ואתא כלבא סטייל ארגומענטן
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 1:27 am
מען פארציילט אז הגאון ר' יונתן אייבשיץ זצ"ל איז אמאל דורכגעפארן א שטעטל בעת ווען עס האט געברענט די פייערדיגע מחלוקת צווישן אים און ר' יעקב עמדין זצ״ל. בין הדברים איז אים אויסגעקומען אונטערצוהערן א שמועס אויף הויכע טענער צווישן אפאר איינוואוינערס איבער די פייערדיגע מחלוקה, יעדער איינער מיט זיינע סברות ווער עס איז גערעכט.
ר' יונתן האט נישט געשמעקט די סארט געפלויזשעריי, איז ער צו געגאנגען צום קופקע און זיי פארגעשטעלט א שאלה;
עס איז באקאנט די חד גדיא פזמון וואס מען זינגט פסח ביינאכט ביים סדר.
די מעשה איז געבויט אויף א ציגעלע וואס איז פארציקט געווארן דורך א קאץ. איז געקומען א הינט געביסן דעם קאץ, א שטעקן געשלאגן דעם הינט, פייער פארברענט דעם שטעקן, וואסער פארלאשן דעם פייער, א אקס אויסגעטרינקן די וואסער, א שוחט געשאחטן די אקס, דער מלאך המות געשאחטן דעם שוחט, און... ואתא הקב"ה ושחט למלאך המות דשחט וכו' וכו׳....
אז מען מאכט דעם חשבון, איז לכאורה אומפארשטענדליך. דער ציגעלע איז דאל לכל הדיעות געווען אומשולדיג... קומט דער קאץ על לא עון בכפו און פארציקט אים... נא, האט דאך דער הינט געטוהן א גלייכער זאך... און דער שטעקן האט אומריכטיג געשלאגן דעם הינט.... ווידער די פייער האט מיט רעכט פארלענדעד דעם שטעקן... די וואסער האט ווייטער גענומען א ראנג זייט... דער אקס האט גאר גלייך געטוהן.... דער שוחט האט אפגעשאחטן דעם אקס לכאורה נאר מחמת חסרון ידיעה... קומט אויס דער שטן האט מיט רעכט נקמה גענומען אין איהם...
אויב אזוי, איז דאך מרפסן איגרא, מיט וואס פאר א רעכט וועט כביכול וואס "מאיתו לא תצא הרעה" שעכטן דעם מלאך המות ווען ער האט זיך נאר אנגענומען פאר'ן יושר?
נאר האט ר' יונתן צוגענדיגט, ווען דער קאץ מיטן ציג שלאגן זיך... ווער האט דיך געבעטען זיך אריינצומישן אינעם מחלוקת?...
ע"כ תוכן הסיפור.
מיר האט אלטס געבאדערט, וואס פארא מין טענה איז דאס; "ווער האט דיך געבעטן זיך אריינצומישן". דער קאץ איז דאך באגאנגען א הימעל שרייענדן עולה, גענומען א אינג זיס ציגעלע, אזוי נישט מיר נישט דיר אפגעווישט! וואס פארא רעכט האט בכלל דער צוקוקער און דער זייט צו זאגן מיט א שיינעם געמאכטן טאן... נע... איך מיש מיך נישט... וואספארא סארט גערעדעריי איז דאס?
אזוי באזיכענידיג היינט 'צימעס' איז מיר אויפגעקומען א שטיקל ישוב. טוט זיך אויף טיש און אויף בענק, גאב"ד ארויף, ראב"ד אראפ. אבער רבוש"ע! איך וויל הערן א גראד ווארט, א קלארע באריכט, זערראאא.
יעדער איינער איז געטריי צו זיין זייט צימעס ווי על גאר צו גרינע ארנעגיע, און ווי ראש לימבא צו די ליבעראלע מידיא איינזיטגקייט. עס האלט שוין אז מער ווייניגער קען מען פראדיקטן פונקטליך וואס ער גייט זאגן און וואס יענער גייט רענדאמלי אלטס א מוח געוואשענער פארטיי אידעלאג צוריקשיסן.
רבותי! סטאפ וויט דיס קרעפ! דער זיס ציגעלע איז טאקע נעבעך פארציקט געווארן פאר נא גאד ריזן! ממש... ס'רייסט! דאס הארץ גייט אויס!
אבער... זיי נישט קיין הינט! ביל נישט צוריק ווי פון שלאף ארויס! קענסט נישט כאפן דעם גנב, ריף שומרים. קענסט נישט אריינלייגן די בעטעריס אינעם סמאק דיטעקטאר, ריף אן עלעקטארישן. לויף נישט צו צום גנב און גיב א בייס און לויף אוועק. לייג נישט אריין קיין טריפל עי בעטעריס ווען עס פארלאנגט זיך א ניין וואלט.
דער ראב"ד איז לשיטתך למפרע נישט אפגעפרעגט נאך מזמן החזון איש, ווייל ווען איך וואלט געמאכט דעם ארגומענט פאר פינעף יאר צוריק וואלט איך געכאפט א דאזן ביצים אין פרצוף. דער גאב"ד איז נישט למפרע א קנאי מיום הולדתו, ווייל ווען ער איז אויפגענומען געווארן אויף זיין פאזיציע האבן אסאך געקרומט מיט די נאז.
זיי האבן זיך געטוישט? נאו פראבלעם, ביל אבער נישט ווי א הינט.