בלאט 1 פון 3
גייט איר גיין צו דער (גרויסארטיגע?) אסיפה אין בארא פארק?
נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 10:11 pm
דורך אליצפן
איך דריי מיך ארום, און איך זוך מיט ליכט מענטשן וואס פלאנען צו גיין צום אסיפה, אבער אדערווייל איז ממש לא עלתה בידי.
איך מיין אז די "עסקנים" האבן זיך גאר מיאוס פאררעכענט, פאר איין פשוטע סיבה.
דער
פרומער מיכאל, האלט דאך אז זיין ווייב גייט צניעות'דיג, און טאמער נישט נעמט ער דאך אליינס קער דערפון מילא האט ער סתם אזוי נישט וואס צו זוכן דארט.
ווייטער דער מער אויפגעקלערטער טשילער
גבריאל, וויל דאך זיין ווייב זאל גיין פענסי, און זוכט נישט צו הערן דרשות אז רחל אימנו איז געווען יאנטשי און אז זיין ווייב זאל אויך אזוי זיין.
ווער בלייבט איבער? די פאר מענטשן אינדערמיט, וואס זענען ביזי ביז איבערן קאפ מיטן ברענגען ברויט אין שטוב און צאלן בילס, און קוים וואס זיי געדענקען וויאזוי זייער ווייב קוקט אויס אינדרויסן פון שטוב? גאנץ א שוואכע באזע צו בויען אן אסיפה אויף.
אויסער דעם מיין איך אז טיף טיף אין הארץ קענען ממש 95% יונגעלייט באשטיין אז זייערער ווייבער זאלן גיין אנגעטון פענסי און "אומ'צניעות'דיג" בעיני הרבנים. ס'ממש דא גאר א קליינע פראצענט פרומע וואס מיינען עס נעבעך ערנסט, און ווילן באמת אז זייערע ווייבער זאלן זיין "יאנטשי"
אלזא גענוג גע'דרשענט, צוריק צום שאלה, גייט איר גיין צום אסיפה מארגן נאכט?
נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 10:18 pm
דורך דער (פינטעל) איד
וויפיל מענטשן דארף מען האבן אנצופילן יענע זאל? אפילו אויב נאר 20 פראצענט גייט וועט עס אויסקוקן סוק****פול
נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 10:19 pm
דורך [NAMELESS]
אליצפן/ די זאל וועט זיין פיין פיל. קינדער האבן אהיימגעברענגט צעטלעך פון חדר , און מ'דארף נישט אזוי סאך אענצופילן עטרת חיה
נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 10:19 pm
דורך איש הישר
פּאָני, ר' (פינטעל) איד.
נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 10:20 pm
דורך אבי גערעדט
דאונט ווארי, ס'וועט גאנץ זיכער זיין א היבשער אטענדענס, בארא פארק איז א שטאט פון באלד 15,000 משפחות (כפי ידיעתי עכ"פ) און אנצופילן עטרת חיה דארפסטו נישט מער ווי א טויזנט בערך, נו האלטסטו נישט אז טויזנט אידן אאל טאגעדער וועלן נישט קומען נאך אזא טראסק? שווער צו זאגן
נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 10:29 pm
דורך שמעקעדיג
לויט מיין חשבון וועט זיין אין שטיבל מער אשכולות דערוועגן ווי מענטשן אין זאל
נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 10:33 pm
דורך טיטאניק
נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 11:16 pm
דורך שטילע אינגערמאן
איינער פון אונזער שטיבעל מוז אהין גיין האלטן די עולם דא מיט אפדעיטס דורך אויס דער ליצנות,
נו. ווער גייט זיין א עסקן? ווער גייט טוען פאר די שטיבעל? ווער גייט אהין האלטן די עולם אפדעיטיד?
אפשר זאל מען מאכן א גורל?
נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 11:22 pm
דורך פיטומי מילי
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:איינער פון אונזער שטיבעל מוז אהין גיין האלטן די עולם דא מיט אפדעיטס דורך אויס דער ליצנות,
נו. ווער גייט זיין א עסקן? ווער גייט טוען פאר די שטיבעל? ווער גייט אהין האלטן די עולם אפדעיטיד?
אפשר זאל מען מאכן א גורל?
דאס איז א בית המינים מען טאר נישט אריין טרעטן דארט מען גייט מאכן ביי די אסיפה a New Testament
נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 11:56 pm
דורך געפילטע פיש
אזויווי דו זאגסט אליצפן, די גבריאל'ס וועלן נישט גיין, און אנדערש ווי דו זאגסט, די על ראשי'ס אינדערמיט וועלן נישט גיין, ווייל זיי ווייסן אז די דבר ה' קומט נישט ארויס דורך א פראטעסט פאררופן דורך אפאר לאנגווייליגע כבוד זוכערס וואס ווילן זייערע טאטעס זאלן הייסן גרויסע רבי'ס. אבער די מיכאל'ס, זיי וועלן יא גיין, ווייל ס'דא צעטליך געחתמ'ט פון די ראשי האדמורי"ם דבארא פארק, ווי אויך גייט מען דארט איבערגעבן די פסק הלכה פון די פוסק הדור, אורים ותומים בדורינו, ווי אויך די גאר חשובע גאסט פון אנטווערפן, די פוסק תחתון לעניני צניעות, ממילא וועלן זיי תמימות'דיג זיצן דארט, און די נייגעריגע ווייבער וועלן זיי איבערפרעגן וואס איז געווען דארט וועלן זיי עס איבערגעבן מיט די גאנצע ווארעמקייט. די ווייבער וועלן די נעקסטע טאג נעמען אלע קליידער צום שניידערין, מאכן לויזער דא, העכער דארט, נידעריגער די אנדערע זייט, ס'וועט זיך טוהן א התעוררות און א נחת רוח אין אלע הימלען, מ'וועט אימפארטירן פון וויליאמסבורג אפאר טראק לאודס פון עצי תמרים טייטס, און די ביזנעס וועט בליען.
דערנאך וועלן זיין די וואס זוכן ארויסצוגיין פונדערהיים נאך נאכטמאל, און אז די חברותא פון סמעדרעש, וואס איז גראדע א מיכאל, קומט נישט היינט, און אויב האט מען נישט קיין אנדערע וואכנאכט, וועט מען צוגיין קיין עטרת חי', ספעציעל אז ס'שטייט אויף די צעטליך אז ס'וועט זיין צוגעשטעלט משקאות פארן געדרענגטן ציבור, כדי ס'זאל נישט קומען צו קיין סכנות נפשות צוליב די שטיקעניש. לאמיר נאר האפן אז ס'וועט אויך זיין דארט אווערנייט קוגעל, און ס'זאל זיך ציען ביז לפחות צען דרייסיג, אזוי אז ווען מ'קומט אהיים שלאפן שוין די גרויסע קינדער אויך, אזוי וועט מען האבן א נייט אף פון הערן וואס די קינדער האבן צו פארקויפן. ווען די ווייב פרעגט וואס ס'געווען דארט, וועט מען זיך ארויסדרייען און זאגן, גארנישט קיין חידושים, פלעין, אז מ'טאר נישט קיין מיט קיין שליץ אדער טראגן הויזן.
און פאר אט די אידן וועט מערצעשעם זיין א געפאאאקטע האל!
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 12:59 am
דורך יין שרף
געפילטע פיש האט געשריבן:די פוסק תחתון לעניני צניעות.
און פאר אט די אידן וועט מערצעשעם זיין א גע'פאק'טע האל!
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 1:27 am
דורך טיטאניק
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 8:39 am
דורך קאווע טרינקער
די תירוץ איז: ניין.
נישט באקומען קיין הזמנה. נקודה.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 9:45 am
דורך גנדי
אלע כולל יונגעלייט מיט אלע בנש"ק'לעך וועלן גיין.
כולל יונגעלייט ווילן קיינמאל נישט פארפאסען היסטארישע אסיפות, די טויזענטער צעטלעך אויף די גאסן רייצט זיי אויף צו גיין און נישט פארפאסן.
די בנש"ק'לעך ווילן קומען מחזק זיין אנדערע בנש"ק'לעך און טרעפן זייער פאטענציאל מחותנים...
די זאל וועט זיין פול מיט אפאר טויזענט כולל יונגעלייט און ריפסענע בעקיטשע טראגערס.
איך בין נייגעריג אויב מען וועט מאכן מען זאל קענען מיטהאלטן לייוו אויף קול מבשר פאר די שעשני כרצונו'לעך וואס דעתן קלות אין זענען מחטיאי את הרבים ווען זיי גייען ארויס אין גאס.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:02 am
דורך דריידל
איך גיי נישט ווייל איך פארשטיי נישט צו בגדי נשים. כ'על שיקן די אשת חיל אי"ה
דאס איז א לעצטיגע משוגעת אנצודרייען מענער וואס זיי זאלן פארלאנגן פון די ווייבער און ווייסע ווערסע. מיין ווייב גוט מיר איבער אז לעצטענס האט זי באקומען א קאל פון די וואס גיבן א. ג. פראדאקטיוו קארסאס ווי זיי זענען משכנע די פרויען אהין צו שיקן די מענער זאגענדיג וויפיל פרויען האבן זיך באדאנקט פאר זייער אז זייער שלום בית איז אזויפיל בעסער זייט די מאן איז דארך די פראדאקטיוו קארסאס.
עולם הפוך ראיתי
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:08 am
דורך גנדי
אפשר שיקט מען
איר צו זיין א ריפארטער ביי די אסיפה.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:11 am
דורך גנדי
[tag]Venus[/tag]
can you please organize a protest of women outside of the all male gathering discussing women's clothing
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:24 am
דורך דולה ומשקה
אוודאי וועט זיין א עולם דארט,
לאו דוקא אויס צוהערען דעם בעלד דרשן'ס קענטעניש אין פסוקי התורה, מאמרי חז"ל, און אפיר געקראצטע נייע אויסצוגען פון פארשטיפטע פלעצער.
נאר אויס צוהערען דאס באדייט פון 'שמאל געפאסטע', וכו' וכו' ברחל בתך הקטנה. אין פארשטייט זיך ווי מאוס דאס איז, אז עס איז כדי 'עת לעשות לה' הפרו תורתך' צו אסר'ן בכלל צו האבען א פרוי, אין שפאצירן מיט איהר מאן דכר שמיה, הס מלהזכיר.
איך גיי נישט צום אסיפה, אבער דאס איז זיכער אז דער זידיטשוב באר שבע רבי, דער בורשטינער, און דער גלאגוב'ער רביים וועלן זיכער דארט ערשיינען. ומי ראו אלה יוצאים ולא יצאו...
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:39 am
דורך רויטע וואנצעס
מיין ווייב לאזט מיר גיין צום אסיפה, נאר אויב איך וועל איר לאזן גיין צו די אסיפה איבער מחלוקת און ביטול תורה, וואס מ'גייט מאכן פאר פרויען.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:43 am
דורך סאו וואט
דולה פארגעס נישט, אז דער אלטער תרח, דער טאטע פון מר. קלמן הלברשטאם וועט זיצען לעבען מייקראופאון.
מה נהדר יהיה המראה הזה...
אונטרעסאנט אז תפילת השל"ה איז נישט אויסגערעכנט אויפ'ן סדר המעמד...
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:44 am
דורך סאו וואט
אלענפאלס, איך גיי נישט צום צניעות עיווענט, כבר גליתי חוות דעתי באשכול אחר, אז כ'גיי צו כפים.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:46 am
דורך רויטע וואנצעס
TAG האט געמאלדן אז מ'וועט קענען פילטערען די פרויען בחינם ביי אלע זייערע לאקאציעס אין די קומענדיגע וואכן. פאלגט נאך די קומענדיגע מודעות.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:55 am
דורך גנדי
בין איך דער איינציגסטער וואס שמעקט דא געלט?
זיי האבן געשריבען זיי ווילן פארקויפען צניעות׳דיגע קליידער.
אפשר ווילן זיי מאכן אזא קאשער סעלפאון מאושר פאר קליידער...