בלאט 1 פון 1

פורים אין וויין שטיבל

נשלח: זונטאג מערץ 16, 2014 7:58 pm
דורך רויטע וואנצעס
[tag]יואב[/tag] איז פארשטעלט ווי א מאנקי, ער איז שוין צומישט איבער ברוך מרדכי אליינס אבער ער זאגט נאך מבינות אויף וויין, באגלייט מיט א שרעקליך נאז פארטייבענדע אלקאהאל גערויך.

[tag]קאווע טרינקער[/tag] איז די בעסערע טיפ, עם פאסט נישט צו טרינקען, אבער ער שלאגט זיך מיט זיין שוואגער אויב די מוסד וואס ער גייט פאר זענען גנבים.

[tag]שמעקעדיג[/tag] קושט יעדער וואס קומט נאר אריין צו זיין שווער'ס פארטי, אזאש מ'האט עם געדארפט אוועקשלעפן, ווען ער האט אנגעהויבן קושן זיין שוויגער.

[tag]ברסלבער[/tag] טרינקט אבער מיט א שיעור, מ'דארף איבערלאזן פלאץ פאר'ן טיש ביים מוהרא"ש. ער איז אויך דער וואס לויפט ארום אויף 13 מוחה זיין אויף די נ נח קאפלעך, ס'עסט עם מער אויף ווי די אויסגעוועפטע אלקאהאל אינעם שילשול התחתון.

[tag]מאראנצןזאפט[/tag] מאכט א טיקילא פון וויין, ליקער, מארנצןזאפט, אין עפל סדר. אז איר ווילט עם זעהן, ער ליגט לעבן די מקוה בור אין סטיטשין די פופציגער, צוגעדעקט מיט נאסע מקוה האנטוכער.

[tag]די פינטעלע איד[/tag] שטייט ביים קרית יואל'ע בית החיים אנגעטוהן מיט תכריכים, ער דערשרעקט יעדער קאר וואס פארט דורך, און בעט פאר עטענשען און געלט.

[tag]אפטעמיסט[/tag] טיילט געלט אין גרויסן, מאכט זיך שיכור, ווען ער האט באמת נאר געגאנבעט אפאר טשאקלאד פילד אלקאהאל באליס, פון א משלוח מנות.

[tag]לעיקוואד[/tag] טרינקט א גאנץ יאר חוץ פורים. פארוואס מאכן א חילול השם אויף אזא דערהויבענע טאג.

[tag]היימישער ליטוואק[/tag] זוכט נאך א עני מהודר, יין מהודר, און א שלאף מאשין מיט א הכשר פון טעג. ווער ס'קען העלפן מיט איינע פון די דריי, ביטע עם שיקן אן אישי.

[tag]berlbalaguleh[/tag] האט מען ארויסגעווארפן פון פורים טיש אין ביהמ"ד נאך ער האט אנגעהויבן האקן אויף רבנים. יעצט ליגט ער אין די האלוועי אויפן וועג ארויף צום ווייבער שוהל אנגעבראכן כשתילי זיתים סביב. די פרויען האבן מורא צו קומען צום טיש ביז מ'ריקט אוועק דער שיכור.

[tag]הוגה[/tag] ליגט אויפן קאוטש, לערנט מלבי"ם און מהר"ל אויפן מגילה, די בעל הערט נישט אויף צו קלינגען אבער ער הערט גארנישט. זיין ווייב זאגט אים אז איינער [tag]זר זהב[/tag] אויף קראטשעס, איין אויג פארדעקט, מיט בלויז געציילטע ציינער שטייט ביים טיר, ער פליט צום טיר ווי א ווינט.

[tag]גנדי[/tag] האט נישט קיין געדולט פאר די פורים אין שטאט, ער איז געפארן צום קאנטרי, אבער נעווער עגען. גיבערס בחורים האבן אטאקירט זיין קאר אויפן 42. אויסגעליידיגט די קעשענע, אים אנגעטרינקען, אויסגעטוהן, און געטובלט אינעם קיימישער טייך.

נשלח: זונטאג מערץ 16, 2014 8:27 pm
דורך its me
I can't stop laughing, my daughter thinks I am crazy

נשלח: זונטאג מערץ 16, 2014 8:37 pm
דורך קאווע טרינקער
צוגעטראפען.

נשלח: זונטאג מערץ 16, 2014 8:44 pm
דורך [NAMELESS]
און איך בין א ראזשינקע??
[tag]ראשעקאל[/tag]

נשלח: זונטאג מערץ 16, 2014 8:59 pm
דורך רויטע וואנצעס
[tag]ראשעקאל[/tag] לויפט נאך קינדער צו כאפן פאני פורים בילדער, אזש נחום זאגט יעצט ער קען עם נאך פון אוקריינא.

נשלח: מאנטאג מערץ 17, 2014 10:07 am
דורך מאראנצןזאפט
:like

נשלח: מאנטאג מערץ 17, 2014 11:12 am
דורך היימישער ליטוואק
איך האב גזוכט א מגילה מהודרת, א בעל קורא מיט א הברה א ריכטיגע - נישט זאגן הומן, אחשואירויש, און שישן, און כללי דקדוק (וועלכע זענן לויט טייל דעות מעכב).
גזוכט, א מנין פון יידן וועלכע זאלן אלע בלויז צוהערן צום קורא, נישט מיטזאגן, כדי צו האבן א קריאה בציבור.
גשיקט משלוח מנות, צוויי פארציעס פלייש, גקאכט און גבאקן. נישט טשוקלאד און וואסער אין א שיינעם פלאסטיק פלאש.
גגעבן מתנות לאביונים פאר א ייד וועלכער האט קוים אויף צום לעבן, א אימיגראנט פון אוזבעקיסטאן. באקומט נישט קיין הילף פון די ממשלה. נישט פאר דער מוסד און יענע ישיבה מיט די גרויסע סטרעטש לימוזין, און די אלע טענץ-גרופעס וועלכע שפענטן טויזנטערס אויף קאסטומס.
גדאוונט מנחה גדולה מיט א מנין פון נישט-שיכורים. נישט פארשטעלט נאר כעומד לפני המלך.
זיך גוואשן צו א סעודה, מבעוד יום אזוי ווי דער רמ"א פסק'נט. רוב סעודה איז נאך גווען פאר די שקיעה.
גטרינקן יין ייבש הרבה כיד המלך. דערנאך גטאנצט להודות ולהלל. די ניגונים זענן גווען אויך פון חסידישע אפשטאם, אנדרע טייטשן אז מיט דעם האב איך יוצא גווען עד דלא ידע. איך בין פארמאטערט גווען, און גכאפט א דרימל אויף מיין בענקל, לאחר ברכת המזון.
לאחר השקיעה, האב איך שוין נישט מער גטרינקן. בערך כשעה אחר השקיעה - מעריב. ואח"כ דף היומי.

נשלח: מאנטאג מערץ 17, 2014 11:20 am
דורך ברסלבער
[tag]רויטע וואנצעס[/tag]. פיין געזאגט!

נשלח: מאנטאג מערץ 17, 2014 11:36 am
דורך לאליפאפ
ברסלבער האט געשריבן:[tag]רויטע וואנצעס[/tag]. פיין געזאגט!

איך בין געווען זיכער אז דו וועסט דיך רעגן אז ער האט געשריבן אז דו טרינקסט מיט א מאס.. אין ברסלב פורים זויפט מען

נשלח: מאנטאג מערץ 17, 2014 12:18 pm
דורך געפילטע פיש
היימישער ליטוואק האט געשריבן:איך האב גזוכט א מגילה מהודרת, א בעל קורא מיט א הברה א ריכטיגע - נישט זאגן הומן, אחשואירויש, און שישן, און כללי דקדוק (וועלכע זענן לויט טייל דעות מעכב).
גזוכט, א מנין פון יידן וועלכע זאלן אלע בלויז צוהערן צום קורא, נישט מיטזאגן, כדי צו האבן א קריאה בציבור.
גשיקט משלוח מנות, צוויי פארציעס פלייש, גקאכט און גבאקן. נישט טשוקלאד און וואסער אין א שיינעם פלאסטיק פלאש.
גגעבן מתנות לאביונים פאר א ייד וועלכער האט קוים אויף צום לעבן, א אימיגראנט פון אוזבעקיסטאן. באקומט נישט קיין הילף פון די ממשלה. נישט פאר דער מוסד און יענע ישיבה מיט די גרויסע סטרעטש לימוזין, און די אלע טענץ-גרופעס וועלכע שפענטן טויזנטערס אויף קאסטומס.
גדאוונט מנחה גדולה מיט א מנין פון נישט-שיכורים. נישט פארשטעלט נאר כעומד לפני המלך.
זיך גוואשן צו א סעודה, מבעוד יום אזוי ווי דער רמ"א פסק'נט. רוב סעודה איז נאך גווען פאר די שקיעה.
גטרינקן יין ייבש הרבה כיד המלך. דערנאך גטאנצט להודות ולהלל. די ניגונים זענן גווען אויך פון חסידישע אפשטאם, אנדרע טייטשן אז מיט דעם האב איך יוצא גווען עד דלא ידע. איך בין פארמאטערט גווען, און גכאפט א דרימל אויף מיין בענקל, לאחר ברכת המזון.
לאחר השקיעה, האב איך שוין נישט מער גטרינקן. בערך כשעה אחר השקיעה - מעריב. ואח"כ דף היומי.

What a party pooper.

נשלח: מאנטאג מערץ 17, 2014 1:33 pm
דורך היימישער ליטוואק
פון 3:15 ביז 8:00 איז נישט גענוג?

נשלח: מאנטאג מערץ 17, 2014 1:44 pm
דורך געפילטע פיש
מנין נישט מיטזאגערס, מנחה נוסח יום כיפור, געבן א קרעפ פון וואו די ניגונים קומען, די גאנצע פורימ'דיגע פרעשור זיכער מאכן אז מ'איז "יוצא"אלעס, נישט דאס האט מען געמיינט מיט לעשות אותם ימי משתה ושמחה.