש, דא האט עס א פיש געטראפן...
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 11:09 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 11:35 pm
דורך געפילטע פיש
שמעקעדיג האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:כ'האב יעצט געטראפן א הוט דא אויפן גאס
הממ... עס קומט מיר פאר ווי עפעס א יוסף מוקיר שבת מעשה בדורינו.
געפילטע קוק אויב עס ליגט דארט א דיימאנד שטיינדל וואס דער פריץ אפטעמיסט האט אריינגעלייגט.
א דימאנט האב איך נישט געטראפן, אבער אביסל קנאבל און צוקער פון א פדיון הבן ליגט נאך יא דא. אפטימיסט, אויב דו ווילסט קענסטו קומען אפנעמען די קנאבל, די צוקער האב איך שוין גענוצט.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 11:37 pm
דורך שמעקעדיג
יעצט האט געפילטע געמאכט עפעס א נייע חתימה פון יוסף. האט עס עפעס מיט מוקיר שבת? וואט עי קאנספיראציע.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 11:39 pm
דורך פישלע העררינג
אפטעמיסט,
שיין צו זעהן אז דו גייסט א היט אפילו אין כינע!
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 11:43 pm
דורך פישלע העררינג
געפילטע פיש האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:כ'האב יעצט געטראפן א הוט דא אויפן גאס
הממ... עס קומט מיר פאר ווי עפעס א יוסף מוקיר שבת מעשה בדורינו.
געפילטע קוק אויב עס ליגט דארט א דיימאנד שטיינדל וואס דער פריץ אפטעמיסט האט אריינגעלייגט.
א דימאנט האב איך נישט געטראפן, אבער אביסל קנאבל און צוקער פון א פדיון הבן ליגט נאך יא דא. אפטימיסט, אויב דו ווילסט קענסטו קומען אפנעמען די קנאבל, די צוקער האב איך שוין גענוצט.
טאמבל סאס זוכט עס אין זיין חתימה. בארד בארד, ווי איז דיין קנאבל...
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 11:43 pm
דורך געפילטע פיש
שמעקעדיג האט געשריבן:יעצט האט געפילטע געמאכט עפעס א נייע חתימה פון יוסף. האט עס עפעס מיט מוקיר שבת? וואט עי קאנספיראציע.
נע, פלעין, געטראכט אז מיין חתימה האט שוין עקספייערט, מ'געדענקט שוין אפילו נישט וואס די דזשאוק איז, מוז מען דאך מאכן אן אנדערע חתימה. טראכט איך אבער צו זיך, וואס עפעס מוז מען? אז יוסף האט געקענט ארויסגיין אן א חתימה, קען איך אויך. יעס ווי קען!
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 11:50 pm
דורך מאטי
געפילטע פיש האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:כ'האב יעצט געטראפן א הוט דא אויפן גאס
הממ... עס קומט מיר פאר ווי עפעס א יוסף מוקיר שבת מעשה בדורינו.
געפילטע קוק אויב עס ליגט דארט א דיימאנד שטיינדל וואס דער פריץ אפטעמיסט האט אריינגעלייגט.
א דימאנט האב איך נישט געטראפן, אבער אביסל קנאבל און צוקער פון א פדיון הבן ליגט נאך יא דא. אפטימיסט, אויב דו ווילסט קענסטו קומען אפנעמען די קנאבל, די צוקער האב איך שוין גענוצט.
גיב א קוק צו ס׳דא א צוריסענע חתן ציגארעט אינעם לעדער פון אינעווייניג.
נשלח: פרייטאג יאנואר 24, 2014 12:27 am
דורך געפילטע פיש
אה ס'איז א חתן ציגארעטל??? און איך האב געמיינט אז כ'האב גלייגט די האנט אויף די סחורה, געטראפן צוברעקעלטע בלעטער, מיינענדיג אז דאס איז חלבנה אליינס, כ'האב עס איינגעוויקעלט, גערייכערט, און זיך געווינדערט ביז יעצט פארוואס די high איז נאכנישט אנגעקומען.
נשלח: פרייטאג יאנואר 24, 2014 12:42 am
דורך מאטי
און געמאכט א שווייג ביז יעצט, גערעדט נאר פון קנאבל.
נשלח: פרייטאג יאנואר 24, 2014 12:49 am
דורך געפילטע פיש
וואס דען? מודה זיין אז כ'האב עס געטראפן און דארפן צוריק צאלן? אזוי קען איך זאגן אז ס'איז ארויסגעפלויגן צוזאמען מיט יוסף מוקיר שבת'נס שטיינדל.