בלאט 1 פון 1
עול אראפ פון קאפ, tzetelmaker.com
נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 5:50 pm
דורך outspoken
האט איר שוין געהאט, איר געבוירט א מיידעלע בשטו''מ ליל שישי נאך חצות, מ'לויפט פרייטאג צופרי צום שמש ער זאל צו שטעלען א קידוש, דערנאך קאלט מען דבר יום און גוט מארגען זיי זאלען אריינלייגען ביי די קדישים, דערנאך ווילט איר ארויסלייגען א צעטל אבער איר קענט נישט קיין נוסח, מ'קאלט די שוואגער אין ארבייט איז ער אין א מיטינג, די חבר וואס האט געמאכט א קידוש פאריגע וואך האט שוין נישט קיין קאפי, איר נעמט ארויס א טעלעפאן בוך קאלט אן א גרעפיגער זאגט ער, ער טוט דאס נישט און איז זייער פארנומען אבער לכבוד א אידישע שמחה וועט ער זיך אנשטרענען איר וועט דאס האבען ביז א שעה פאר א נישטיגע $75, ווען איר באקומט דאס, באמערקט איר, אז די נאמען און ביהמ''ד האט ער געטוישט אבער די וואך האט ער איבערגעלאזט די לעצטע פרשה, בלית ברירה פוקסט איר עס צו מיט א פען, און לויפט עס מיט די לעצטע כוחות אויפהענגען אין אפאר בתי מדרשים, און כאפט אריין א טבילה(און פארשטייט זיך פארגעסען פערזענדליך צו רופען די שווער וואס ער וועט דאס קיינמאל נישט מוחל זיין).
איז איינער אויפגעקומען מיט א בייפאל(כ'ווייס נישט ווער) tzetelmaker.com איר דארפט נישט צוקומען צו קיינעמס טובות פאר $20 האט איר א פערטיגע צעטעל.
נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 8:14 pm
דורך [NAMELESS]
גוטע איידיע!!
נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 8:22 pm
דורך נולד מאוחר
אז ער וועט צישטעלן די קול קורא טעמפלעטס דאן איז ער איו ביזנעס.
א דראפדאן מיט איסורם געפאסטע פלארידא גל פז פרעס טראק, לויט סדר פון אויתית. און א דראפדאן מיט אלע נעמען פון רבנים.
נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 8:25 pm
דורך קאווע טרינקער
ניין חדשים איז נישט גענוג צייט אנצוגרייטן צוויי נוסחאות?
כ'הער אז ער האט ספעציעלע תקנות-נוסח-צעטלעך, וואס מבינים באוואונדערען, ס'איז א קלענערע נוסח אבער זעהט אויס פונקט אזוי שיין ווי די לאנגערע. "ווער דארף די לאנגע נוסחאות... ס'פעילט נישט אויס..." האט רבינו שליט"א זיך צודריקט אין א געלעגער.
נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 8:41 pm
דורך היימישער ליטוואק
פאשקווילן. 100$ א שטיק.
דארפט אריינלייגן נאמען, בן, מתפלל ב, יש לו שטעלע ב,
והעבירה/המצוה שלו,
אונטערשריפט קען מען זיך אויסוועלן
1. בני תורה. 2. החותמים בצער על חילול כבוד שמים. 3. המעוררים. 4. תלמידי מרן ______ זצ"ל.
פאר נאך $25 קענט איר צולייגן "פרטים יבואו".
נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 8:58 pm
דורך אפטעמיסט
איז דא א דיסקאונט פאר אזעלכע וואס האבן יעדעס יאר א קינד? אז נישט וועט מיר עס אפקאסטן די הויזן.
נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 9:00 pm
דורך נולד מאוחר
קענסט צאלן מיט דיין פ ס קארטל.
נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 9:18 pm
דורך יעקעלע חכם
נולד ביסט א רחמנות!!!
איך האב אויך נישט ליב אלעס אין דעם ״סיסטעם״.
איך האלט אויך אז מוחה זיין יעדן מאנטיג און דאנערשטאג אויף אן אנדערע פרצה איז רידיקעלעס.
איך האלט אויך אז די ״פארמאכטקייט וואס עס האט זיך פארמירט ארום דעם ציבור איז אבסורד״
אבער צו טרעפן יעדע געלעגענהייט אראפצורייסן, יעדע נושה טרעפן א וועג עס משלב צו זיין צו רעדן פון די זעלעבע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] אישו׳ס קומט צום ברעכן.
איינער האט דא געפענט אן אשכול, א פאזעטיווער אשכול פאר עי Change, סתם אויסגעלויבט א היימישער יונגערמאן וואס אויפגעקומען מיט א גוטע איידיע, גראד דארף די קול קורה׳ס און פאשקעווילן אריינקומען און פיקטשער????
עס קריכט שוין פון די נאז, איך שלאג פאר אז דער עולם זאל עקטען אביסל מער פאזעטיוו ווייל ווען נישט, דאן זענען מיר די זעלבע לאזערס ווי די יושבי חושך!
נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 11:23 pm
דורך berlbalaguleh
א שטיין אראפ קאפ
נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 11:36 pm
דורך געפילטע פיש
א שטיין אראפ פון הארץ אדער אן עול אראפ פון קאפ, ניין?
נשלח: מאנטאג פעברואר 10, 2014 12:27 pm
דורך פישלע העררינג
ראשעקאל האט געשריבן:גוטע איידיע!!
נשלח: מאנטאג פעברואר 10, 2014 3:22 pm
דורך קאווע טרינקער
געפילטע פיש האט געשריבן:א שטיין אראפ פון הארץ אדער אן עול אראפ פון קאפ, ניין?
איינער וואס קען נישט אליינס שרייבן וואו און ווען ער מאכט א וואכנאכט, האט א פארשטיינערטע קאפ.
נשלח: מאנטאג פעברואר 10, 2014 3:35 pm
דורך סאשי פיש
נאך ווי קריטיקל
מזל טוב!
לכבוד חברי היקר הי"ו
ברוך שהחיינו וקימנו והגיענו!
נאך יארן פון עוסק זיין אין די פעלד פון גרעפיקס פאר היימישע אידן איז מיר אויסגעקומען פיל מאל צו זעהן ווי עס איז דא א שטארקע פלאץ צו פארבעסערן די סערוויס וואס מען שטעלט צו פאר די קלענערע קאסטומערס וועלכע דארפן נישט מער ווי א צעטיל אויפצוהענגען אדער ארומצושיקן, וואס פילע גרעפיקערס זענען ניטאמאל אויסגעשטעלט צו סערווירן אזאלכע קליענטן, און אפילו ווען יא געבט מען נישט די ריכטיגע ישוב הדעת צו דעזיינען מיטן מאקסימום קריעטיוויטי.
נאך פיל טראכטן און זיך נאכפרעגן, בין איך אויפגעקומען מיט א מהלך וואס איך האב משקיע געווען אסאך צייט געלט קאפ און מח, אוןן וועט ערלויבן אליינס צו קענען מאכן הערליכע קלאסישע צעטלעך, אן דארפן זיין אנגעוויזן אויף קיינעם.
איך טוה דערמיט פארשטעלן פאר אלע מיינע חברים וידידים די נייע וועבסייט
www.tzetelmaker.comכשמו כן הוא: "צעטיל מעיקער" צעטיל מאכער...
מיר האבן דארט פארשידענע דעזיין טעמפלעט'ס פאר פארשידענע געלעגנהייטן, וואס מען קען קאסטומייזן פאר'ן אייגענעם געברויך, און דערנאך דאנלאודען פאר א מינימאלע אפצאל.
פארשטייט זיך אז עס איז ווייט פון פארטיג, מיר וועלן כסדר האלטן אין איין אפדעיטן מיט פרישע דעזיין טעמפלעט'ס, און צוביסלעך עס נעמען העכער און העכער און מער און מער פארגעשריטן צו קענען באהאנדלען מער קאמפליצירטערע דעזיינ'ס, ווי חתונה אינוויטעישאנ'ס, פאוסטער'ס, א.א.וו., עס איז דעריבער ראטזאם צוריקצוקומען כסדר קוקן צו עס איז דא פרישע אפדעיטס.
שיקט ארום דעם לינק פאר אייערע חברים, איבערהויפט פאר א חבר וואס מאכט א שמחה וואס וועט זיך שפארן איבעריגע צייט און טירחה דורכ'ן קענען מאכן א צעטיל אונטער א מינוט אויף דעם וועבסייט.
און זעלבסטפארשטענדליך, לייגט אוועק דעם לינק ביום תת ה' שמחה באהליכם, דער אייבישטער זאל העלפן יעדעם מיט שמחה ונחת.
ידידכם: מתתי' פערל