בלאט 1 פון 1

וואו גיי איך אויף וואקאציע?

נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 7:38 pm
דורך לעב און לאך
איך האב קיינמאל נישט געטראכט אז איך וועל דאס אמאל דארפן פרעגן. וואס הייסט, וואו גייט א איד אויף וואקאציע? קיין מיאמי! אויב שוין אביסל אויפגעקלערט, אוט אוו די באקס, כאפט ער זיך אריבער קיין קאילפארניע באזוכן יוניווערסאל סטודיאס זען וואו די אלע "עקשאן" מואוויס וואס ער וואטשט אונטערן דאכענע ווערן פרודוצירט. אבער דארט האב איך שוין באזוכט מער ווי איינמאל, יעצט וויל איך א טויש.

פונקט ווי אסאך מענטשן וואס די משפחה פארמערט זיך איז מיר נישט אויסגעקומען צו פארן אויף וואקאציע מיטן עזר שוין עטליכע יאר. דאכט זיך שוין דריי יאר נישט ארויסגעטרעטן פון די ניו יארקער זיפ-קאוד. אבער יעצט שפיר איך ווי עס אנטלויפט זיך שוין, איך דארף גיין אויף וואקאציע, אפילו בלויז אויף צוויי דריי טעג. אבי אוועק פון דא.

איך וועל אייך נישט סתם באלעסטיגן און געבן אן אויפגאבע פון מיך צושטעלן אן "אינטינערערי" אנע וויסן וואו בערך מיינע אויגן צילן. שוין געטראכט אסאך דערפון, שוין אפילו באשלאסן זיך צושטעלן מיט עמך בית ישראל און זיך נאכאמאל ארויפזעצן אויף א פליגער קיין מיאמי, אבער עס שמעקט מיר עפעס נישט, איך דארף א טשעינזש.

די מעשה איז אזוי, איך וויל נישט ספענדן 10 אדער אפילו 5 טויזנט דאלער אויף וואקאציע. 3 אלפים איז אקעי. איך האב געטראכט פון עטליכע ערטער:

- קאנקאן (מעקסיקא) - - - ס'דא גאר גוטע דיעלס אויף "אל אינקלאסיוו" וואקאציעס איבערן ברייטן נעץ, רוב פרייזן רעכענען אויך אריין די טיקעטס. די פראבלעם: נישטא קיין כשר כסן מען דארף אלעס מיטשלעפן. אז איינער איז שוין דארט געווען ביטע טיילט מיט וועלכע האטעלס זענען גוט, וויאזוי מען באגייט זיך מיט עסן א.א.וו.

- קאריביענס, באהאמאס - - - די גוטע דיעלס אויף "אל אינקלאסיוו וואקאציעס" אינאיינעם מיט עירפעיר קען מען אויך טרעפן צו די קאריביענס און באהאמעס. אז איינער האט ערפארונג מיט האטעלס און עסן ביטע מיטטיילן.

- ניעגרא פאלס - - - ס'איז מער "פלעין", אפשר פאר די אשת חיל וועל עס נישט געפעלן ווייל עס איז נישט אזוי "שטיקי" צו איבערדערציילן פאר די חברטעס אין קאנטרי, אבער לויט א חבר וואס איז דארט געווען קען עס זיין א גאר שיינע וואקאציע פאר צוויי-דריי טעג. איך הער אז עס איז דא א כשרע רעסטעראן אין די געגנט, אז איינער קען זאגן אויב עס איז גוט און ווען ער מאכט אויף פארן סעזאן וועל איך אים דאנקבאר זיין. אויך איז עס בלויז 1.5 שעה אוועק פון טאראנטא וואו מען קען זיך אריבער כאפן איין נאכט אויף א פיינע סאפער און אביסל מיטהאלטן די נייט-לייף ע"פ מנהג קאנאדע.

- קרוז - - - איך האב שוין עטליכע מאל געטראכט צו גיין אויף א קרוז, אבער יעצט ווען איך האב מיר אביסל אומגעקיקט זע איך אז עס קאסט א קנאפע 5 אלפים, דאס איז א חוץ די קאסט פארן פליגער צו און פון די שטאט וואו די שיפל אנקערט. אז איינער האט עקספיריענס מיט ביליגערע קרוזעס, און אויך אז איינער ווייסט וויאזוי מען באגייט זיך מיט כשר עסן, זאל ער זיך ביטע נישט שעמען און ארויפקומען דא אויפן באלעמער איבערגעבן די דעטאלן.

נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 8:03 pm
דורך אפטעמיסט
איך קען דיר נישט עכט העלפן, אבער מיי גאד! דו לעבסט טאקע און לאכסט! אזאנע השגות? באהאמס, נייט לייף. איך פראפאז שוין פאר דיין נעקסטער גלגול, וויל יו מערי מי?

נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 8:11 pm
דורך לעב און לאך
אפטעמיסט האט געשריבן:איך קען דיר נישט עכט העלפן, אבער מיי גאד! דו לעבסט טאקע און לאכסט! אזאנע השגות? באהאמס, נייט לייף. איך פראפאז שוין פאר דיין נעקסטער גלגול, וויל יו מערי מי?


אז די פלאנירסט דורך צו גיין א גענדער איבערמאכונג קען מען רעדן דערוועגן

נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 8:12 pm
דורך אפטעמיסט
ווער זאגט דיר איך בין נישט קיין מאן?

נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 10:39 pm
דורך MickyMouse
א קרוז קענסטו נעמען פון ניו יארק פאר אינטער $600 א מענטש, פלאס טעקס און טיפס, קענסטו אפקומען מיט $3000
אינקלודינג אלע צוגעהערן. אבער דאס זענען 7 טאג קרוזעס.

עס זענען דא מערערע קרוזעס וואס פארן פון מענהעטען אדער ניו דזערזי צי די באהאמעס, קאריביען, אדער בערמיודע.
עס איז אלל אינקלוסיוו מיט כשר עסן. נאר אלקאהאל און סאדע קאסט עקסטער.

אויב ווילסטו גיין ערגעץ מיט כשר נאר פאר 4-5 טעג, גיי צי די דאמיניקען ריפאבליק.
Cofresi Palm Beach & Spa האט א כשר׳ע רעסטאראנט.

נשלח: דינסטאג אפריל 29, 2014 12:28 am
דורך לעב און לאך
MickyMouse האט געשריבן:א קרוז קענסטו נעמען פון ניו יארק פאר אינטער $600 א מענטש, פלאס טעקס און טיפס, קענסטו אפקומען מיט $3000
אינקלודינג אלע צוגעהערן. אבער דאס זענען 7 טאג קרוזעס.

עס זענען דא מערערע קרוזעס וואס פארן פון מענהעטען אדער ניו דזערזי צי די באהאמעס, קאריביען, אדער בערמיודע.
עס איז אלל אינקלוסיוו מיט כשר עסן. נאר אלקאהאל און סאדע קאסט עקסטער.

אויב ווילסטו גיין ערגעץ מיט כשר נאר פאר 4-5 טעג, גיי צי די דאמיניקען ריפאבליק.
Cofresi Palm Beach & Spa האט א כשר׳ע רעסטאראנט.


א גרויסן דאנק פאר די אינפארמאציע. ס׳זעט אויס ווי א שיינע האטעל, מיט היבש גוטע reviews אנליין. איך זע אז זיי פארמאגן עטליכע רעסטעראנטן, וועלכע איז די כשרע? ( איז עס סי-פאד אדער פליישיג?).

נשלח: דינסטאג אפריל 29, 2014 1:15 am
דורך גנדי
אין קאנקאן איז דא א חב״ד ראביי ער שטעלט צו כשר עסן. אויף זייער וועבסייטל איז אבער די עסן אביסעלע טייער.

איך האב געפלאנט צו גיין צו קאנקאן. איך האב שוין גערעדט מיט די ראביי. זייער א פריינטליכע...

נשלח: דינסטאג אפריל 29, 2014 8:18 am
דורך Big Boy
Niagara falls is very nice but don't stay there more than 2 days. After 2 days you will be bored. There's nothing to do there for more than 1.5 to 2 days.

Regarding cruises, I've never been on one but I know from friends that have been. If you're flexible with scheduling your vacation close to last minute you can find very good deals.

Why are you only thinking of the Bahamas in the Caribbean? There are many many nice ones. like Aruba, Bermuda Puerto Rico.

Also, there are many nice places in the US besides Miami and California. You can go to Arizona, Colorado, Cape Cod, Maine Yellowstone Par.

נשלח: דינסטאג אפריל 29, 2014 3:10 pm
דורך בן בג בג
[tag]לעב און לאך[/tag] די אלע פלעצער וואס דו האסט פריער אויסגערעכענט חוץ פון נייעגרע פאללס זענען לדעתי זייער טייער טאמער דו ווילסט נאר גיין אויף צוויי דריי טעג, איך וואלט דיר געראטען אז פאר צוויי דריי טעג זאלסטו גיין קיין וואשינגטון די סי אדער קיין ראהד איילענד אדער צו פאקאנאס, די אלע פלעצער זענען בערך א דריי שעה דרייוו פון ניו יורק און ס'פינקט גוט פאר צוויי דריי טעג

נשלח: דינסטאג אפריל 29, 2014 3:49 pm
דורך Big Boy
בן בג בג האט געשריבן:[tag]לעב און לאך[/tag] די אלע פלעצער וואס דו האסט פריער אויסגערעכענט חוץ פון נייעגרע פאללס זענען לדעתי זייער טייער טאמער דו ווילסט נאר גיין אויף צוויי דריי טעג, איך וואלט דיר געראטען אז פאר צוויי דריי טעג זאלסטו גיין קיין וואשינגטון די סי אדער קיין ראהד איילענד אדער צו פאקאנאס, די אלע פלעצער זענען בערך א דריי שעה דרייוו פון ניו יורק און ס'פינקט גוט פאר צוויי דריי טעג



You are right about California and Arizona, but Niagara or Caribbean most people go for 2-3 days. It's like going to Florida.

נשלח: דינסטאג אפריל 29, 2014 3:52 pm
דורך Big Boy
לעב און לאך האט געשריבן:איך האב קיינמאל נישט געטראכט אז איך וועל דאס אמאל דארפן פרעגן. וואס הייסט, וואו גייט א איד אויף וואקאציע? קיין מיאמי! אויב שוין אביסל אויפגעקלערט, אוט אוו די באקס, כאפט ער זיך אריבער קיין קאילפארניע באזוכן יוניווערסאל סטודיאס זען וואו די און אביסל מיטהאלטן די נייט-לייף ע"פ מנהג קאנאדע.

What's the difference between Canadian and American nightlife?

- קרוז - - - איך האב שוין עטליכע מאל געטראכט צו גיין אויף א קרוז, אבער יעצט ווען איך האב מיר אביסל אומגעקיקט זע איך אז עס קאסט א קנאפע 5 אלפים, דאס איז א חוץ די קאסט פארן פליגער צו און פון די שטאט וואו די שיפל אנקערט. אז איינער האט עקספיריענס מיט ביליגערע קרוזעס, און אויך אז איינער ווייסט וויאזוי מען באגייט זיך מיט כשר עסן, זאל ער זיך ביטע נישט שעמען און ארויפקומען דא אויפן באלעמער איבערגעבן די דעטאלן.


Your wife wouldn't have a problem going on a cruise with you? Have you been to other places like this before?