בלאט 1 פון 1

ראטעוועט! געפאנגען אין בית הכסא

נשלח: דאנערשטאג מערץ 27, 2014 4:07 pm
דורך אפטעמיסט
אויף אלע גוים געזאגט. מיין מויל איז שוין טריקן פון זיך אזוי פיל אפרעדן.

גלייבסט מיר, מיינע גוטע פריינד, כ'ווייס נישט וויאזוי עטס ווערטס נישט משוגע פון מיר. יעדע'ן שני וחמישי קום איך אהער אנפירקלען די ווענט מיט נאך צרות, פראבלעמען און קאמפליקאציעס, איך ווייס נישט פון וואו עטס נעמטס די שטארקייט זיך איינצוהאלטן פון מיר אויספראקן און ארויסווארפן פון דא.

איינע פון די מערסט-געפרעגטע שאלות אין אישי, איז צי כ'בין א פרוי.

געוויסע ווילן נישט גלייבן אז דער פארכמוערט'ער, קאלמוטנער, פארזויערט'ער ניק איז עפעס אנדערש ווי א שוואנגער'ע הארמאן-געשלאגענע שעשני כרצונו. אבער ניין. לאמיך דא באשטעטיגן איינמאל פאר אלעמאל אויפן רעקארד: איך בין א זכר. וואס דען? אביסל אומעטיג און צעבראכן.

מען רופט מיר "דער קעניג פון אחיעזר", און מיט רעכט. מיינע באקאנטע ווייסן שוין אן פרעגן, אז נאך אן אשכול אין אחיעזר איז נאר א פראגע פון צייט; און אט בין איך שוין ווידער דא.
איז כ'בעט נאכאמאל מחילה פארן קרעכצן אזוי פיל, לאמיר האפן אז דער כל יכול וועט מיר שוין ליכטיג מאכן בקרוב.

איז אזוי. א שטונדע צוריק מאך איך מיר מיין וועג אין סמעדרעש צו כאפן א מנחה. א פרומער בין איך דאך, שפאציר איך אריין אין ביסקיס צו פראדוצירן א גוף נקי. איך באוואפן מיך מיט א 'דבר יום ביומו' און כ'מאך מיך באקוועם אין איינע פון די בודקעס.

די מצב איז געוועהן היפש רואיג. אויסער איין פארשוין מיט א לייכטן שילשול, איז דער מקום געוועהן ליידיג פון באניצער. ס'איז דאך נישט שחרית צייט, און און אויך נישט צעהן מינוט פארן רבינו תם. ס'איז שא שטיל און איך זיץ מיר אזוי רואיג, און כ'פארייכער א ציגערעטל, ווען פלוצים — גאט אין הימל! מיין הארץ האט אויפגעהערט קלאפן. — איך קוק נאכאמאל און יא, נישט מער געדאכט —— נישטא קיין טישואס...
איך פרוביר קוקן צי ס'איז אפשר פארהאן אפאר צעריסענע אויפן ערד, אבער ניין. א-ף ג-ם א-ח-ד.

טו מעיק ע לאנג סטארי שאארט, איך זיץ דא באלד א קייליכיג שעה און כ'האב מורא אז פה תהא קבורתי. מיין זיץ פלייש פאנגט אן צעגיין און איך קלער פון רופן חברים, אבער כ'שעם מיך. ברידער טייערע, וואס אין דער וועלט דארף איך טוען? איינער קען העלפן???

אויב קומט פאר א זיכעריי נאך א פעשליכע אינגערמאן, שיין געקעמטע בארד, א גרעי סוט מיט א טייערער זייגער, זייט מודיע די אינסטאנצן אז יענער איז אין די ביסקיסעס אין ראדני, אונטן אין די בעיסמענט.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 27, 2014 4:18 pm
דורך יין שרף
איך לויך שוין אהין זעהן ווער די ביסט...
#גילויתרתימשמע...

נשלח: דאנערשטאג מערץ 27, 2014 4:19 pm
דורך רויטע וואנצעס
דיין ווייב מעג אזוי סאך טוען, צוריקצאלן פאר דיין געטריישאפט, אינטערשטיפן אביסל פון די וואסע ווארע.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 27, 2014 4:20 pm
דורך לעמיל
[tag]אפטעמיסט[/tag] כבר קדמוך
viewtopic.php?f=22&t=1721 קוק דא די עולם געבט גיטע עצות

נשלח: דאנערשטאג מערץ 27, 2014 11:04 pm
דורך berlbalaguleh
אפטעמיסט: איך האב געדארפט צוויי מאל איבערליינען דיין תגובה צו כאפן. אבער ווען כ' האב געכאפט האביך אזוי היסטעריש געלאכט אז מיינע שכנים זענען געקומען צו לויפן און געפרעיגט אויב אלעס איז אין ארדענונג. נאכדעים ביניך אריינגעלאפן אין ביהכ"ס און געכאפט א גאנץ פעקל שבת'דיגע פעיפער און ויסעו. פאר איך בין ארויף אויפ'ן הייוועי האביך געטשעקט אויב דו ביסט שוין געהאלפן געווארן. איך פאר יעצט אויפ'ן בי.קיו.אי. בבקשה ממך. אויב הצלה אדער חברים קומען אן צו דיר פריער, פליס לאז מיך וויסן. שקויעך. אהה.. ס'דא טרעפיק ביי העמילטאן עוועניו... נאכאמאל. דו ביסט אויף ראדני. נישט אויף מוירטל? הא. אקעי כ'באלד אנקומען. נאך א פאר מינוט.... :roll: :lol: :roll: :lol: :roll: :lol: :oops: :(

נשלח: דאנערשטאג מערץ 27, 2014 11:26 pm
דורך George
ווי לאנג די ביסט אנגעקומען איז שוין דער מצב געווארן פיל ערגער, אסאך מער פון איין פעקל פעיפער פעלט זיך יעצט אויס צו ראטעווען דעם מצב.
האסט דיינע טאלס אין טראנק?

נשלח: פרייטאג מערץ 28, 2014 12:52 am
דורך [NAMELESS]
ניץ דיין אינטערהעמעד (טוה עס אויס פאר דעם)

נשלח: פרייטאג מערץ 28, 2014 6:19 am
דורך לאליפאפ
וואס איז געווארן? ביסט נאך דארט צום סוף?

טאמער יא נוץ דעם דבר יום ביומו מיט וועלכע דו האסט דיר - ווי געשריבן - באוואפנט פארן אריינגיין אין ביה"כ..

נשלח: פרייטאג מערץ 28, 2014 8:31 am
דורך Ben-Shishim
Chasidishe Yidden always had tissues in their pockets.

That is if you are serious.

Oh ya, and next time don't go to Rodney..

נשלח: פרייטאג מערץ 28, 2014 8:41 am
דורך איש עברי
דאס הייסט ריינע אפטימיזם! גיין אין סקיסע אנע טואלעט פאפיער און זיך פארלאזן אז איינער פון קאווע שטיבל עט שוין ברענגען

נשלח: פרייטאג מערץ 28, 2014 11:00 am
דורך חביבי
1379377290422-1.jpg

נשלח: פרייטאג מערץ 28, 2014 11:14 am
דורך נהורא נפישא
איך האב קיינמאל דעם פראבלעם, ווייל ס'ערשטע זאך ווען איך קום אריין אין די פובליק ביסקיסעס נעם איך אפיר דעם ראולל טאולעט פאפיר און איך לייג ארום דעם זיצער ווייל צו וואס דארף איך אראפזעצן מיין לייב און לעבן אויף יענעמס אפגעווישטע אורינע, אזוי אז איך בין אפגעהיטען מכל מרעין בישין, בין איך ס'איינציגסטער וואס האט דער מנהג ?

נשלח: פרייטאג מערץ 28, 2014 11:41 am
דורך its me
די ניצט די גאנצע ראלל אלס סיט ? סא מיט וואס ווישטו זיך אפ

נשלח: פרייטאג מערץ 28, 2014 1:17 pm
דורך לאליפאפ
נהורא נפישא האט געשריבן:איך האב קיינמאל דעם פראבלעם, ווייל ס'ערשטע זאך ווען איך קום אריין אין די פובליק ביסקיסעס נעם איך אפיר דעם ראולל טאולעט פאפיר און איך לייג ארום דעם זיצער ווייל צו וואס דארף איך אראפזעצן מיין לייב און לעבן אויף יענעמס אפגעווישטע אורינע, אזוי אז איך בין אפגעהיטען מכל מרעין בישין, בין איך ס'איינציגסטער וואס האט דער מנהג ?

ניין. אבער ב"ה איך נוץ פאבליק סקיסעס נאר במצב חירום ממש!

נשלח: פרייטאג מערץ 28, 2014 1:24 pm
דורך ברסלבער
איך פיר זיך געווענליך צו ערלעדיגן די הכנות אינדערפרי אינדערהיים, שפאר איך זיך איין אביסל פראבלעמען. עס איז מיר שווער זיך צו באנוצן מיט די שטיבלעך אין די פאבליק פלעצער, און איך וועל נישט מאריך זיין מיט די סיבות.
מיינע עצות אין א נויט-פאל האב איך שוין געשריבן אינעם אנדערן אשכול וואס איז דא פריער צוגעצייכנט.

נשלח: פרייטאג מערץ 28, 2014 1:26 pm
דורך נהורא נפישא
its me האט געשריבן:די ניצט די גאנצע ראלל אלס סיט ? סא מיט וואס ווישטו זיך אפ

ניין נאר וויפיל ס'פעלט זיך אויס.

נשלח: פרייטאג מערץ 28, 2014 1:40 pm
דורך פליקער
היינט איז דאס בכלל נישט קיין פראבלעים,

איך האב אמאל געהאט זייער א עינליכע מעשה

איך האב געשיקט א צעפ צים שיל גרופע איך האב דערנאך געקענט אינטער ווארפן פאפיר פאר אלע שכנים אזוי פיל שעואצער פאפיר איז געוועין, יעדער איז געקימען צי לויפן אויפ מיין באפעיל

די מעסעדש ליינט זיך בערך אזוי

אנטשולדיגט פארן שטערן אייער דאווענען, אבער איך האב א נויט פאל, איך זיץ אין בעסקיסע נומע דריי אויף די רעכטע זייט, זייט מוחל ווארפט מיר אינטער אשר יצר פאפיר ווייל אין לי, אגב אויך א דבר יום ביומעלע אויב שייך, שכוח

גלייבט מיר אז סיז געקימען צי פליען אפילו פון די אנדערע סקיסעס

נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 12:41 am
דורך איך אויך
אפטער רב ביסט נאך סטאק?

נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 1:36 am
דורך [NAMELESS]
ראשעקאל האט געשריבן:ניץ דיין אינטערהעמעד (טוה עס אויס פאר דעם)


אויב לאזסטו עס דארט, מאך זיכער אז דו נעמסט אראפ די לעיבל פארדעם...

נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 1:45 am
דורך its me
I wonder how you had internet reception in basement

נשלח: דאנערשטאג אפריל 03, 2014 1:55 pm
דורך גאנצל
ווי זוי איז מעגליך אריין צו גיין אין סמעדריש טוילעטס אן טישוס מ'ברויך דאך קודם אפוואשן די טוילעט סיטס דארטן פאר מ'מאכט א ישיבה דארט