שעפטל האט געשריבן:יא יעדער יחיד און יעדער ראש ישיבה מעג טראכטן אז ער קען טוהן וואס ער וויל, אבער ס'איז א טו-וועי סטריט...
איינס ווי איך שרייב
דא:
די סיסטעם אין ישיבה'ס זענען רציחה! די בחורים'ס בלוט זענען הפקר! די טרערן פון די עלטערן זענען די הנהלת מים שלנו וואסער! פרישע צענדליגע בחורים וואס וועלן פשוט נישט האבן די ריכטיגע קאנעקשאן'ס אדער זייערע עלטערן קענען נישט אויסצאלן די גראסערי ארדערס פון די מחנכים, צוריקצוגיין אין ישיבה'ס וועלן זיך ראש חודש אייר דרייען אויפן גאס פראנק און פריי, אבער אין קול מלחמה במחנה!
איז דא א איד ווי ר' יואל ראטה וואס האט יא געעפענט א ישיבה וואס 95 פראצענט פון די בחורים זענען געווען אויפן גאס אדער זייער גורל איז שוין געווען אפגעזיגעלט אנצוקומען צו די גאס, נעמט מען אזא איד און מ'פרובירט אים אונטערצוהאקן? האט מען טענות אויף אים? לי יהא אז 5 פראצענט בחורים דארט וואלטן אפשר יא -מיט א שאקל אונטער- געווען אין א אנדערע (נארמאלע???) ישיבה, ווער זאגט אז די 5 פראצענט זענען חשובער און וויכטיגער ווי די איבריגע 95 פראצענט?
יא איך ווייס אז ר' יואל האט אויך גענומען נארמאלע בחורים פון וויען, אבער ווילאנג ס'דא די רציחה'שע ישיבה'ס מוז אזא ישיבה ווי ר' יואל'ס עקזעסטירן!
דו ווילסט נישט אננעמען יעדעם, אקעי! לאז אבער יענעם אפ!
צווייטענס, ווילסט טייטלן מיטן פונגער דעם צו רעכטס און יענעם נעבעך צו לינקס, לאמיר זאגן ביזסט גערעכט... דו מעגסט דאך טוהן וואס דו ווילסט, דו מיזסט נישט אננעמען יעדעם, זיי אבער שטיל ווען ס'דא אן אישו מיט בחורים אויף די גאס. שווייג ווען די גאס רידערט איבער דראפ-אוטס, וויש דיר אפ די נאז ווען ס'דא אן אינטערנעט אסיפה און פרוביר נישט מסביר צו זיין אז נאר דאס איז די פראבלעם, פול דיר ענדערשט אן דעם מויל מיט קטנים ווי אנשטאט שרייען אז די גאסן זענען שמיציג, ווייל גראדע האט דאס דיר נישט געבאדערט אפאר וואכן צוריק ווען דו האסט צוריקגעשיקט דעם לא נתקבל פאר א פופצן יעריגער בחור'ל וואס איז נישט געקומען יעדן פארטאגס, און אים פארשיקט צום גאס.
משל פון רבי ר' בונם,
"דוד המלך זאגט אין תהלים, "תעיתי כשה אבד בקש" פרעגט זיך א שווערע שאלה: וואס איז פשט, אז די שעפאלע האט זיך פארבלאנדזשעט און פארלוירן געווארן "בקש" - דורך די "שטרוי"?
האט רבי בונם זיי אזוי געזאגט: "גוט, אויב איהר ווייסט נישט, וועל איך אייך דערציילן א מעשה, און אפשר אזוי, וועט איהר עס בעסער פארשטיין". האבן זיך אלע טאקע אראפגעזעצט מיט גרויס נייגער, און צוגעהערט דעם צדיקיס ערצעהלונג:
אמאל האט אויסגעבראכן א מגיפה אין וואלד. האבן זיך אלע חיות צוזאמען געקליבן און זענען געגאנגען צום לייב, כדי ער זאל אויסטרעפן צוליב וועמען'ס שולד דאס האט פאסירט? דער לייב האט באלד אלעמען צוזאמען גערופן, און געשטעלט א זיצונג פון די עלטסטע און קליגסטע חיות, כדי זיי זאלן אויסהערן און אויספארשן אלע זינדיגע, און משפט'ן און באשטימען ווער פון זיי איז שולדיג אין די שווערע גזירה. דער ערשטער איז געקומען דער טיגער, און זיך מתוודה געווען, אז עס דריקט איהם אויף זיין געוויסן זעהר א הארבע זינד, וואס כאטש עס איז שוין אריבער א גאנץ לאנגע צייט זייט ער איז עס באגאנגען, פונדעסטוועגן, אין אזא שווערע צייט, ווען עס הערשט אין וואלד א מגיפה, קלערט ער, אז אפשר איז עס געשעהן צוליב איהם.
און די מעשה איז געווען אזוי: אמאל האט ער דערשפירט א גרויסן הונגער, און צופעליג איז דארט פארביי א מענטש. אהן איבערצוקלערן צוויי מאל, האט ער איהם פארציקט, אים צוריסן אויף שטיקער, און אויפגעגעסן... דער לייב האט איהם אויסגעהערט ביזן ענד, זיינע ראטגעבער האבן זיך באראטן, און אלע צוזאמען, זענען צוגעקומען צום באשלוס, אז דער טיגער איז גארנישט שולדיג! וואס'זשע קען מען דען פאדערן פון א הונגעריגן טיגער? ער זאל זיך איינהאלטן?... און דער זינדיגער טיגער, איז פון דארט ארויס גענצליך בארעכטיגט...
דער קומענדיגער אין די רייע, איז געווען דער וואלף, אויך אויף זיין געוויסן האט געדריקט א אומפארגעסליכער זינד: איינמאל האט ער געזעהן ווי א קוה שפאצירט רוהיג און געלאסן מיט איהר יונג קעלבל, זעהענדיג ווי פעט זיי זענען, איז שטארק אויפגערייצט געווארן זיין אפעטיט, און כאטש ער האט געוואוסט, אז עס איז א בפירוש'ער לאו אין די תורה, "אותו ואת בנו לא תשחטו ביום אחד", דאך איז דער וואלף נכשל געווארן, און זיי ביידע פארציקט אויף איין מאל, און איינגעשלינגען.
דער לייב האט אויסגעהערט, זיינע ראטגעבער האבן זיך באראטן, און צוגעקומען זענען זיי אלע צום באשלוס, אז דער וואלף איז גארנישט שולדיג! וואס'זשע קען מען דען פאדערן פון א הונגעריגן וואלף? עס שטייט דאך "זאב יטרף". וואס האט ער געזאלט טוהן, זיך איינהאלטן ?...
אויך ער איז ארויס בארעכטיגט און אפילו אביסל ערמוטיגט... אט זעהט, די אלע קלוגע חיות האבן גע'פסק'נט, אז זיין זינד איז גארנישט אזוי געפערליך...
מיט אמאל קומט צוגיין א קליין שעפעלע. מיט וואקלדיגע פוס שטעלט זי זיך פארן לייב, און נעמט זיך מתוודה זיין אויף איהר "הארבן זינד" וואס ווער ווייסט, אויב נישט דאס, האט חלילה אנגעווערטשאפט די ביטערע שווערע גזירה...
נו, וואס איז דיין זינד? ווערן אלע מיט איינמאל שטיל.
די מעשה איז געווען אזוי, צאפלט די שעפאלע פאר שרעק, עס האט זיך געמאכט אמאל זעהר א קאלטער ווינטער, און איך בין שיעור נישט פארגליווערט געווארן פאר קעלט... האט מיר מיין בעל הבית אריין געברענגט פון שטאל אין זיין שטוב, וואו איך האב זיך טאקע דערווארעמט, און מיין בלוט האט גענומען פליסן אין די אדערן. נאר וואס? איין וויכטיגע זאך האט דער בעה"ב פארגעסן: ער האט נישט גענומען אין חשבון, אז א לעבעדיגער באשעפעניש דארף אויך עפעס עסן, און ער האט מיר נישט צוגעגרייט קיין שפייז...
מיטאמאל באמערק איך, אז אין די שטעק-שיך פון מיין אייגנטימער, וועלכע ער האט אויסגעטוהן און אנידער געלייגט נעבן זיין בעט, ליגט אביסעלע שטרוי, א פאר שטרויעלעך וועלכע האבן מיך אזוי דערקוויקט...
דאס שעפעלע האט נאכנישט געענדיגט אפילו אויסרעדן איהר ווידוי, ווען אלע חיות פון וואלד האבן איהר בארינגלט און באפאלן:
"יא! יא! עס איז קלאר אז דו ביזט די שולדיגע! דו ביזט געווען א כפוי טובה פאר דיין בעל הבית וואס האט דיך אריין גענומען אין זיין שטוב, אצינד ווייסן מיר שוין צוליב וועמען מיר דארפן אזוי שווער ליידן און אפקומען! אזא עוולה! מען טאר עס נישט פארשווייגן!"
"פארשטייט איהר - האט רבי בונם פארגעזעצט זיין ערצעהלונג - אלע פארציקנדע חיות זענען געווען גערעכט, אבער ממש אלע! אויסער אט די אומשולדיגע שעפעלע... און דאס מיינט דא דער פסוק צו זאגן, "תעיתי כשה אובד בקש"... איך בין פארלוירן געווארן ווי א שעפעלע צוליב אביסעלע שטרוי..."
די ערשטע חלק פון די נבואה יחזקאל לד' הוי רועי ישראל איז מקיום געווארען אויפן האר, זיי גייען אין ערכאות, זענען מרים יד בתורת משה ר''ל, בויען זיך פאלאצן און פרעסן און וואקאציען פון אונזער געלט, ווארפען זיך מיט אונזערע קינדער, זיי מאכן פון אידישקייט א האליוואד, און האבן א פראבלעם מיט אונזער ירידת (שינו) הדורות!!!! (כ'וועל נישט אראפגיין צו זייער לעוועל און אויסרעכענען ווי אזוי זייער קינדער זעען אויס וד''ל)
אידישע קינדער ווערטס נישט צובראכן, אויב די ערשטע חלק פון די נבואה יחזקאל איז מקוים געווארן אויפן האר, וועט די צווייטע חלק פון די נבואה יחזקאל אויך מקוים ווערען אויפן האר, אזוי ווי מ'זעט ביי ר' עקיבא. שוב פעם אחת היו עולין לירושלים כיון שהגיעו להר הצופים קרעו בגדיהם כיון שהגיעו להר הבית ראו שועל שיצא מבית קדשי הקדשים התחילו הן בוכין ור"ע מצחק אמרו לו מפני מה אתה מצחק אמר להם מפני מה אתם בוכים אמרו לו מקום שכתוב בו (במדבר א) והזר הקרב יומת ועכשיו שועלים הלכו בו ולא נבכה אמר להן לכך אני מצחק דכתיב (ישעיהו ח) ואעידה לי עדים נאמנים את אוריה הכהן ואת זכריה בן יברכיהו וכי מה ענין אוריה אצל זכריה אוריה במקדש ראשון וזכריה במקדש שני אלא תלה הכתוב נבואתו של זכריה בנבואתו של אוריה באוריה כתיב (מיכה ג) לכן בגללכם ציון שדה תחרש [וגו'] בזכריה כתיב (זכריה ח) עוד ישבו זקנים וזקנות ברחובות ירושלם עד שלא נתקיימה נבואתו של אוריה הייתי מתיירא שלא תתקיים נבואתו של זכריה עכשיו שנתקיימה נבואתו של אוריה בידוע שנבואתו של זכריה מתקיימת בלשון הזה אמרו לו עקיבא ניחמתנו עקיבא ניחמתנו.
ט לָכֵן, הָרֹעִים--שִׁמְעוּ דְּבַר ה', כֹּה-אָמַר ה' אלקים, הִנְנִי אֶל הָרֹעִים וְדָרַשְׁתִּי אֶת צֹאנִי מִיָּדָם וְהִשְׁבַּתִּים מֵרְעוֹת צֹאן, וְלֹא יִרְעוּ עוֹד הָרֹעִים, אוֹתָם; וְהִצַּלְתִּי צֹאנִי מִפִּיהֶם, וְלֹא-תִהְיֶיןָ לָהֶם לְאָכְלָה. {ס} יא כִּי כֹּה אָמַר ה' אלקים, הִנְנִי אָנִי וְדָרַשְׁתִּי אֶת צֹאנִי וּבִקַּרְתִּים. יב כְּבַקָּרַת רֹעֶה עֶדְרוֹ בְּיוֹם-הֱיוֹתוֹ בְתוֹךְ-צֹאנוֹ, נִפְרָשׁוֹת--כֵּן, אֲבַקֵּר אֶת-צֹאנִי, וְהִצַּלְתִּי אֶתְהֶם מִכָּל הַמְּקוֹמֹת אֲשֶׁר נָפֹצוּ שָׁם בְּיוֹם עָנָן וַעֲרָפֶל. יג וְהוֹצֵאתִים מִן הָעַמִּים, וְקִבַּצְתִּים מִן-הָאֲרָצוֹת, וַהֲבִיאוֹתִים אֶל אַדְמָתָם; וּרְעִיתִים אֶל הָרֵי יִשְׂרָאֵל בָּאֲפִיקִים, וּבְכֹל מוֹשְׁבֵי הָאָרֶץ. יד בְּמִרְעֶה טּוֹב אֶרְעֶה אֹתָם, וּבְהָרֵי מְרוֹם-יִשְׂרָאֵל יִהְיֶה נְוֵהֶם; שָׁם תִּרְבַּצְנָה בְּנָוֶה טּוֹב, וּמִרְעֶה שָׁמֵן תִּרְעֶינָה אֶל-הָרֵי יִשְׂרָאֵל. טו אֲנִי אֶרְעֶה צֹאנִי וַאֲנִי אַרְבִּיצֵם, נְאֻם ה' אלקים. טז אֶת-הָאֹבֶדֶת אֲבַקֵּשׁ, וְאֶת-הַנִּדַּחַת אָשִׁיב, וְלַנִּשְׁבֶּרֶת אֶחֱבֹשׁ, וְאֶת-הַחוֹלָה אֲחַזֵּק; וְאֶת-הַשְּׁמֵנָה וְאֶת-הַחֲזָקָה אַשְׁמִיד, אֶרְעֶנָּה בְמִשְׁפָּט. יז וְאַתֵּנָה צֹאנִי, כֹּה אָמַר ה' אלקים: הִנְנִי שֹׁפֵט בֵּין-שֶׂה לָשֶׂה, לָאֵילִים וְלָעַתּוּדִים. יח הַמְעַט מִכֶּם, הַמִּרְעֶה הַטּוֹב תִּרְעוּ, וְיֶתֶר מִרְעֵיכֶם, תִּרְמְסוּ בְּרַגְלֵיכֶם; וּמִשְׁקַע מַיִם תִּשְׁתּוּ וְאֵת הַנּוֹתָרִים, בְּרַגְלֵיכֶם תִּרְפֹּשׂוּן. יט וְצֹאנִי מִרְמַס רַגְלֵיכֶם תִּרְעֶינָה, וּמִרְפַּשׂ רַגְלֵיכֶם תִּשְׁתֶּינָה. {פ}
כ לָכֵן, כֹּה אָמַר ה' אלקים אֲלֵיהֶם: הִנְנִי אָנִי וְשָׁפַטְתִּי בֵּין שֶׂה בִרְיָה, וּבֵין שֶׂה רָזָה. כא יַעַן, בְּצַד וּבְכָתֵף תֶּהְדֹּפוּ, וּבְקַרְנֵיכֶם תְּנַגְּחוּ, כָּל הַנַּחְלוֹת עַד אֲשֶׁר הֲפִיצוֹתֶם אוֹתָנָה, אֶל הַחוּצָה. כב וְהוֹשַׁעְתִּי לְצֹאנִי, וְלֹא-תִהְיֶינָה עוֹד לָבַז; וְשָׁפַטְתִּי, בֵּין שֶׂה לָשֶׂה. כג וַהֲקִמֹתִי עֲלֵיהֶם רֹעֶה אֶחָד, וְרָעָה אֶתְהֶן אֵת עַבְדִּי דָוִד; הוּא יִרְעֶה אֹתָם, וְהוּא יִהְיֶה לָהֶן לְרֹעֶה. כד וַאֲנִי ה' אֶהְיֶה לָהֶם לֵאלֹהִים, וְעַבְדִּי דָוִד, נָשִׂיא בְתוֹכָם: אֲנִי ה' דִּבַּרְתִּי. כה וְכָרַתִּי לָהֶם בְּרִית שָׁלוֹם, וְהִשְׁבַּתִּי חַיָּה רָעָה מִן הָאָרֶץ; וְיָשְׁבוּ בַמִּדְבָּר לָבֶטַח, וְיָשְׁנוּ בַּיְּעָרִים. כו וְנָתַתִּי אוֹתָם וּסְבִיבוֹת גִּבְעָתִי בְּרָכָה; וְהוֹרַדְתִּי הַגֶּשֶׁם בְּעִתּוֹ, גִּשְׁמֵי בְרָכָה יִהְיוּ. כז וְנָתַן עֵץ הַשָּׂדֶה אֶת פִּרְיוֹ, וְהָאָרֶץ תִּתֵּן יְבוּלָהּ, וְהָיוּ עַל אַדְמָתָם לָבֶטַח; וְיָדְעוּ כִּי אֲנִי ה' בְּשִׁבְרִי אֶת-מֹטוֹת עֻלָּם, וְהִצַּלְתִּים מִיַּד הָעֹבְדִים בָּהֶם. כח וְלֹא יִהְיוּ עוֹד בַּז לַגּוֹיִם, וְחַיַּת הָאָרֶץ לֹא תֹאכְלֵם; וְיָשְׁבוּ לָבֶטַח, וְאֵין מַחֲרִיד. כט וַהֲקִמֹתִי לָהֶם מַטָּע לְשֵׁם; וְלֹא יִהְיוּ עוֹד אֲסֻפֵי רָעָב בָּאָרֶץ, וְלֹא יִשְׂאוּ עוֹד, כְּלִמַּת הַגּוֹיִם. ל וְיָדְעוּ, כִּי אֲנִי ה' אֱלֹקיהֶם אִתָּם; וְהֵמָּה, עַמִּי בֵּית יִשְׂרָאֵל נְאֻם ה' אלקים. לא וְאַתֵּן צֹאנִי צֹאן מַרְעִיתִי, אָדָם אַתֶּם: אֲנִי, אֱלֹקיכֶם נְאֻם ה' אלקים. {פ}