בלאט 1 פון 1
נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 4:28 pm
דורך פארוואס?
איז אפשר יעצט די ריכטיגע צייט צו קריטיקירן דעם ספר?
לשון הרע איז עס נישט - ווייל ער לעבט דאך נישט.
און דער חרם איז אויך נישטא - ווייל ער איז נאכנישט א שוכן עפר.
נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 5:27 pm
דורך חד גדיא
הרה"ג ר' יוסף לעווי
נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 6:32 pm
דורך חקרן
אבטולמוס האט געשריבן:צום ביישפיל, אז איינער וויל נאכגיין דעם אמת'ן מקור פון דעם מנהג פון שפילן דריידל אום חנוכה, איז "מנהג ישראל תורה" נישט דער אדרעס.
יהי זכרו ברוך.
ערעב איד, וועל איך אייך דערציילן, טאקע איבערן דריידל.
דאס יאר האב איך געהערט א דרשה פון איינעם, האט יענער גע'טענה'עט אז די גאנצע מעשה וואס מען דערציילט פאר קינדער איבער די יוונים וואס זענען געקומען אין וואלד און די קינדער האבן ארויסגענומען דריידלעך וכו', אז די גאנצע מעשה איז ארויסגעזויגן פון איינעמ'ס פינגער און עס האט נישט קיין שום מקור קדוש. נו, וועלכער ספר נעמט מען ארויס? - האב איך געעפנט דער מנהג ישראל תורה, שרייבט ער אונטן אלס אן הערה 'הילדים אומרים, אז דער טעם דערצו איז צוליב דעם'. איך בין ערשטוינט געווארן פון זיין זהירות, אנדערש פון אנדערע מלקטים היינטיגע טעג וואס ברענגען נאך דער טעם, כאילו עס איז ווער ווייסט פון וועמען. איך האב געזען אן ערנסטן מלקט וואס ברענגט עס בשם דער אמרי נועם, בשעת דער אמרי נועם זאגט עס קיינמאל נישט, און דו וועסט נישט גלויבן, עטליכע ברענגען עס בשם דער אמרי נועם, ווייל איינער גנב'עט פונעם צווייטן. ער גיבט אכטונג און ווייסט וואס צו שרייבן און ווען.
נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 9:20 pm
דורך [NAMELESS]
באשרייבינג אין המבשר
הגדה של פסח "מנהג ישראל תורה" (הוצאת בני המחבר)
נשלח: מיטוואך אפריל 09, 2014 12:51 pm
דורך פישלע העררינג
די קינדער פון הרב לעווי האבן די וואך ארויסגעגעבן א סאפט-קאווער הגדה של פסח מיט אלע ערכים פון מנהג ישראל תורה וואס אנטבאלאנגט די הגדה. עס איז אויסגעשטעלט משולב מיט די טעקסט פון די הגדה זעלבסט.
עס טראגט די נאמען "הגדה של פסח - מנהג ישראל תורה".
נ.ב. פארגעסן צו קוקען אויב עס פארמאגט א "מהדורת בערקאוויטש" אויפ'ן דעקל, כמנהג ישראל תורה להדפיס על הכריכה מילים הללו לסגולה לברכה ולישועה.
נשלח: מיטוואך אפריל 09, 2014 1:08 pm
דורך בעל הבית
מזל טוב זיין זון איז א חתן מיט די טאכטער פון ר' שלמה באכנער מנהל ישיבת מאור התורה נכד אדמו''ר ר' שמעון מלעלוב זצ''ל
נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 9:59 am
דורך berlbalaguleh
דער ספר "מנהג ישראל תורה" האט אן עקסטער חשיבות מיט דעים וואס ער ברענגט אראפ ערנסטע מקורות אויף מנהגי ישראל. משא"כ דער "טעמי המנהגים" קען צומאל אראפברענגען אזעלכע מגחוכ'דיגע טעמים אויף א מנהג אז ס'קומט פשוט אן צו לאכן. אדער פילט מען אז ס'איז געשריבן געווארן פאר קינדער פון כיתה א'...!
כבודו במקומו מונח...!
נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 11:53 am
דורך Kool man
מוחה אויף כבוד התורה, שוין נישט די ערשטע מאהל וואס א בעל עגלה פאלט אהן א מחבר ספר
נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 1:06 pm
דורך berlbalaguleh
Kool man האט געשריבן:מוחה אויף כבוד התורה, שוין נישט די ערשטע מאהל וואס א בעל עגלה פאלט אהן א מחבר ספר
א שאד דו קענסט נישט זעהן וויאזוי איך לאךךךך....
מ'מעיג און מ'דארף זאגן דעם אמת. אדער אפשר קענסטו נישט קיין עברי. שאני. דאמאלץ איז אנדערש. פון דעים רעדט נישט דער פסוק..אזוי ווי די גמ' זאגט. "אטו בשופטני עסקינן"?!...!...