בלאט 1 פון 1

ווען א רחמנות ווערט אן אויסנוצער

נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 11:45 am
דורך כוכב
ליינענדיג די שטארק באקאנטע געשיכטע פון שטילע אינגערמאן מיט משפחת עביוזערס וואס מיר אלע קענען גוט, האב איך מיך דערמאנט פון דריי איראנישע פראגן איך בין לעצטנס געפרעגט געווארן:

האלא, אפשר קענסטו נעמען מיין מי רגלים שיסל און עס אויסשווענקען?
טו מיר א טובה, איך בין זייער הונגעריג, קענסט מיר אפשר גיין קויפן א פרענטש רייס?
איך דארף גיין דאווענען מנחה אפשר באגלייטסטו מיר, אז זאלסט מיר קענען ארויפנעמען די שטיגן?

דאס זענען דריי ווירקליכע טובות וואס איך בין געבעטן געווארן אין א קורצע צייט אפשניט פון מיין שכן, א בחור וועמען דער רבונו של עולם האט געשאנקען א לעבן פון דארפן פארברענגען אין א ראד שטול.

מיין הארץ גייט אויס פון צער און מיטלייד יעדעס מאל איך באגעגען אים. זיין לעבן איז פול מיט צער און שוועריקייטן און הלוואי ווען איך קען אים מיט עפעס העלפן.
ווען אימער איך גיי אים דורך גריס איך אים ווארעם, איך זאג אים א גוט ווארט און איך פרוביר אים ארויסצוהעלפן.

די פראבלעם ווערט אבער ווען די טובה געבעטאכצן ווערן אבסורד.
עס איז ליידער - - און איך באטאן נאכאמאל, מיטן פולסטן מיטלייד בצערם - - וואס א רחמנות ווערט א ביטערע אוסניצער.
ביי אונז אין ביהמ'ד למשל דאוונט א בחורל מיט א וואלקער, אן אמתדיגער רחמנות, א לעבעדיגע יתום שאכמ'ל, די זאך איז נאר אז דער גאנצער ביהמ'ד דארף אים באדינען, יעדער איז אים אלעמאל שולדיג די וועלט.
רעדנדיג מיט זיין קאונסלער גיבט ער מיר צו פארשטיין, אז צוליב זייער באגרעניצטע מעגליכקייט זענען זיי זייער פויל, ווי אויך צוגעוואוינט צו ווערן געהאלפן דורך אנדערע און דעריבער נוצן זיי אויס מענטשנס שוואכקייטן און לאזן זיך באדינען. דאס זאגט ער מיר פון א פראפעסיאנאלן קוק ווינקל.

איך גלייך זייער צו טון טובות, אבער בעטן פון יענעם צו וואשן א מי רגלים שיסל איז אן אוממענטשליכקייט אפילו נעבעך נעבעך דו ביזט אנגעוויזן דערויף. קיינער דארף נישט גיין זעקס גאסן דיך קויפן א פרענטש רייס וכו וגו.

איך האב לעצטנס געהאט אן ענליכע פאל ווען מיין משפחה מיטגליד האט מיטגעמאכט א געזונטהייט פראצעדור, און דערפאר באלעסטיגט די גאנצע משפחה אן א חשבון אויף אן עקסטרעמען פארנעם, מיט זאכן וואס יענער וואלט זיך גאנץ פיין געקענט אן עצה געבן אן יעדן אביוזען. מיטן גרעסטן געפיל פאר דיין צרה, בלייבסטו אן אויסנוצער און א באטריגער אפילו ביזט אין א סיטואציע.

א מענטש דארף זיך אלעמאל רעכענען מיט יענעם, אפילו בעת צר. אן עדינותדיגע מענטש זוכט ווי ווייניגער צו דארפן צו קומען צו יענעם, און ווי מיין פאטער זאגט אלעמאל, געבענטש זענען די הענט וואס טון אליין, און אפילו איר זענט ריכטיג אנגעוויזן אויף א צווייטן דארף דאס זענען במידה ובמשקל און נישט נעמען אדווענטעזש ווייל דו געפינסט דיך אויף א מצב וואס יענער וועט נישט קענען אפזאגן.

נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 12:02 pm
דורך [NAMELESS]
זייער אמת. מ'דארף וויסן ווי איין און ווי אויס, אבער פון די אנדערע זייט , א רחמנות איז גוט צו העלפען אפילו אויב ער איז א אויסניצער. די לעבן גייט דאך אים נישט גיט , זאל ער כאטש הנאה האבן אז אנדערע מענטשען באדינען אים

נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 12:57 pm
דורך שטילע אינגערמאן
גערעכט גערעכט, אבער כ'האלט ס'נישט קיין צו גלייך א רחמנות א אויסנוצער צו סתם א צאפ וואס ס'איז עיהם געשמאקער ווען א צווייטער קען טוען זיין שמוציגער ארבייט,
א רחמנות האט נעבעך נישט קיין לעבן, ער קען נישט טוען זאכן אליין, ער איז ממש דומה למת, נו אז ער טראבט איבער די שטריק איז נישט געפערליך, כ'פארגין עיהם די פרענטש פרייס פון זעקס גאסען אוועק... כאטש דאס מאכט עיהם העפי.
אבער סתם א אינגערמאן וואס כאפט א היטש צו א קאלאני, אין הייסט דיך זיך אפשטעלען ממש פאר א רגע, אין למעשה ווארסטו דארט צוואנציג מינוט, ווייל איינער האט זיך אפגעשטעלט שמןסען מיט עיהם, דא איז א עקל, א גרויל.

נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 1:13 pm
דורך berlbalaguleh
ראשעקאל האט געשריבן:זייער אמת. מ'דארף וויסן ווי איין און ווי אויס, אבער פון די אנדערע זייט , א רחמנות איז גוט צו העלפען אפילו אויב ער איז א אויסניצער. די לעבן גייט דאך אים נישט גיט , זאל ער כאטש הנאה האבן אז אנדערע מענטשען באדינען אים

אבער טון זאכן ווי אויסוואשן א מי רגליים שיסל, שנפשו של אדם קצה מהם, דארף דער בעל דבר האבן א ביסל איינזעעניש און נישט בעיטן פון א יעדן עובר אורח דאס צו טון פאר איהם. למשל איך בין ב"ה א זיידע וועלכער האט זייער שטארק ליעב זיינע אייניקלעך. אבער איך בין מוסר מודעה פא א יעדן אז איך בין נאר א זיידע ביז ס'קומט צו טוישן א פעמפער. דארט ווער איך אויס זיידע. כ'שיק א יעדן צו זיין מאמע... :? 8-) :lol: :lol: :lol: :roll: :x :P :oops: ;) :o

נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 2:01 pm
דורך חד גדיא
איך קען א יונגערמאן א גרוש ל"ע. האט ער מחליט געווען אז ער איז א "נעבעך". און די גאנצע וועלט איז אים אלעס שולדיג.
זייער פיין געזאגט, כוכב.

נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 2:20 pm
דורך signout
פאר אזא איינעם מיט פיזישע באגרענצונגען וואלט איך פראבירט צו טוהן אלעס, נאכדעם וואס ער קען נעבעך נישט, אין וואס איך וואלט נישט געקענט טוהן פאר אים וואלט מיר וויי געטוהן אז כ'קען נישט

נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 2:38 pm
דורך שמעקעדיג
וואס איז דען דער חילוק צווישן די 2? איינער איז באגרעניצט פיזיש און קען נישט גיין מיט די אייגענע פוס, מוז נעבעך אנקומען צו יענעמ'ס טובות; דער צווייטער דרייווט נישט קיין קאר און איז באגרעניצט מיט דעם חלק און מוז אנקומען צו א חבר'ס טובות?

יעדער מעג בעטן א טובה, און יעדער דארף פרובירן נישט אויסצונוצן יענעם! מגדול ועד קטן.

נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 8:05 pm
דורך berlbalaguleh
חד גדיא האט געשריבן:איך קען א יונגערמאן א גרוש ל"ע. האט ער מחליט געווען אז ער איז א "נעבעך". און די גאנצע וועלט איז אים אלעס שולדיג.
זייער פיין געזאגט, כוכב.

מהאי טעמא איז ער דאך נעבעך געווארן א גרוש, ל"ע. ווייל ער האט געמיינט אז דאס לעיבן איז א וואן-וועי סטריט. ער האט געמיינט אז זיין (געוועזענע) ווייב איז מחויב ארויסצוטראגן זיין עביט של מי רגליים, און אויסוואשן די מכנסיים פון זיין יציאת צדיק. און ער ווען ער פלעיגט אנקומען אהיים האט ער מוסר מודעה געוועין פאר זיין ווייב אז "ער האט זיך שוין געוואשן, און זי קען שוין אנהייבן צו "סערוון". איך קען א חשוב'ן יונגערמאן וואס האט אויכעט געניצט דעים פסוק, אז ער האט זיך שוין געוואשן, און מ'קען שוין אנהייבן סערוון. האט זיין ווייב (א קלוגע אידענע.) איהם געענטפערט. פון מיינעטוועגן עס אומ- געוואשן"... :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: :twisted: :evil: :cry: :( ;) :o

נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 9:11 pm
דורך שמעקעדיג
berlbalaguleh האט געשריבן:און אויסוואשן די מכנסיים פון זיין יציאת צדיק... :? 8-) :lol: :roll: :x :cry: :( ;) :o

:lol: :lol:

נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 10:27 pm
דורך איחוד פעלד
שמעקעדיג האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:און אויסוואשן די מכנסיים פון זיין יציאת צדיק... :? 8-) :lol: :roll: :x :cry: :( ;) :o

:lol: :lol:


און דעס מיינט רש"י הקדוש, מלמד שיציאת צדיק עושה רושם, אה און ווי גרעסער דער צדיק איז גרעסער דער רושם...

נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 10:40 pm
דורך berlbalaguleh
איחוד פעלד: דעיס ווערטל האביך געהערט פון מיין רבי אין חדר ווען איך בין געוועין א יונגל. נאך א גוט ווערטל האביך און מיינע חברים געהערט פון אינזער רבי אין חדר . אויפ'ן פסוק "איש לפי אכלו תכוסו". א יעדער האט אזא ת--- לויט וויפיל ער עסט. ווען א רבי זאל היינטיגע צייטן זאגן אזאלכע ווערטלעך אין קלאס, וואלט ער שוין לאנג געוועין ביי נחום אויפ'ן האטליין. און ער וואלט ארויסגעפלויגן פון קלאס... :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: ;) :o

נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 5:31 pm
דורך כוכב
עס איז קלאר אז א מענטש דארף נישט זיין קיין מרחם על האכזרים, און דייקא די מרי לב קענען זיין ביטערע אכזרים פול מיט שלעכטס.
די אלע וואס טוען מיט ארחי פורחי זאגן, אז רובם זענען רשעים ואכזרים וכן איתא בשם אחד מצדיקים הקודמים.