מיין פון-פאסיק-צו-הויזן-טראגער טויש אפקומענישן
נשלח: דינסטאג פעברואר 11, 2014 7:38 pm
אז מיין בייכל וויל נישט אראפגיין האב איך זיך גענומען דאס גאטס און באשטעלט אויף עמעזאן שלייקעס הויזן טראגער איינמאל פאר אלעמאל. ערנסט גערעדט (באמת) אזא טויש איז מיר נישט אנגעקומען גרינג ווייל אין אונזער סאסייעטי איז יעדע זאך פון לבוש א סטעיטמענט וואס דער טראגער וויל מאכן, ס'איז פארשטענדליך ווען איינער טראגט קאפלינגס אז ער וויל מ'זאל עם אנקוקן ווי א באפוצטער אזוי אויך מיט שפיציגע שיך אדער א פאני גלעזער, פיאות אויף דע אויערן ווענד זיך שוין, נישט ביי יעדן איז עס א סטעיטמענט. אבער וואס איז דאס מיט אומשילדיגע הויזן טראגער וואס א גרעבערע מענטש מוז פשוט טראגן אן זיין ברירה?
פאני איז געווען ווען איך האב גענומען קארעזש און עס אנגעטון, נישט לאנג דערויף איז א קרוב ארויף צוח מיר אין שטוב און איך האב עס שנעל אויסגעטון ווייל איך האב זיך געשעמט וואס יענער וועט מיינען, כ'האב געפילט ווי איך בין נישט ראוי דאס צו טראגן. איך האב זיך אבער שנעל אן עצה געגעבן ווען איך ארויסגענומען פון שאפקע מיין שוין פארגעסענעם וועסטל וואס כ'האב שויו נישט לאנג נישט געטראגן, יעצט זענען דע שלייקעס פארדעקט.
ביים חנוכה פארטי האט זיך ארויסגעזען מיינע שלייקעס און א שוואגער געט א שריי אויס העי העי וואס איז דאס? קוק אהער! הויזן טראגער! איך האב זיך געדארפט פארענטפערן פאר עם גיי פארשטיי פארוואס. א חבר פרעגט איין טאג העי פינטעל געמאכט געלט לעצטענס הא? הויזן טראגער! וואס איז דאס. איך וויל וויסן צו איך דארף אוועקפארן פורים, איך זוך נישט מאביל'ס אין מיין הויז צוליב מיין הויזן. און צו אלע משוגעים הערט'ס אויף איך טראג נישט הויזן טראגער, דער הויזן טראגער טראגט מיינע הויזן! ווילט עטס מיינע הויזן זאלן אראפפאלן? It wont be a pretty scene!
טראגט'ס אפ פון מיר.
.