בלאט 1 פון 1
וואס טיט מען ווען מען איז געצווינגען צי גיין ליידיג?
נשלח: מאנטאג מאי 26, 2014 10:09 pm
דורך טיטאניק
קאווע שטיבעל איז א מקום מקלט פאר אלע וואס האבען נישט וואס צי טין מיט די צייט, זיי זיכען עס צי שטיפען און אנפילען און ווילען ח"ו נישט ציקימען לידי עבירה דארעך די שווערע שעות בטילה, און קאווע שטיבעל איז גאר א גיטע עצה צי ווערען ביזי מיט עפעס
די חורבן איז ווען עס ווערט שוין נמאס.....
די מעשה איז אזוי, איך האב מיר מיט אביסעל ווייניגער פון צוויי וואכען ציריק זייער מיאוס ציבראכען די פיס+ אפערעישאן, א מעשה פאר זיך ווי אזוי דאס האט פאסירט, אבער אין כאן המקום לפוטרם ציליב גילוי אויב איינער דא איז א הצלה מעמבער.............. אבער דאס איז די מעשה איך בין ציגעבינדען צים בעט, און קען נישט ארויס גיין צי די ארבעט, און ווער עס באמערקט זיץ איך יומם ולילה אויף קאווע שטיבעל, איך האב נישט וואס צי טין פאר ליידיג-ליגען איך גיי אויס!!!!!
לערנען קען איך נישט ווייל איך בין נישט אין די מאד, עסען קען מען אויך נישט ווייל אלעס גיסט זיך אויס אויף די בעט, שמיסען מיט די חברים קען מען אויך נישט ווייל יעדער ארבעט, וואס יא? קאווע שטיבעל!
אבער וויפיל קען מען עסען קאווע שטיבעל? וויפיל? איך ווער שוין נמאס צי זען ווי די צוויי חברה זיצען ביים זעלבען טישל 24 שעה א טאג! חברה טוישט פאזיציע! איך קען נישט זען די זעלבע פאזע 24 שעה א טאג!
יו טוב? שוין אויסגעאקערט מן הקצה אל הקצה!
האט איינער נאך א גיטע באשעפטיגונג וואס איך קען טין אין אזא מצב?
עפעס א מעכטיגע טיווי שאו? וואס?

נשלח: מאנטאג מאי 26, 2014 10:29 pm
דורך ברעט מענינג
ערשטענס מאך א נייע אימעיל אדרעסס
נאכדעם טויש דיין רינגער פון דיין פאון
טויש די וואלפעיפער פון דיין פאון
קאל ווערייזאן און פרעג זיי צו זיי האבן עפעס א ביליגע פלען פאר אסאך דאטא.
זאג מיר ווען די ביסט פיניש.
נשלח: מאנטאג מאי 26, 2014 11:14 pm
דורך קאווע טרינקער
לייג אריין "BBC" אין יוטוב... ביפ מיך ווען דו ביסט פארטיג.
נשלח: מאנטאג מאי 26, 2014 11:24 pm
דורך טיטאניק
קאווע טרינקער האט געשריבן:לייג אריין "BBC" אין יוטוב... ביפ מיך ווען דו ביסט פארטיג.
אלעדיגט
תודה
נשלח: מאנטאג מאי 26, 2014 11:34 pm
דורך געפילטע פיש
ליין א בוך?
נשלח: מאנטאג מאי 26, 2014 11:43 pm
דורך ונבנתה העיר
קאווע טרינקער האט געשריבן:לייג אריין "BBC" אין יוטוב... ביפ מיך ווען דו ביסט פארטיג.
ורמי ק"ט
אק"ט.
נשלח: מאנטאג מאי 26, 2014 11:51 pm
דורך קליגער אינגערמאן
נשלח: דינסטאג מאי 27, 2014 12:00 am
דורך רויטע וואנצעס
טיטאניק האט געשריבן:איך ווער שוין נמאס צי זען ווי די צוויי חברה זיצען ביים זעלבען טישל 24 שעה א טאג! חברה טוישט פאזיציע! איך קען נישט זען די זעלבע פאזע 24 שעה א טאג!
ארלעדיגט, מיר טוישן פאזיציע!
נשלח: דינסטאג מאי 27, 2014 9:27 am
דורך טיטאניק
יישר כחכם
נשלח: דינסטאג מאי 27, 2014 9:43 am
דורך מ גפני
אוי וויי אן אייזבארג האט אריינגעהאקט אינעם טיטאניק'ס פוס
רפואה שלימה
נשלח: דינסטאג מאי 27, 2014 9:50 am
דורך לית דין בר נש
טיטאניק האט געשריבן:קאווע שטיבעל איז א מקום מקלט פאר אלע וואס האבען נישט וואס צי טין מיט די צייט, זיי זיכען עס צי שטיפען און אנפילען און ווילען ח"ו נישט ציקימען לידי עבירה
איך בין מוחה בכל התוקף דאס איז בכלל נישט די מעשה
קאווע שטיבל איז א פלאץ פון מענטשן וואס האבן גאר אסאך ארבעט צו טוהן און זעצן זיך דא אריין זיך צו ליפטערן! און ליידער די קאנסיקווענסען זענען אז די ארבעט ווערט נישט געטוהן!
נשלח: דינסטאג מאי 27, 2014 10:48 am
דורך קאווע טרינקער
ונבנתה העיר האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:לייג אריין "BBC" אין יוטוב... ביפ מיך ווען דו ביסט פארטיג.
ורמי ק"ט
אק"ט.
סתם פאר די רעקארד, קאווע טרינקער איז א ניק וואס עטליכע שרייבער נוצען...
נשלח: דינסטאג מאי 27, 2014 11:14 am
דורך פישלע העררינג
קאווע טרינקער האט געשריבן:סתם פאר די רעקארד, קאווע טרינקער איז א ניק וואס עטליכע שרייבער נוצען...
יעדער פון די עטליכע שרייבער מוזן האבן די זעלבע שטריכן כדי עס צו קענען נוצען...
א. תורת מאדערן ארטאדאקס בראשו.
ב. סארקאסטיש.
ג. Moody.
ד. טריקענע הומאר.
ה. אוהב ספרים.
ו. לעצטענס געטראפן א דזשאב ווי מ'ארבעט נישט זונטאג און חגאות.

נשלח: דינסטאג מאי 27, 2014 11:16 am
דורך רויטע וואנצעס
קען זיין יעדער פון די זעקס שרייבער האט א צווייטע שטריך.
נשלח: דינסטאג מאי 27, 2014 11:58 am
דורך כוכב
איך פארשטיי זייער גוט דיין ווייטטאג טיטאניק, און אינטערנעט איז ווייט נישט די עצה צוליב וואס עס ליידט פון אן אווערדרייו פון אינפארמאציע און מווייסט נישט ווי אנצוהיבן.
ווען איך בין אויף נעטפליקס למשל קען איך נישט וואטשן קיין איין זאך גראד. ווייל נאך פינף מינוט הייבט מען אן עפעס אנדערש, און אזוי איז אלעמאל ווען מ'האט נישט וואס צו טון עפנט מען זיבן בראוזערס און מעענדיגט מיט גארנישט.
די עצה איז טאקע ווי קאווע טרינקער האט אנגעמערקט, זיך קאנצעטרירן אויף איין ספעציפישע זאך, א שטייגער ווי ביביסי.
נשלח: דינסטאג מאי 27, 2014 1:28 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: דינסטאג מאי 27, 2014 2:03 pm
דורך BAL TSHIVA
Download Candy crush if you don't have it yet
נשלח: דינסטאג מאי 27, 2014 3:45 pm
דורך טיטאניק
מ גפני האט געשריבן:אוי וויי אן אייזבארג האט אריינגעהאקט אינעם טיטאניק'ס פוס
רפואה שלימה
נאר די שפיץ, אבער דאס מאל אין טרעפ, ווייל זייט די דער ערשטער עקסידענט האט דער טיטאניק מורא צי פארען אין וואסער
נשלח: דינסטאג מאי 27, 2014 3:47 pm
דורך טיטאניק
berlbalaguleh האט געשריבן:פישל'ע העררינג האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:סתם פאר די רעקארד, קאווע טרינקער איז א ניק וואס עטליכע שרייבער נוצען...
יעדער פון די עטליכע שרייבער מוזן האבן די זעלבע שטריכן כדי עס צו קענען נוצען...
[/list]

איך האב געטראפן א דזשאב וואו מ'ארבעט נישט מאנטיג און דינסטיג אויכעט...@!!!...

און מען צאלט אוודאי שיין! ניין?
שמעקט מיר ווי עפעס א ראש ישיבה פאסטען, מען ארבעט קיינמאל נישט און מען ווערט שיין שיין געצאלט

נשלח: דאנערשטאג מאי 29, 2014 3:54 pm
דורך פלעין יודיש
[tag]טיטאניק[/tag]
כיצד הרגל???
נשלח: דאנערשטאג מאי 29, 2014 5:12 pm
דורך טיטאניק
צום בעסרעניג
דריי זיך ארים ב"ה