בלאט 1 פון 1

דו ווילסט טאקע אלעס פארשטיין?

נשלח: זונטאג מאי 11, 2014 3:31 pm
דורך מצטמק ויפה
[justify]די וועלט פון וויסענשאפט גאלאפירט מיט א שטארקע שנעלקייט, עס איז שוין כמעט נישט דא קיין זאך אין דער וועלט וואס מען פארשטייט נישט (מער ווייניגער) איר אויסשטעל, תועלת, תכלית, אא"וו. ספעציעל די לעצטע פאר יאר מיט די ערפינדונג פונעם געוועב, איז דא פאר אונז א אפענע וועלט, גארנישט איז פארהוילן, אזש אז יעדער קליינע נער, וואס אין חדר האט ער נישט פארשטאנען א פשוט'ע מחלוקה פון סומכוס און רבנן, נאר נאך צוואנציג מאל וואס זיין געטרייע מלמד האט אריינגעהאמערט איו זיין אויער, קען היינט צוטאגס מיט אפאר פינגער דרוקען אויפן קיבאר"ד און גוג"ל וויסען זאכן וואס די גרעסטע סייענטיסטן האבן זיך געמוטשעט יארן.

די אלע זאכן זענען זייער פיין און וואויל, אבער פון די אנדערע זייט האט דאס געברענגט צו א עפאכע ווי מענטשען מיינען אז מען מוז אלעס פארשטיין, והא ראיה פארשטיין קומט אזוי גרינג אן, און אז איך פארשטיי עפעס נישט מיינט אז עפעס טויג נישט. דאס איז נוגע אין יהדות און אמונת השם וכדו', וואו מען זעט נעבעך ווי מענטשן פאלן ווי פליגן נאר צוליב דעם נארישן אידעלאגיע, אז אלעס מוז איך פארשטיין, און אויב פארשטיי איך נישט מיינט אז עפעס שטימט נישט דא. און נאכדעם קלאפט עס נעבעך אויס אויף דעם טאג-טעגליכן סדר היום פון מענטשן. דער עולם דרייט זיך ארום מיט כל מיני צרות און פראבלעמען, מען מוטשעט זיך מיט געזונט, פרנסה, נחת, אן זען א משהו ליכטיגקייט, אן זען א וועג ארויס. און מיט די הענט כלפי שמיא, האט יעדער בר נש א גאנצע בארג מיט קשיות און טענות, היתכן איך האב נישט קיין געלט? היתכן איך בין נישט געזונט? היתכן גארנישט גייט מיך נישט גוט? וכו' וכו', און נעבעך די גאר שוואכערע הערצער ציען פון דעם שרעקליכע כפירה'דיגע מסקנות, נעבעך אזוי אומוויסענד, ווייל אזוי מוז דאך זיין, און אויב נישט שטימט עס נישט. בקיצור עס הערשט א געפערליכע הסתר און א צומישעניש אפילו ביי די שענסטע פון כלל ישראל נעבעך.

איך דערמאן זיך פונקט פון א שמועס וואס איך האב געהאט מיט יארן צוריק מיט מיינער א באקאנטן, גאר א חשוב'ער אינגערמאן, א בן תורה. פון צווישן די שורות פונעם שמועס האב איך ארויסבאקומען אז ער האט נישט קיין שום געפיל אינעם אלטן לאנג-יעריגען מיטל פון זיך אויסוויינען ביי א תהילם'ל. אויף מיין פארוואונדערטע שאלה, פארוואס? זאגט ער מיר מיט א צובראכן הארץ; הער מיך אויס, דו ווייסט אז איך האב פארלוירן מיין טאטע ווען איך בין געווען קליין. דו האסט בכלל א אהנונג וויפיל איך האב נאס געמאכט דעם תהילם'ל פאר זיין וואוילזיין?! דו ווייסט וויפיל איך האב איינגעריסן ער זאל ווערן געזונט?! און..... גארנישט, ער האט מיך איבערגעלאזט אן מיך פרעגן....

מ'קען באמת נישט האבן קיין טענות אויף אזא איינעם, ווייל ער האט דאך א שטיקל טענה, און דאס איז א געפיהל וואס מ'קען נישט אזוי אוועק מאכן, נאכדערצו פון א שטאנדפונקט פון איינעם וואס האט דאס נאך קיינמאל דורך געלעבט. אבער וואס איז למעשה די ריכטיגע בליק אויף די אלע זאכן? וואס זענען די תירוצים פאר די אלע הונדערטע טויזענטע אום-פארענטפערטע קשיות פון צענדליגע טויזענטע יאר? איז דא בכלל תירוצים? דארפן מיר תירוצים?

דער הייליגער קאצקער זי"ע האט אמאל געזאגט "מענטשן זענען זיך מתרעם אז "נסתרים דרכי ד'", נו אוודאי אזוי, וואלט איך דען אויפגענומען א מלך וואס זיינע מעשים וועלן זיין פארשטענדליך פאר יעדע טיפה סרוחה?!"

די ווערטער זענען זייער טיף און אמת. מיר זוכן נישט דא צו פארענטפערן יעדע ספעציפישע קשיא, כאטש מיר גלייבן אז יעדע זאך האט א ריכטיגע און אמת'ע תירוץ, מיר ווילן נאר אויפמערקזאם מאכן אז פונקט פארקערט, טאקע ווייל מיר פארשטייען נישט אלעס, דאס איז די גרעסטע ראיה וויפיל חכמה און ברירות ליגט אין די גאנצע בריאה.

שטעלט אייך פאר איר ווילט זיך איינשרייבן אין א קאלעדז"ש צו באקומען א דעגרי אויף סיי וועלכע פאך. פארשטייט זיך אליין איר גייט נישט אפירזוכען די שוואכסטע קאלעדז"ש, וואס יעדער וואס האט קוים א 80 איי קיאו, גייט אהין. נאר איר גייט אפירזוכן דעם העכסט פרעסטיזשפו"ל קאלעדז"ש, ווייל איר דארפט דאך וויסן אז איר זענט נישט סתם אבי א נער, נאר קלוג ווי שלמה, און איר האט באקומען א דעגרי פון א קאלעדז"ש וואס נישט יעדער קען דערגרייכן. אבער איין מינוט, דאס אז דער שוואכער קאפ גייט נישט פארשטיין דיין פראפעסער, מיינט אז דער פראפעסער איז נישט גערעכט?! אדער פונקט פארקערט, טאקע ווייל דער פארשטייט נישט, ווייזט וויפיל קלוגשאפט ליגט דערין? לאמיר גיין נאך ווייטער, שטעלט אייך פאר, דו קומסט אריין אין א קלאס, וואס האלט שוין אינעם צווייטן יאר פון סייענ"ס, דאן מעגט איר האבן די בעסטע קאפ וואס איז שייך, און אן איי קיאו פון 118, גייט איר נישט פארשטיין קיין איין ווארט וואס דער פראפעסער זאגט. אבער מיינט דאס אז דער פראפעסער איז נישט גערעכט? אוודאי אז נישט! נאר פונקט פארקערט, ווי מער דו פארשטייסט נישט, ווייזט וויפיל חכמה און וויסענשאפט און ריסערט"ש ליגט אין דעם פראפעסער.

נו פרעגט אייך אליין, צו פירן אזא גרויסע פארצווייגטע וועלטעל ווי אונזער'ס, וואלסטו געוואלט האבן איינעם וואס זיינע מעשים זענען פארשטענדליך פאר יעדע נער??!! אוודאי אז נישט!

לאמיר נעמען א קליינע משל; שטעלט אייך פאר, מען קומט צו אייך פרעגן אויב עס זאל יעצט רעגענען אדער נישט? די באשלוס ליגט אין אייער האנט. א קליינע פשוט'ע באשלוס, הא?! יא אדער נישט?! האסט אבער אמאל זיך אפגעשטעלט טראכטן וואס אלס אין אזא באשלוס ליגט? וויפיל טויזענטע זאכן גייען פאסירן לכבוד דעם רעגן? די טרעפיק גייט זיין שרעקליך, גייסט פארפאסן דיין אפוינמענט ביים דאקטער אויף וואס דו ווארסט שוין חדשים. א אנדערער גייט אנקומען שפעט אהיים און זיין שלום בית איז דערנאך. דער דריטער, איז זיין הוט קאליע געווארן, גייט ער דארפן באצאלן יעצט נאך הונדערט אכציג פאר א נייע הוט. וכו' וכו', מיליאנען זאכן וואס גייען זיך אפשפילן נאר וועגן די קליינע פשוט'ע באשלוס פון יא רעגן אדער נישט. נו פרעג איך אייך, ווילסטו דען דאס פארשטיין? דו האלטסט טאקע אז דו קענסט בכלל אזא פארצווייגטע זאך פארשטיין?

נאר וואס דען? יעדע מאל וואס עפעס גייט נישט גוט, און מען האט קשיות, און באמת שטארקע קשיות. זאלסטו טראכטן "אוי טאטע, איך דאנק דיר אז איך פארשטיי נישט דיינע מעשים, ווייל אָך און וויי וואלט געווען ווען יעדע נער קען דיך פארשטיין".[/justify]

נשלח: זונטאג מאי 11, 2014 6:55 pm
דורך פארוואס?
זייער שיין. דו לייגסט אראפ דעם וועלן אלס פארשטיין אלס אן ״אידאלאגיע״. מען קען הערן אזא מהלך, אבער איך בין נישט זיכער, אז מען קען עס נישט אנקוקן אנדערש.

נשלח: זונטאג מאי 11, 2014 7:18 pm
דורך מאטי
אויב איז פארהאן א מציאות אז מ'פארשטייט נישט אלעס, דאן ווער זאגט אז ווען מ'פארשטייט יא! פארשטייט מען טאקע?

נשלח: זונטאג מאי 11, 2014 7:41 pm
דורך אפטעמיסט
זייער שיין, מצטמק. האסט א שטארקע נקודה, אבער נאך אלעמען זעהט מען אז ס'איז איינגעפירט ביי אידן אז נאך יעדע טראגעדיע רח"ל קומט מען זיך צוזאם און מ'מוסר'ט דעם עולם על דא ועל הא און מען איז תולה דעם אומגליק אויף פארשידענערליי פראבלעמען און עבירות. פארוואס דאן זאגסטו נישט אז מ'דארף נישט אלעס פארשטיין? פארוואס זאגט מען נישט דעמאלט נסתרים דרכי ה' ואין לנו רשות להרהר? פארוואס שלינגט מען נישט און מען איז מקבל באהבה אן פראבירן דערגיין על מה עשה ה' ככה? דער תירוץ איז אז מען מעג יא ווילן וויסן, און אז גאט איז א טוב ומטיב, און ס'פאסירט אמאל ליידער א צרה, מעג מען פרעגן פארוואס.
אויב דו פארשטייסט אז נאך די גלויבער טראגעדיע רח"ל איז געוועהן דרשות אין ביהמ"ד וואו מען האט געפרעגט פארוואס דאס האט פאסירט, מעג מען אויך פרעגן פארוואס אזוי פיל אומשולדיגע מענטשן שטארבן טעגליך פון הונגער אין אפריקע.

אויב ס'איז דא א תשובה ווייס איך נישט, אבער ס'מאכט עס נישט ווייניגער פראגע.

נשלח: זונטאג מאי 11, 2014 8:13 pm
דורך מצטמק ויפה
אוודאי האט א מענטש א רעכט צו פרעגן און פארשטיין, און מען דארף נישט לעבן ווי א קעלב אין שטאל. פארקערט מען דארף פרעגן און אויך וועלן פארשטיין, און אוודאי אז מען פארשטייט אדער מען רעדט זיך עכ"פ איין אז מען פארשטייט, איז אוודאי גאר גוט. מיר האבן נאר גערעדט במקום וואו דער פרעגער האט נישט קיין תירוץ אויף זיין קשיא, איז אנשטאט ער זאל פון דעם ציען אום-ריכטיגע מסקנות, זאל ער ביי אזא פאל וויסען, אז ער מוז נישט און ער קען נישט אייביג אלעס פארשטיין.

נשלח: זונטאג מאי 11, 2014 8:26 pm
דורך אפטעמיסט
די שאלה איז וואס מיינט "אומריכטיגע מסקנות". דער מאמין האלט אז דער כופר'ס מסקנה צוליב דעם וואס פאסירט אין אפריקע איז פאלש, און געוויסע האלטן אז נישט חוסר הצניעות האט פאראירזאכט די גלויבער אומגליק רח"ל. אויב האלטסטו אז מען טאר נישט פרעגן, טאר מען קיינמאל נישט פרעגן. און אויב האלטסטו מען מעג, קענטסטו נישט מאכן א חילוק ווען יא ווען נישט.

נשלח: זונטאג מאי 11, 2014 8:32 pm
דורך יואליש
.

נשלח: זונטאג מאי 11, 2014 8:35 pm
דורך מצטמק ויפה
זייער פשוט, נקוט כללא זו בידך, אויב די מסקנה און תירוץ פונעם פרעגער איז, ווייל ער האלט באמת אז דאס איז די תירוץ פונעם קשיא איז אלעס פיין און וואויל, אויב אבער איז זיין תירוץ נאר ווייל ער האט נישט קיין ברירה, און די קשיא באדערט איהם און א אנדערע תירוץ האט ער נישט, זאל ער דאן וויסען אז ווייל ער האט נישט קיין נארמאלע תירוץ מיינט נישט אז זיין בלית ברירה תירוץ איז ריכטיג. ודו"ק כי עמוק הוא.

נשלח: זונטאג מאי 11, 2014 9:55 pm
דורך פארוואס?
נאכן אביסל איבערטראכטן:
טאקע די וואונדערליכע טיפקייט און די אומבאגרייפליכע קלוגשאפט וואס ליגט באהאלטן אינעם נאטור, דארף אויפטרייסלען און איבערנעמען יעדן איינציגער מענטש, און אלס מער מען פארשטייט זעהט מען נאך אלס אז עס איז אסאך טיפער ווי מען האט לכתחילה געמיינט. 
אמנם דא עקא, אז צופיל אריינטראכטן און גיין מיט אט דעם מהלך וואס דו שלאגסט פאר איז נישט אזוי געראטן לענ״ד, ווייל ס׳קען חלילה גורם זיין צו כפירה. 
אז איינער גייט צו מיט די הנחה אז עס איז אומ-מעגליך צו פארשטיין דעם באשעפער, און וואס ער וויל פון אונז, דאן ווי אזוי וועט ער פארשטיין די אלע חז״ל׳ס וואס פראבירן ערקלערן פארן פאגרעבטן מענשליכער שכל ווי אזוי דער אויבערשטער פיהרט די וועלט, (עיין סוגיית צדיק וטוב לו וכו׳, ועוד)?
און נאכמער, דער פשוטער שכל הישר איז מחייב, אז אויב עס איז אומ-מעגליך צו פארשטיין די טיפע כוונה פונעם יוצר-כל, דאן וועל איך גיין צו דיפאלט. דהיינו, אז איך קען נישט פארשטיין וואס דער בורא וויל פון אונז, און אז בכלל ער וויל עפעס פון אונז, דאן קען איך גארנישט וויסן, אפשר וויל ער איך זאל טאנצן אכט מאל א טאג מיט די קאפ אראפ און די פוס אראפ אינעם צענטער פון שטאט? אפשר וויל ער מיר זאלן עסן יעדע צוועלף טעג א שטיקל קעיז, און זאגן אויף ענגליש: געלויבט ביסטו גאט, וואס האט אונז פארהייליגט מיטן אנזאג פון עסן קעיז? און אפשר…? וכו׳. 
בקיצור, איך מיין אז מיין פוינט איז קלאר, מיר קענען נישט אננעמען אזא מהלך זאל איבערנעמען אונזער לעבן, עס וועט אונז נאר אריינפירן אין פראבלעמען. 

נשלח: זונטאג מאי 11, 2014 10:12 pm
דורך יאיר
פארוואס, עס איז פארהאן אן עצה אויף דעם. וויפיל מ'פארשטייט זאל מען פארשטיין, און וויפיל מ'פארשטייט נישט זאל מען נישט פארשטיין. (סאונדס סימפל, הא?). למשל, דער באשעפער איז אלמעכטיג און גוט. דאס איז פארשטענדליך. ממילא גייט מען מיט דעם. דער באשעפער האט צוגעלאזט א האלאקאוסט. אופס, דאס איז אומפארשטענדליך. דא הייבט מען הענט און מען גייט צוריק צו די פארשטענדליכע, איבערלאזנדיג די אומפארשטענדליכע אויף א רעגנדיגן טאג.

נשלח: זונטאג מאי 11, 2014 10:38 pm
דורך שמעקעדיג
דאן פארוואס פרובירן אלע צדיקים צו פארענטפערן על מה עשה ה' ככה?

נשלח: זונטאג מאי 11, 2014 11:05 pm
דורך מאטי
שמעקעדיג : צדיקים פארענפערן נישט, צדיקים שרייען צום באשעפער הרף סטאפ! ! אברהם אבינו בעט זיך "דריי נישט איבער סדום", משה רבינו שרייט "למה הרעות לעם הזה למה זה שלחתנו".

אט האסטו א פסוק אין שופטים פרק ו':

ויֵּרָא אֵלָיו, מַלְאַךְ יְהוָה; וַיֹּאמֶר אֵלָיו, יְהוָה עִמְּךָ גִּבּוֹר הֶחָיִל.  יג וַיֹּאמֶר אֵלָיו גִּדְעוֹן, בִּי אֲדֹנִי, וְיֵשׁ יְהוָה עִמָּנוּ, וְלָמָּה מְצָאַתְנוּ כָּל-זֹאת; וְאַיֵּה כָל-נִפְלְאֹתָיו אֲשֶׁר סִפְּרוּ-לָנוּ אֲבוֹתֵינוּ לֵאמֹר, הֲלֹא מִמִּצְרַיִם הֶעֱלָנוּ יְהוָה, וְעַתָּה נְטָשָׁנוּ יְהוָה, וַיִּתְּנֵנוּ בְּכַף-מִדְיָן
אין פרייע איבערזעצונג:
און דער מלאך ה' האט זיך באוויזן צו אים [גדעון], און געזאגט צו אים: "גאט איז מיט דיר שטארקער העלד" .

האט גדעון געענטפערט: "איך בעט דיך מיין האר, און גאט איז מיט אונז הא? נו פארוואס טרעפט אונז דאס אלעס? [די מדינ'ישע אונטערדריקונג]. און וואו איז אלע וואונדער וואס אונזערע עלטערן האבן אונז פארציילט זאגענדיג: פון מצרים האט אונז גאט ארויסגעצויגן, יעצט האט אונז דאך גאט פארלאזט, און איבערגעגעבן אין די האנט פון מדין.

נשלח: זונטאג מאי 11, 2014 11:29 pm
דורך שמעקעדיג
ריכטיג מאטל.

איך שרייב שוין דערוועגן דא:
viewtopic.php?p=108978#p108978

נשלח: זונטאג מאי 11, 2014 11:33 pm
דורך יאיר
שמעקעדיג האט געשריבן:דאן פארוואס פרובירן אלע צדיקים צו פארענטפערן על מה עשה ה' ככה?

ווייל צדיקים האבן אזא זאך וואס הייסט שלשידעס. און ביי שלשידעס דארפן זיי זאגן תורה.

נשלח: זונטאג מאי 11, 2014 11:48 pm
דורך מצטמק ויפה
[tag]פארוואס[/tag] דאס איז קלאר אז פון די פסוקי התורה און נ"ך קומט אויס אז די אייבישטער'ס דרכים זענען פון אונז פארהוילן, אזוי ווי עס שטייט "הנסתרות לה' אלוקינו וכו' " אדער "הצור תמים פעלו כי כל דרכיו משפט" אדער וואו שלמה המלך זאגט "אם עשק רש וגזל משפט וצדק תראה במדינה אל תתמה על החפץ".
אבער ווי ערווענט אויבן, דאס מיינט אוודאי נישט אז אלעס איז פון אונז פארהוילן, נאר ווי נאר מען ווערט געבלאקט און מען זעט נישט קיין וועג ארויס, דאן טאר מען נישט פארלירן די אמונה ובטחון, נאר טראכטן אז נסתרות דרכי השם, און עס איז בכלל נישט קיין חסרון אז מיר פארשטייען איהם נישט.

נשלח: זונטאג מאי 11, 2014 11:53 pm
דורך רויטע וואנצעס
אונזער דעת איז דער דעת פון א מוגבל. אונזער דעת איז מוגבל פונקט ווי אונזער גוף. אזוי ווי אונזער גוף קען נישט טאנצן מער ווי דריי פיס, קען אונזער דעת נישט טאנצן/פארשטיין מער ווי א געוויסע שיעור.

נשלח: זונטאג מאי 11, 2014 11:55 pm
דורך זוכער
פארוואס? האט געשריבן:נאכן אביסל איבערטראכטן:
טאקע די וואונדערליכע טיפקייט און די אומבאגרייפליכע קלוגשאפט וואס ליגט באהאלטן אינעם נאטור, דארף אויפטרייסלען און איבערנעמען יעדן איינציגער מענטש, און אלס מער מען פארשטייט זעהט מען נאך אלס אז עס איז אסאך טיפער ווי מען האט לכתחילה געמיינט. 
אמנם דא עקא, אז צופיל אריינטראכטן און גיין מיט אט דעם מהלך וואס דו שלאגסט פאר איז נישט אזוי געראטן לענ״ד, ווייל ס׳קען חלילה גורם זיין צו כפירה. 
אז איינער גייט צו מיט די הנחה אז עס איז אומ-מעגליך צו פארשטיין דעם באשעפער, און וואס ער וויל פון אונז, דאן ווי אזוי וועט ער פארשטיין די אלע חז״ל׳ס וואס פראבירן ערקלערן פארן פאגרעבטן מענשליכער שכל ווי אזוי דער אויבערשטער פיהרט די וועלט, (עיין סוגיית צדיק וטוב לו וכו׳, ועוד)?
און נאכמער, דער פשוטער שכל הישר איז מחייב, אז אויב עס איז אומ-מעגליך צו פארשטיין די טיפע כוונה פונעם יוצר-כל, דאן וועל איך גיין צו דיפאלט. דהיינו, אז איך קען נישט פארשטיין וואס דער בורא וויל פון אונז, און אז בכלל ער וויל עפעס פון אונז, דאן קען איך גארנישט וויסן, אפשר וויל ער איך זאל טאנצן אכט מאל א טאג מיט די קאפ אראפ און די פוס אראפ אינעם צענטער פון שטאט? אפשר וויל ער מיר זאלן עסן יעדע צוועלף טעג א שטיקל קעיז, און זאגן אויף ענגליש: געלויבט ביסטו גאט, וואס האט אונז פארהייליגט מיטן אנזאג פון עסן קעיז? און אפשר…? וכו׳. 
בקיצור, איך מיין אז מיין פוינט איז קלאר, מיר קענען נישט אננעמען אזא מהלך זאל איבערנעמען אונזער לעבן, עס וועט אונז נאר אריינפירן אין פראבלעמען. 



איך גלייב באמונה שלימה אז דער בוכ"ע פירט די גאנצע בריאה און עס איז דא א השגחה פרטית אין יעדע טריט און שריט. אבער:

1) איך זעה פאר א מציאות אז "99 פראצענט" מיליאנערן, מאכן א גוטע טאג, טוען גוטע שידוכים, מ'כאפט זיי די קינדער, גוטע און שוואכע. און ביי "זוכער" אין הארצ גיט א טיאכקע: העי, איז דאס בדרך הטבע אדער השגחה פרטית?

ווייל דער מענטש האט 100 מעלאנס אין די באנק נעמט מען אן זיינע קינדער אין די בעסטע ישיבות?

ווייל דער איז רייך ווי קרח, כאפט מען ארויס זיינע קינדער ביי די18, אפילו זיי זענען שטריקעלעך?

ווייל ער איז א ביליאנער, קען ער נעמען איידעמער לומדים, וועלכע וועלן אטאמאטיש ווערן דיינים, מגידי שיעור און ראש הכוללים?
עס איז א "ווישעס סייקעל" נאר פארקערט?

איך פארלאנג נישט קיין הסבר ווייל עס איז העכער מענטשליכע פארשטאנד.

נומער 2:

אלע מוכיחים און מוסר זאגער זענען ביזי מיט אזא מין לאזונג.

אויב יעדער וועט אראפלייגן זיין פעקל, און וועט האבן די ברירה צו נעמען יענעמס, וועט יעדער צוריק נעמען זיינס

איך בין מגלה דעת: אז ס'איז אבסורד. איך וואלט גענומען דעם פעקל ווי משה רייכמאן, אדער פרישוואסער. (איך האב ערשט געטשוזט)..

איך זעה נישט קיין נארמאלע סיבה פארוואס איך זאל צוריקנעמען מיין פעקל. א חוץ אויב איך בין ריטארטעד!

נשלח: פרייטאג מאי 23, 2014 11:19 am
דורך מצטמק ויפה
[justify]היינט צופרי צוהערן'דיג א אינטערוויאָ אויף קול מבשר איז מיר אויפגעקומען א שטיקעל קווענקלניש. דער בעל מספר פארציילט דארט זיין געוואלדיגע השגחה פרטיות וואס ער האט געהאט ביים שרעקליכען טעראר אטאקע אויף די צווילינג בנינים אין 2001 למספרם. געווען איז דאס געציילטע וואכן ביפאָר די אטאקע ווען ער איז געגאנגען צו אן אינטערוויאָ פאר א נייע דזשאב, וואס ער האט געדארפט באקומען גאר א הויכע פרעזטיטשפא"ל פאזיציע , מיט גאר א גוטע געהאלט. למעשה איז ער דארט אפגעזיצן פאר באלד פינף שעה, רעדענדיג מיט די בעלי בתים פון די ביזנעס, אבער ער האט באקומען זיין ענטפער געציילטע טעג נאכדעם אז; "אנטשולדיג אבער איר זענט נישט קוואלעפייד פאר די דזשאב". פארשטייט זיך אז עס האט איהם זייער געבאדערט, און וויי געטוען אז ער איז נישט אנגענומען.
למעשה נסתרים דרכי השם, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז יענעם ביזנעס איז געווען גענוי אויף די שטאק וואו די פליגער האט אריין געקראכט יענעם טונקעלע צופרי, און אלע איינגעשטעלטע פונעם ביזנעס זענען אומגעקומען, השם ירחם.

און ער ברענגט דארט ארויס אז אמאל מיינט מען אז עפעס פאסירט צו א מענטש און עס איז עק וועלט, וואס למעשה שטעלט זיך ארויס אז דאס איז גאר געווען די גרעסטע טובה וואס איז נאר שייך.

איך וויל אבער פארשטיין איין זאך, מען רעדט דא פון אפאר וואכן פארדעם. נו פרעג איך אייך, וואלט ער דען נישט געקענט באקומען די גוטע דזשאב מיט א געשמאקע געהאלט, און נאר יענע טאג זיך נישט גוט שפירן און נישט אנקומען אין ביזנעס?? אדער זיך פרשפעטיגען מיט אפאר מינוט?? וואס האט אויסגעפעלט ער זאל בכלל נישט באקומען די דזאב?

וואס איך מיין צוזאגן איז, אז אוודאי דארף ארויס געברענגט ווערן די השגחה פרטיות פון אזא מעשה, אבער דער מענטש רעדט זיך שוין איין, אז; אהה יעצט פארשטיי איך שוין פונקטלעך פארוואס און פארווען עס האט אזוי געדארפט זיין, און ער האט אלעס ארויס, אויף דעם איז די תירוץ יונגעלע שיינ'ס, די פאזעל איז נאך זייער רוי און די הייבסט נישט אן צו פארשטיין א כל שהוא פון די דרכים פון אונזער געטרייע טאטע אין הימעל.

(אגב בשעתן שרייבן די שורות איז מיר אויפגעקומען אויפן געדאנק, אז יענע ביזנעס איז געגאנגען שלאפן נאך די אטאקע, ממילא וואס וואלט ער געהאט פון פארשפעטיגן יענע טאג, אבער פארלירן זיין דזשאב, משא"כ אזוי האט ער געטראפן א פיינע נייע דזאב.)

עכ"פ "נסתרים דרכי השם".[/justify]

נשלח: פרייטאג מאי 23, 2014 12:32 pm
דורך שמעקעדיג
די פראגע שטערט מיר שוין לאנג, אויף יעדע "השגחה פרטית" מעשה'לע קען מען פרעגן די זעלבע פראגע,
קענסט אפילו גיין אזוי ווייט און פרעגן וואס האט בכלל אויסגעפעלט אז השי"ת זאל אראפווארפן (דורך שליחים בעלי בחירה) די צוילינג טורעמ'ס

די ווערימל מעשה פון בעש"ט (יו"ט ערליך...) איז פונקט אזוי, צו וואס דארפסטו מאכן אזא זון אז מען זאל קענען אפגעבראטן ווערן, און דערנאך שיקן א בלעטעלע צו באדעקן? און וויפיל בלעטעלעך פאלן יא לבטלה? און וויפיל ווערימלעך קומען יא אום ברוטאל ביי יעדן זון שיין?

נאר הוא הדבר אשר דיברת. מען קען נישט אלעס פארשטיין. נאר אז מען טרעפט צומאל א אפענע השגחה פרטית פילט דער מענטש אז אה, יעצט זעה איך אז איך קען טראסטן דעם באשעפער, ער ווייסט בעסער פון מיר וואס איז גוט פאר מיר, נאר איין מאל האט ער מיר געגעבן די אפארטוניטי עס איינצוזעהן מיט מיינע פליישיגע אויגן, און 50 אנדערע מאל, נישט. אבער די איינע אפענע מעשה איז על הכלל כולו יצא.