בלאט 1 פון 3

ק"ש ניקס השייכים לחודש אדר וליו"ט פורים (הוללות איז אסור)

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 1:23 am
דורך דער (פינטעל) איד
נישטא א בעסערע צייט זיך דורכצושמועסן עניני דיומא וועגן שמחה און ווען דער שמחה ווערט אביסל OTD און ס'גייט אראפ צו הוללות ל"ע ה' ישמור מהם ומהמונם. יעצט גייט זיין גאנצע אכט וואכן אדר אדר אדר אדר !!!!!! העלא!!! (נד"נ) המן האט אזוי געשריגן אדר אדר! אפילו ער, המן! האט עס אזוי ליב געהאט.

הקדמה. ס'גייט זיין 8 וואכן וואס מ'איז באפוילן פון בינג בענג (אה... ער האט געזאגט בינג בענג! יעדער ליינט ווייטער) צו זיין [tag]נאר,,פרייליך[/tag]. אין אזא חודש איז א מצווה מקרב צו זיין אונזער ידיד נאר,,פרייליך. ס'איז ממש זיין אושפיזען! יעדער זאל אויך אינזינין האבן אין אזא חודש ר' [tag]מנשה לוסטיג[/tag]! מ'מוז דאך זיין לוסטיג יעצט

אדר איז מזל אדר דגים איז אויך א מצוה מקרב צו זיין [tag]געפילטע פיש[/tag], פישל'ע העררינג און [tag]סושי פיש[/tag] (הגם סושי איז א אויפגעקלערטע זאך וואס מ'האט נישט געזען ביי אונזערע עלטערן) און [tag]פיש כאפער[/tag]! (ער איז זיכער יעצט זייער בי זי) דארף מען פאר זיי אויך געבן א shout out! אויך טאר מען נישט פארגעסן פון [tag]יין שרף[/tag]!! מיט וועם מ'טוט דעם מצוה אליין פון נכנס יין. אויך דארף מען אויסשרייען א אויסשריי פאר הוגה! (סריס המלך שומר). און נישט פארגעסן פון [tag]שושן פורים[/tag] אליין!

איך אליינס בין מרדכי הצדיק, איך וויל זיך נישט אליינס רימען אבער אזוי קוקענדיג זיך אין שפיגל זע איך מיר גענוי ווי מרדכי, א מרדכי מיט א פינטעל איד וואס שרעקט זיך נישט פאר קיינעם. אלע אויפגעקלערטע שרייען געב זיך שוין א ביק פאר המנ'ן וואס איז דער גרויסער עסק? אבער ומרדכי לא יכרע ולא ישתחוה! איך ביק זיך נישט! לייק מיר יא לייק מיר נישט איך בין א איד און איך וועל בלייבן ריין! מרדכי שרייט: נישט גיין צום סעודה אבער דע אידן דארט וואס האבן זיך שוין נעבעך איראניענאזירט לאכן עם אויס וואס פארשטייט דער נישט אויפגעקלערטער מרדכי וואס איז שטאלץ מיט זיין פינטעלע איד?

אוי איך האב געטרינקען ענק באמערקן? איך בין שיכור!! ס'געווען א איד וואס האט געטרינקן משקה און געשיכורט א גאנצן חודש אדר ווייל זאגט ער אז המן איז געווען א רשע מרושע אויפגעקלערטער פארוואס האט ער נישט געבעטן פון אחשוויירויש מער ווי (מער פון) איין טאג צו הרגנען אלע (אויך אויפגעקלערטע) אידן האט ער נישט מורא געהאט אז אפשר וועט איין טאג נישט זיין גענוג צייט עס צו טון אויף אלע אידן? נאר -זאגט יענער איד, המן האט מורא געהאט אויב וועט זיך זיין פלאן נישט אויסארבעטן וועט עס ווערן א פריילכער טאג האט ער נישט פארגינט פאר אידן מער ווי איין טאג.. אבער איך ווייס דאך יא אז ער וואלט געוואלט עכט א גאנצן חודש דערפאר טרינק איך א גאנץ חודש!! אין א עיבור יאר האט ער אפשר געטרינקען אכט וואכן.

אסאך קינדער פארשטעלן זין און טון זיך אן [tag]רויטע וואנצעס[/tag] אדער מאכן זיי זיך אויסזען ווי [tag]זיידעטשקע[/tag]'ס אסאך חסידישע קינדער פארשטעלן זיך ווי [tag]היימישער ליטוואק[/tag]'ס מאנכע פארשטעלן זיך ווי [tag]ברסלבער[/tag]'ס מיט גרויסע נח נחמ נחמן קאפלעך. אום פורים ווערט יעדער איד אן [tag]אפטעמיסט[/tag], יעדער טאנצט און שפרינגט כאילו ס'פעלט עם גארנישט. יעדער מקטון ועד גדול איז [tag]סופר ומונה[/tag] וויפיל געלט ער האט געלייזט, און דער מקוה שטיפער וואס א גאנץ יאר זיצט פון אונטען איז אין פורים דער [tag]ראשעקאל[/tag] אליין. פורים איז ווי א [tag]יאנטעף[/tag] אינדערוואכן, יעדער קינד זאגט תורות ווי דער גרעסטער [tag]ידען[/tag]
איך האב אויסגעלאזט איינעם? אויב יא ביטע זיך אנרופן
אין אזא צייט דארף מען זייער אכטונג געבן נישט חלילה אריינצופארן אין הוללות רח"ל ס'איז זייער א דינער ליניע צווישן שמחה של מצוה און הוללות וואס איז יללות פון רשעים. אין אייוועלט האט איינער געפענט א אשכול "משנכנס שמחה מרבין באדר" און ס'נאך נישט פארמעקט אפילו. איך פארשטיי נישט דע הנהלה דארט זאל צו אזן אזא שרעקליכע הוללות מ'לאזט זיך וואויל גיין מ'מיינט אז ס'איז הותרה הרציעה מ'מאכט זיך אייגענע מאמרים. יענער שרייבער איז א ציפידיגער לץ וואס מיט זיין גיפט טרייבט ער אזוי ליצנות, שוין איך ווייס נישט אפשר איז עס טאקע נישט אזוי געפערליך איך נעם זיך צופיל צום הארצן.

שוין גענוג אשכול'ס פאר מיר היינט. גענוג געווען. אוי ליהודים היתה אורה אההההההההההההההההההה איי לאוו יו, פככככככעעעעעעעעע ברענגטס א לעוואר.




.

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 8:48 am
דורך טיטאניק
זייער שיין פינטעלע
די שייכות פון פורים מיט דער פינטעלע איד איז זייער גרויס
ליהודים: אפילו פאר דער פינטעלע איד אויך
מרדכי היהודי: ווי דו האסט טאקע פריער געזאגט
אז מען פרעגט פינטעלע איד מן התורה מנין קען מען זאגען אז אין די מגילה ווערסטו דערמאנט זייער אסאך

וכאן הבן שואל בבכי פארוואס האט מען נישט געמכט פלאץ עטליסט איין מאל עפעס א רמז פאר דער טיטאניק??
און ווי איז אינזער פריינד דער פינטעלע איד צו מוחה זיין על עלבון הטיטאניק?????

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 9:40 am
דורך געפילטע פיש
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:איך אליינס בין מרדכי הצדיק, איך וויל זיך נישט אליינס רימען אבער אזוי קוקענדיג זיך אין שפיגל זע איך מיר גענוי ווי מרדכי, א מרדכי מיט א פינטעל איד וואס שרעקט זיך נישט פאר קיינעם. אלע אויפגעקלערטע שרייען געב זיך שוין א ביק פאר המנ'ן וואס איז דער גרויסער עסק? אבער ומרדכי לא יכרע ולא ישתחוה!

העי! נישט אזוי שנעל. ווען אלע אידן האבן געשריגן צו מרדכי, "מרדכי ביזט אין גלות, רייץ דיך נישט מיט המנ'ן, זיי דיך נישט מתגרה באומות! בייג דיך אביסל." איז מדרכי געשטאנגען פעסט מיטן אידישע שטאלץ, איך גיי זיך נישט בייגן צום גלות, האלט דיך מיט דיין התגרות באומות, איך גיי לוחם זיין קעגן דעם בכל כוחי. און אזוי האט ער טאקע נוקט געווען אין די שיטה פון ארבעטן פון אינעווייניג, ער איז געווען א גרויסע מענטש אין פאלאץ, מאנכע זאגן אפילו אינעם כנסת. זיין ווייב\ניכטע האט ער אריינגעשטעקט מיטן קעניג אליינס, אזוי עמי בבית, און אזוי איז טאקע ארויסגעקומען די ישועה.

געוויסע פרומע פאקטארן אין סנהדרין האבן טאקע נישט געהאלטן פון זיינע שריט, און פארדעם שטייט טאקע ורצוי לרוב אחיו, ולא כל אחיו. אבער היסטאריע האט געוויסן ווער ס'איז גערעכט געווען.

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 10:01 am
דורך שפתים ישק
שפתים קישאקTM!

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 10:24 am
דורך שמעקעדיג
שפתים ישק האט געשריבן:שפתים קישאקTM! [/tag]!

אוי וויי, ס'איז מיר גוט. איך האב נישט געמיינט דאס מיט מיין ניק! איך האב געטראכט פון פערפיום ווען כ'האב געמאכט מיין ניק. ביטע נישט צאממישן,

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 10:28 am
דורך טיטאניק
גערעכט גערעכט
ווי פלעגט זעמל זאגען? עס איז דא "שטינקאוויטש" און "שמעקעדיג" צוויי אנדערע מושגים
אבער פארט שבעים פנים לתורה
איינער וועט טייטשען אז שמעקעדיג מיינט פורים נאכמיטאג און שטינקעדיג מיינט פראפיום
אדער וועט א צווייטער שרייען פינקט די היפך
א פערטער וועט מסביר זיין אזא פשט, אלו ואלו דברי אלוקים חיים, ביידע קענען מיינען ביידע, די פראגע איז נאר ווי שטארק די שמעק איז, אויב למשל איז די פראפיום צי שטארק און אלע שכינים היסטען פון די שמעק איז עס שוין בגדר שטינק, אבער אויב די ברעכאטץ שמעקט נישט אזוי געפערליך איז עס נישט בגדר שטינק, נאר שמעק
ואידך פירושא זיל גמור

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 11:31 am
דורך דער (פינטעל) איד
געפילטע פיש האט געשריבן:
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:איך אליינס בין מרדכי הצדיק, איך וויל זיך נישט אליינס רימען אבער אזוי קוקענדיג זיך אין שפיגל זע איך מיר גענוי ווי מרדכי, א מרדכי מיט א פינטעל איד וואס שרעקט זיך נישט פאר קיינעם. אלע אויפגעקלערטע שרייען געב זיך שוין א ביק פאר המנ'ן וואס איז דער גרויסער עסק? אבער ומרדכי לא יכרע ולא ישתחוה!

העי! נישט אזוי שנעל. ווען אלע אידן האבן געשריגן צו מרדכי, "מרדכי ביזט אין גלות, רייץ דיך נישט מיט המנ'ן, זיי דיך נישט מתגרה באומות! בייג דיך אביסל." איז מדרכי געשטאנגען פעסט מיטן אידישע שטאלץ, איך גיי זיך נישט בייגן צום גלות, האלט דיך מיט דיין התגרות באומות, איך גיי לוחם זיין קעגן דעם בכל כוחי. און אזוי האט ער טאקע נוקט געווען אין די שיטה פון ארבעטן פון אינעווייניג, ער איז געווען א גרויסע מענטש אין פאלאץ, מאנכע זאגן אפילו אינעם כנסת. זיין ווייב\ניכטע האט ער אריינגעשטעקט מיטן קעניג אליינס, אזוי עמי בבית, און אזוי איז טאקע ארויסגעקומען די ישועה.

געוויסע פרומע פאקטארן אין סנהדרין האבן טאקע נישט געהאלטן פון זיינע שריט, און פארדעם שטייט טאקע ורצוי לרוב אחיו, ולא כל אחיו. אבער היסטאריע האט געוויסן ווער ס'איז גערעכט געווען.

וואס זאגט איר? ווי קומט אריין דא זיך בייגן צום גלות ווען המן האט געטראגן אויף זיך אן עבודה זרה דערפאר האט מרדכי זיך נישט געוואלט ביקן! און וואס איז אז ער האט געארבעט פון אינעווייניג? שמחה פעלדער מיט יוסף ליבערמאן הענרי וואקסמאן דוב הייקינד שעלדין סילווער ארבעטן אויך פון אינעווייניג.



.

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 11:37 am
דורך מאטי
מרדכי בן [tag]יאיר[/tag]

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 11:38 am
דורך דער (פינטעל) איד
וויאזוי האב איך דאס אויסגעלאזט? יש"כ מאטי!

אה... און דו מאטי האסט אויך א שייכות. אלע אויפגעקלערטע אין שושן האבן גערופן מרדכי הצדיק "מאטי"!

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 11:41 am
דורך דער (פינטעל) איד
יאנקל האט אויך א שייכות עפעס. שושונת 'יעקב' צהלה ושמחה, איחוד פעלד האט אויך עפעס דא דעם בוים וואס המן האט אנגעגרייט לתלות האט ער גענומען פון פעלד.

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 11:43 am
דורך דער (פינטעל) איד
נאך אזא סעודה פון 7 טעג וואס מ'האט דארט געהאט איז זיכער געווען טאנס מיט מיסט גארבעזש אנגעהויפענט אין הויף. און דארט איז ווי [tag]גד החוזה[/tag] קומט אריין...

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 11:44 am
דורך ברסלבער
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:מאנכע פארשטעלן זיך ווי [tag]ברסלבער[/tag]'ס מיט גרויסע נח נחמ נחמן קאפלעך.

גראדע איז געווארן א מאוומענט לעצטנס אז מען זאל זיך נישט פארשטעלן ווי א נ נח, נישט צו פארשעמען האי צדיק וקדוש רבי נחמן מברסלב זי"ע.

אויב עפעס איז די שייכות פון פורים מיט ברסלב, אז אין פורים ווערט יעדער ברסלב'ע. מען מעג דאן רעדן צום אייבערשטן אויף אידיש.

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 11:44 am
דורך שמעקעדיג
וואס איז מיט זרש......... (אשת מפחידי)

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 11:46 am
דורך דער (פינטעל) איד
דהיינו?

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 11:47 am
דורך שמעקעדיג
זרש האט אויך עפעס א ניק דא

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 11:48 am
דורך טיטאניק
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:נאך אזא סעודה פון 7 טעג וואס מ'האט דארט געהאט איז זיכער געווען טאנס מיט מיסט גארבעזש אנגעהויפענט אין הויף. און דארט איז ווי [tag]גד החוזה[/tag] קומט אריין...

פארגעס נישט די גארבידזש וואס דער איד מרדכי האט כמעט באקימען פון המן'ס טאכטער וועלכע האט בסך הכל ארויסגעטראגען די גארבידזש אויף א שארט קאט

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 11:49 am
דורך יאיר
פורים שפירן מיר אלע א גאר וויכטיגע ראלע. מיר באנוצן זיך מיט די כלים מכלים שונים.

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 11:49 am
דורך דער (פינטעל) איד
טיטאניק האט געשריבן:
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:נאך אזא סעודה פון 7 טעג וואס מ'האט דארט געהאט איז זיכער געווען טאנס מיט מיסט גארבעזש אנגעהויפענט אין הויף. און דארט איז ווי [tag]גד החוזה[/tag] קומט אריין...

פארגעס נישט די גארבידזש וואס דער איד מרדכי האט כמעט באקימען פון המן'ס טאכטער וועלכע האט בסך הכל ארויסגעטראגען די גארבידזש אויף א שארט קאט

:lol: :lol: :like

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 11:51 am
דורך דער (פינטעל) איד
שמעקעדיג האט געשריבן:זרש האט אויך עפעס א ניק דא

אהער דערמיט א לינק? אין אמת'ן ס'אויך דא א ניק 'מרדכי הצדיק' בכבודו ובעצמו אבער אז מ'שרייבט נישט איז דאך נישטא צו וועם צו רעדן

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 11:58 am
דורך דער (פינטעל) איד
פורים ערלויבט מען זיך צו קישן איינער דעם צווייטן אפילו ברבים, [tag]שפתים ישק[/tag]

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 12:11 pm
דורך שמעקעדיג
אויך מרומז, בן יאיר בן שמעי בן "קיש"....

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 12:21 pm
דורך [NAMELESS]
נאכ'ן זיך אנשיכר'ן דארף מען טרינקען [tag]מאראנצןזאפט[/tag] צו אויסניכטערן
מ'דארף אויך דערמאנען [tag]ירחמיאל הויטשינדער[/tag] וואס איז ממש א פורים'דיגע נאמען

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 12:22 pm
דורך דער (פינטעל) איד
איך האב עפעס געטראכט וועגן מאראנצן אבער מיר ליגט אין קאפ אז מ'עסט עפל. אבער אז ראשעקאל זאגט מארנצאן זאפט איז מאראנצן זאפט!