בלאט 1 פון 1
נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 12:37 pm
דורך שמערל
אויב באצאלט מען די ארעסטירטע, די פולע פרייז פון זייער ארבעט, און מען רעכנט נאכדעם אראפ די קאסט פון זייער אכסניא תפיסה, וואספארע נגיעה וועלן מיר האבן פון ארעסטירן מענטשן?
נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 12:41 pm
דורך אפטעמיסט
ס'איז יא דא אזא שטראף וואס רופט זיך
קומיוניטי סערוויס וואו פאברעכער טוען געוויסע ארבעט פאר די רעגירונג, ווי רייניגן די גאסן וכדו'.
Most jurisdictions in the United States have programs by which the court may require minor offenders to perform work for city or county agencies under the supervision of the police or sheriff department, often on weekends, as an alternative to confinement in jail.
נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 12:53 pm
דורך בן תמליון
ראובן דוכט זיך אז ארעסטאנטן אין גרינגערע תפיסות ארבייטן פאר פירמעס אדער רעגירונגען. נישט אזוי?
נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 1:01 pm
דורך רויטע וואנצעס
ארעסטאנטען אין פילע סטעיטס פראדעצירן לייסענס פלעיטס פאר די DMV, און רייניגען אינטערסטעיט און לאקאלע הייוועיס.
נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 1:09 pm
דורך כוכב
ארבעט פאר ארעסטאנטן איז א פשוטע טובה פאר זיי זעלבסט.
עס איז אין די בלוט פון א מענטשן צו זיין פרודאקטיוו און שוין אפגערעדט אז בטלה איז א ביטערע אפקומעניש.
ווער רעדט נאך אויב קומט עס מיט מיט א מינימאלע באצאלונג זע איך נישט קיין שום עטישע פראגע דערין.
נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 1:36 pm
דורך טיטאניק
איך האב זייער הנאה פון דער אשכול גרינדער מיסטער ראובן
קודם איינס ווייל ער שרייבט עפעס וואס האט נישט מיט די צוויי פארשאלטענע ווערטער "כינוס" און "סאטמאר"
די צוויי ווערטער וואס פארטינקעלען די אויגען פון די וועלט ווי מכת ארבה אין מצרים
צוויי ווייל ער שרייבט נישט בגדר "מסקנה" אזוי ווי רוב אשכולות הייבען זיך אן מיט א געשלאסענע "מסקנה", אן וועלען הערען א מייניג פון א צווייטער, דא האט ראובן געשריבען א שיינע נושא בגדר ספק איבערלאזענדיג מקום להתגדר בו
איך האלט בכלל אז יעדעס מאל וואס עפענט א אכשול בגדר מסקנה זאל מען עס גלייך פארשפארען ווייל דאס איז דאך לכאורה די רצון פון דער מייסד האשכול, איך זאג און די נישט!
תכלית, צים פוינט וואס מען רעדט דוי,
די סיסטעם דא אין אמעריקא איז קלאר איין שטיק נאן סענץ אין יעדע וועג, און נישט נאר די און איך האלטען אזוי נאר יעדער רעכדענקיגער מענטש זאגט עס און האלט אזוי
בנוגע אז ארעסטאנטען זאלען ארבעטען, לכאורה נראים מאד דברי חברי היקרים וואס האבען שוין שיין געשריבען אז די ארגסטע זאך איז נעמען א מענטש און דערצי א טעטיגע מענטש (א פארברעכער איז בדר"כ זייער טעטיג, א פוילער נער קימט נישט אן דארט בדר"כ) און נעמען א טעטיגע בשר ודם און עם צווינגען צי מבטל זיין זיין צייט און ענערגיע דאס איז די שווערסטע זאך פאר זיי און עס ציברעכט זיי אין יעדע וועג עד כדי אז אפילו ווען זיי קימען ארויס פון תפיסה קימען זיי ארויס ווי אויסגעקלאפע נשמות וואס זענען כולו מאדלאז
און ווער פארדינט פון דעם? קיינער!
דערפאר איז די בעסטע זאך אז מען זאל טאקע יא גרינדען פעקטעריס ווי די ארעסטאנטען זאלען ארבעטען און באקימען באצאלט און פון די געלט וואס זיי באקימען זאל מען אראפ נעמען די קאסטען וואס זיי קאסטען פאר די רעגירונג
און די איבעריגע קענען זיי ארויס נעמען ווען זיי גייען אהיים בשעה טובה
אבער למעשה איז דא איין פראבלעם, ביי די לעצטע פרעזידענטליכע געלויף האבען מיר פארלוירען ממש מיט קליינע פראצענטען קעגען דעם כאסעין אבאמא און ווי עס זעט אויס וועט די נעקסטע וואלען זיין די זעלבע זאך און דערפאר בלייבען מיר קאווע שטיבעל ניקס און מיר גיסען דא אויס אינזער ביטערנישען און ווייטיגען אויף יעדע זאך וואס רירט זיך אן ווערען געשטערט פון באריסטא און די אנדערע גבאים
נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 1:39 pm
דורך שמעקעדיג
לדעתי וואלט די גלייכסטע געווען צו געבן א אויסוואל פאר די ארעסטאנטן. למשל, אז איינער איז פאראורטיילט פאר 10 יאר, האט ער א ברירה אדער צו אפענדיגן און אפשימלען זיינע יארן און גארנישט אויפטון, למשל אויב ער איז א פוילער שטריק, (מען רעדט נישט פון די מינימאלע ארבעט וואס יעדער ארעסטאנט האט אינערהאלב די טורמע, ווי וואשן, קלינען, פאררעכטן), אדער האט ער א ברירה צו זיין פראדוקטיוו, ארבעטן פאר די רעגירונג/פאלק, און דאדורך רעדוצירן דעם אורטייל, למשל מאכן אזא פראגראם אז פאר יעדן טאג ארבעט גייט אראפ א טאג תפיסה, נמצא אז אויב ארבעט ער 5 יאר, קען ער ארויסגיין פריי. אזוי קומט אויס אז עס איז עטיש צו נהנה זיין פון דעם ארעסטאנט'ס ארבעט, ווייל אדרבה, ער פארדינט דערפון, עס איז א זה נהנה וזה נהנה סיטואציע. 3 פארדינען אויף איינמאל: די רעגירונג, דער ארעסטאנט און דאס פאלק. כן נראה לנענ"ד אויבנ-אויף.
נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 3:29 pm
דורך איך אויך
רויטע וואנצעס האט געשריבן:ארעסטאנטען אין פילע סטעיטס פראדעצירן לייסענס פלעיטס פאר די DMV, און רייניגען אינטערסטעיט און לאקאלע הייוועיס.
און נאך פילע אינדאסטריס וואס מאכט צענדליגע פראדוקטן און אפילו קאלל סענטערס (נעקסטע מאל דו רעגסט דיך אויף דער מעקסיקען וואס רופט דיך מיט א צוקאליטשן ענגליש איז מעגליך יענער איז א פריזענער). עס איז א ריזיגע ווערטשאפט וואס רופט זיך
פריזאן אינדאסטריס אדער
PI ,זיי פארדינן דערפאר פון .23 ביז א מאקסימום פון $1.15 א שעה און דאס איז דער חלום פון יעדע ארעסטאנט צוציקומען דערצו.
נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 7:10 pm
דורך יין שרף
איך גראדע האב נישט הנאה פון די אשכול, ווייל עס אינהאלט די ווערטער "כינוס" און "סאטמאר"....
(סארי פארן פארפארען...)
נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 7:40 pm
דורך נולד מאוחר
די אלע וואס גנבנ'ן טעקס פעיערס געלט קען מען זיעיר מאכן ארבעטען. הגם זיי באצאלן געווענדליך ציריק פלאס פענעלטי.
קענסטו מיר מסביר פארוואס איך דארף באצאלן יענעמס תפיסה ?
זאל ער מיר ציריקצאלן
נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 8:27 pm
דורך מאטי
נולד דו באצאלסט נישט יענעמ'ס תפיסה, דו באצאלסט פאר א סערוויס וואס האלט שעדליכע מענטשן אפגעטיילט פון ציוויליזאציע.
איי וועסטו פרעגן: און וואס איז מיט די ווייסע קאליר באשולדיגטע? קודם איז טאקע דא מדינה'ס וואס שטראפן נישט מיט תפיסה פאר דעם. (הגם ס'איז דא מקום צו זאגן אז די וואס באשווינדלן שטייערן זענען אין א געוויסן זין גורם אז די רעגירונג זאל נישט קענען פונקציאנירן, און מיט דעם, אויספירן אירע פליכטן וואס דארף האלטן דאס לאנד פארזיכערט).
לגבי ראובן'ס פראגע האט שמעקעדיג פיין געזאגט אז די ארעסטירטע זאלן פרייוויליג האבן די אפציע צו פראדוצירן סערוויסעס אין אויסטויש פאר א רעדוצירטע שטראף, וואס דאס נעמט אוועק די קארופציע פראבלעם וואס ראובן האט ארויסגעברענגט.
הלואי ווען פארקינג טיקעטס וואלט ווען געגאנגען צו פינאנצירן "ליגעל עיד לויערס" פאר די וואס פארמאגן נישט גענוג צו פייטן די שטאטישע איבערזעליסע פראקורארן. וואלט ווען דאן געווען עטלכע טיילערס אויף יעדן גאס? כ'גלייב שווער.
נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 11:04 pm
דורך געפילטע פיש
איך האלט אויך אז שטארקע שווערע פארברעכער מיט לאנגע טערמינען זאלן קענען פארמינערן פון זייער טערמין דורך מנדב זיין אברים פאר קראנקע. פאר א ניר, צוויי יאר אראפ, א אויג, צען יאר, א הארץ? גייט מען גלייך ארויס. אזוי וועלן זיי כאטש אביסל צוריקגעבן פארן מענטשהייט וואס זיי האבן פון איר צוגענומען.
נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 11:12 pm
דורך רויטע וואנצעס
געפילטע פיש האט געשריבן:איך האלט אויך אז שטארקע שווערע פארברעכער מיט לאנגע טערמינען זאלן קענען פארמינערן פון זייער טערמין דורך מנדב זיין אברים פאר קראנקע. פאר א ניר, צוויי יאר אראפ, א אויג, צען יאר, א הארץ? גייט מען גלייך ארויס. אזוי וועלן זיי כאטש אביסל צוריקגעבן פארן מענטשהייט וואס זיי האבן פון איר צוגענומען.
זייער סאשעל סיקיורעטי דיסעבילעטי בענעפיטס וועט זיין צוויי מאל אזוי גרויס ווי זייער תפיסה הוצאות.

נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 11:43 pm
דורך מאטי
געפילטע פיש האט געשריבן:איך האלט אויך אז שטארקע שווערע פארברעכער מיט לאנגע טערמינען זאלן קענען פארמינערן פון זייער טערמין דורך מנדב זיין אברים פאר קראנקע. פאר א ניר, צוויי יאר אראפ, א אויג, צען יאר, א הארץ? גייט מען גלייך ארויס. אזוי וועלן זיי כאטש אביסל צוריקגעבן פארן מענטשהייט וואס זיי האבן פון איר צוגענומען.
און איך האלט אז געשעפטן זאלן געבן די אפציע צו באצאלן פאר פראדוקטן מיט אן אבר. "א ניר" איז צוויי יאר פרייע גראסערי, אן אויג איז צען יאר.
נשלח: זונטאג יוני 08, 2014 4:01 am
דורך נולד מאוחר
געפילטע פיש האט געשריבן:איך האלט אויך אז שטארקע שווערע פארברעכער מיט לאנגע טערמינען זאלן קענען פארמינערן פון זייער טערמין דורך מנדב זיין אברים פאר קראנקע. פאר א ניר, צוויי יאר אראפ, א אויג, צען יאר, א הארץ? גייט מען גלייך ארויס. אזוי וועלן זיי כאטש אביסל צוריקגעבן פארן מענטשהייט וואס זיי האבן פון איר צוגענומען.
ארבעטען פארן dmv איז א ציברישע געברויך, געבען א ניר איז יחידשע זאך.
נשלח: זונטאג יוני 08, 2014 8:54 am
דורך כוכב
געפילטע פאסט נישט פאר דיר אזא ראדיקאלע צאמשטעל ויחי ההבדל הגדול.