בלאט 1 פון 2
די שוועריגקייט פון נסיון העוני
נשלח: פרייטאג יולי 04, 2014 11:50 am
דורך ראש הישיבה
[justify]איך האב א באקאנטער וואס איז א טאטע פון 11 קינדער קע"ה. ער ארבעט 11 שעה א טאג, אבער ער קען נישט דעקן די חודש. ער דרייט זיך אהן א קאפ. ער האלט נישט אויס ווי אזוי ער קען נישט נאכקומען די נוטיגע חיי יום יום. ער האט גרעסערע קינדער, יעדן טאג דארף מען נאך זאכן, ואין בידו לפורטה. טאטי איך דארף שיך, book money, געלט פאר א טריפ, רעגיסטראציע, וכו'.
ער פארציילט מיר אז די וויזניצער רבי פון מאנסי האט אמאהל געזאגט אז איינער וואס האט נישט קיין קינדער קען נישט פארשטיין די צער פון א טאטע מיט קינדער וואס קען נישט דעקן לעבנסוויכטיגע זאכן.
ער פארציילט אז די בעה"ב פון ראטה קלאדינג, איז אמאהל געלעגן אין א ביה"מ אין ווילי, זעהט ער ווי עס קומט אריין א איד אין גייט צו צום ארון קודש עפענט איר אויף, וויינט צום רבש"ע אז ער האט נישט קיין געלט פאר זיין קינדער. ער קוקט און ער זעהט אז דאס איז נישט קיין אנדערע ווי רבי מאטיל האגער, דעמאלס אב"ד וויזניץ, היינט וויזניצער רבי, וואס איז א טאטע פון 14 קינדער קע"ה.
וואס איז אייער מיינונג, איז די צער טאקע אזוי גרויס, אז ער איז מעהר ווי זיין קינדערלאז???[/justify]
נשלח: פרייטאג יולי 04, 2014 11:52 am
דורך כוכב
וואס איז ערגער דם אדער צפרדע.
אן ערירי איז חשוב כמת און יא אן ארעמאן אויך.
נשלח: פרייטאג יולי 04, 2014 11:55 am
דורך נושא ונותן
לא ראי זה כראי זה, ס'איז צוויי אנדערע מיני ווייטאגען און ס'איז נישט שייך עס צו מעסטען.
עכ"פ דאס קען נאר ענטפערן איינער וואס איז געווען יארן קינדערלאז און דערנאך אריבער צום צווייטען מצב. און אפשר אויך נישט.
נשלח: פרייטאג יולי 04, 2014 11:56 am
דורך ראש הישיבה
ריכטיג.
אבער אויב עס איז ערגער דער טאטע פון 11 וואס האט נישט קיין געלט, דעמאלס דארף מען מאכן לכה"פ אזעלעכע ארגענאזאציעס ווי בוני עולם און עי טיים זיי צו העלפן
נשלח: פרייטאג יולי 04, 2014 11:57 am
דורך נושא ונותן
יתכן. אבער דער קינדערלאזער איז נישט שילדיג אין זיין מצב ווי דער מיט עלף קינדער
נשלח: פרייטאג יולי 04, 2014 11:57 am
דורך רויטע וואנצעס
די צער און גילט פון א טאטע צו זעהן זיינע קינדער הונגעריג און נאכגעלאזט איז שרעקליך. א מענטש איז נישט חס אויף זיך אזוי ווייט ווי אויף די קינדער. בנוגע וואס איז ערגער ווענט זיך בלב האדם, יעדע מענטש איז אנדערש.
נשלח: פרייטאג יולי 04, 2014 12:04 pm
דורך ראש הישיבה
נושא ונותן האט געשריבן:יתכן. אבער דער קינדערלאזער איז נישט שילדיג אין זיין מצב ווי דער מיט עלף קינדער
פארוואס באשולדיגסטו דער טאטע וואס ארבעט שווער צו דעקן די חודש?
נשלח: פרייטאג יולי 04, 2014 12:07 pm
דורך שמעקעדיג
ראש הישיבה האט געשריבן:דעמאלס דארף מען מאכן לכה"פ אזעלעכע ארגענאזאציעס ווי בוני עולם און עי טיים זיי צו העלפן
ווער דארף מאכן? ווער זאל געבן געלט פאר וועמען? אין הקומץ משביע את הארי, ואין הבור מתמלא מחולייתו.
אונז זעמיר אין אזא בעד סיטואציע אז עס לאזט זיך גארנישט זאגן.
איך קען ליידער פילע אידן אזעלכע ווי דיין חבר, און לאו דוקא מיט 11 קינדער. עס קען פאסירן אפילו מיט 4 קינדער אויך, אז ממש אין בידו לפורטה אפילו שוה פרוטה.
איך קען אזעלכע אידן סיי אין א"י און סיי אין חו"ל.
כ'רעד שוין נישט פון חתונה מאכן; איך רעד פון חיי יום-יומית. מען באדט זיך אין חובות אן קיין שום אויסוועג און אן קיין ליכטיגקייט ביי די ענדע אויף די טונעל.
השם ישמרנו.
נשלח: פרייטאג יולי 04, 2014 12:07 pm
דורך נושא ונותן
גערעכט שילדיג איז נישט די ריכטיגער ווארט . ער האט זיך אליינס אנגעמאכט זיין מצב
נשלח: פרייטאג יולי 04, 2014 12:08 pm
דורך ישמעאל הכהן
א מענטש וואס טוט אלעס וואס ער קען און ער קען נאך אלץ נישט דעקן וועט געווענליך גיין זוכן הילף, מ'איז א טיי אווענט אוועק פון הילף. יא אביסל בושה, אבער פאר'ן קינדערלאזער קען מען דאס אויך נישט טון
נשלח: פרייטאג יולי 04, 2014 12:10 pm
דורך שמעקעדיג
א טיי אווענט קען העלפן? אפשר ווי א טיפה מן הים. וויפיל טיי אווענטס קען מען שוין מאכן און ערווארטן מענטשן זאל געבן? דער טיי אווענט סיסטעם איז שוין מער ווי אביוזט.
נשלח: פרייטאג יולי 04, 2014 12:11 pm
דורך ראש הישיבה
שמעקעדיג האט געשריבן:איך קען ליידער פילע אידן אזעלכע ווי דיין חבר, און לאו דוקא מיט 11 קינדער. עס קען פאסירן אפילו מיט 4 קינדער אויך, אז ממש אין בידו לפורטה אפילו שוה פרוטה.
איך קען אזעלכע אידן סיי אין א"י און סיי אין חו"ל.
כ'רעד שוין נישט פון חתונה מאכן; איך רעד פון חיי יום-יומית. מען באדט זיך אין חובות אן קיין שום אויסוועג און אן קיין ליכטיגקייט ביי די ענדע אויף די טונעל.
השם ישמרנו.
די חילוק פון 4 קינדער און 11, איז ווייל קלענערע קינדער קען מען מדחה זיין, אבער גרעסערע קינדער לאזן נישט נאך, איך דארף עס, וזהו.
עס איז אזויווי מען האט א collection agency וואונען ביי זיך אין שטוב.
נשלח: פרייטאג יולי 04, 2014 12:17 pm
דורך קינד_אן_קייט
א אינטערעסאנטע שאלה וואס איז נישט מעגליך צו ענטפערן.
אזויווי דאס ווערטל גייט: וואס איז ערגער ווי א לאך אין טאש? צוויי לעכער…
כ׳קען ב״ה נישט רעדן אין נאמען פון קין איינע פון די סארט בעלי נסיון און מ׳זאל ח״ו נישט געפריווט ווערן, אבער דאכט זיך אז ס׳איז דא א יסודות׳דיגער נפק״מ צווישן די צוויי אפקומענישן לפי שכלי הדל.
פאר׳ן קינדערלאזער מענטש, פעלט אין שלימות, ער שפירט אן איינזאמקייט און אז ער איז אויסגעשלאסן פון באפעלקערונג, ס׳איז מייסטענס אן אינערליכער ווייטאג וואס שניידט טיף פערזענליך, ער שפירט א חסרון אין זיך און אז ער נעמט נישט קיין טייל אין סדר העולם.
פאר׳ן ארימאן וואס האט מיילער צו שפייזן, איז עס מייסטענס א גאר שטארקער רחמנות געפיל אויף יענעם, וואס איז באגלייט מיט שולד געפילן אויף זיך זעלבסט. יעדער מיט א מענטשליך הארץ שפירט רחמנות אויף אן ארימאן, ס׳דא וואס האלטן אז דערפאר טאקע ווען מ׳גיבט צדקה מיינט מען גאר זיך און ס׳קומט זיך נישט קיין גרויס באלוין אויף דעם, על אחת כמה וכמה ווען דער נצרך איז א נאענטער מענטש פאר וועמען מען האט שטארקע געפילן מעיקרא, ווער רעדט נאך פון אייגענע קינדער, איז דאס הארץ רייסעניש גאר גרויס.
זאג דעם איד, אז שולדיג זאל ער זיך ח״ו נישט שפירן, ס׳איז משמע אז ער טוט וואס נאר מעגליך אונטער די אומשטענדן און זיינע באדערפענישן זענען נישט קיין לוקסוס געברויכן. אז ס׳איז אים נישט באשערט קיין עשירות לפי שעה, זאל ער כאטש הנאה האבן פון זיין שטוב מיט קינדערלעך קעה״ר, וכדכתיב: אשתך כגפן פורי׳ בירכתי ביתך, בניך כשתילי זתים סביב לשלחניך.
נשלח: פרייטאג יולי 04, 2014 12:31 pm
דורך ראש הישיבה
נושא ונותן האט געשריבן:גערעכט שילדיג איז נישט די ריכטיגער ווארט . ער האט זיך אליינס אנגעמאכט זיין מצב
פארוואס זאגסטו אזוי? ער טרייט די בעסט וואס ער קען לויט זיינע מעגליכקייט. אלא מאי ווער האט אים געבעטן צו האבן אזויפיל קינדער? דאס איז נאר אולי א טענה פאר ער גייט האבן אסאך קינדער, אבער איין מאהל ער האט שוין 11 קינדער איז זיכער אזוי באשערט.
נשלח: פרייטאג יולי 04, 2014 12:42 pm
דורך outspoken
די תירוץ איז פשוט, בשעת מ'איז אין די צרה איז עק עק וועלט ד' ישמרנו מהם, מ'דראפט זיך אויף די גראדע ווענט, מ'זאל דאס קיינמאל נישט פארשטיין, (אבער ווען מ'דרייט זיך ארויס, פילט מען אזוי גילטי, ווי איז געווען מיין ביסעלע בטחון? כרעדט פון מיר).
געהערט א מאל פון איינעם וואס איז דורך געגאנגען א גאר ביטערע טראגעדיע, האט ער געזאגט אז ווען די גאנצע שטאט איז אים געקומען מנחם זיין, האט ער געוואלט שרייען, "אויף די צרה גיט מיר די רבוש''ע ב''ה כח, אבער וועגן פרנסה וואס קיינער רעדט נישט, שפרינג איך ביזן דאך" א חידוש אבער מ'רעדט פון גאר א נארמאלע מענטש, אל תדין וכ''ו
נשלח: פרייטאג יולי 04, 2014 12:45 pm
דורך outspoken
ראש הישיבה האט געשריבן:[justify]ער פארציילט מיר אז די וויזניצער רבי פון מאנסי האט אמאהל געזאגט אז איינער וואס האט נישט קיין קינדער קען נישט פארשטיין די צער פון א טאטע מיט קינדער וואס קען נישט דעקן לעבנסוויכטיגע זאכן.
ער פארציילט אז די בעה"ב פון ראטה קלאדינג, איז אמאהל געלעגן אין א ביה"מ אין ווילי, זעהט ער ווי עס קומט אריין א איד אין גייט צו צום ארון קודש עפענט איר אויף, וויינט צום רבש"ע אז ער האט נישט קיין געלט פאר זיין קינדער. ער קוקט און ער זעהט אז דאס איז נישט קיין אנדערע ווי רבי מאטיל האגער, דעמאלס אב"ד וויזניץ, היינט וויזניצער רבי, וואס איז א טאטע פון 14 קינדער קע"ה.[/justify]
מ'קען לייגען די סגולה, מכל הסגולות אויף כל מבשר, איינרייסען פארן הייליגע באשעפער.
נשלח: פרייטאג יולי 04, 2014 5:04 pm
דורך diff
נושא ונותן האט געשריבן:גערעכט שילדיג איז נישט די ריכטיגער ווארט . ער האט זיך אליינס אנגעמאכט זיין מצב
Why
נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 12:16 am
דורך דריידל
זענט עטץ אינגאנצן צודרייט? מ'איז מסופק וואס איז ערגער צווישן קינדערלאז און ארעמקייט? אז מ'וועט פרעגן אן ארעמאן צו ער וואלט מוותר געווען אויף די קינדער וועט דער ענטפער זיין א קלארע ניין. בכלל, ארעמקייט שטיפט מען דורך און די קינדער האבן חתונה און שטעלן זיך אויף די אייגענע פיס (עכ"פ מ'קומט ארויס אויף דעם). משא"כ דער וואס איז קינדערלאז זעהט פאר זיך נאר שווארץ ווייל ווי עלטער מ'ווערט איז מען מער אנגעוויזן אויף די קינדער און ער האט נעבך נישט אויף וואס ארויסציקוקן.
נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 12:29 am
דורך נושא ונותן
ראש הישיבה האט געשריבן:[justify]די וויזניצער רבי פון מאנסי האט אמאהל געזאגט אז איינער וואס האט נישט קיין קינדער קען נישט פארשטיין די צער פון א טאטע מיט קינדער וואס קען נישט דעקן לעבנסוויכטיגע זאכן.[/justify]
מכאן ראיה? דער בי פין מאנסי איז זייער א אנכיות'דיגער מענטש ער זעעט אין טראכט נאר פין זיך ( אדער דער וואס איז אין די קאטעגאריע פין זיין זיך ) אין ווען ער האט א צער איך דאך זיכער אז עס איז דע גרעסטער צער וואס קעו נאר זיין אין די וועלט אין ווער עס האט נישט די צער קען עס נישט פארשטיין אדער זיך פארמעסטען מיט אים, אדרבה פרעגט אים היינט וואס איז נאר דער גרעסטער צער וואס קען נאר זיין פאלירען א קינד? א פיס? וואס עפעס בכלל נישט, דער גרעסטער צער וואס קען נאר באפאלען אויף א מענטש איז ער זאל נישט זעען אזוי קלאר. אדרבה פרעגט אים וועט איר הערן
נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 7:45 am
דורך איחוד פעלד
פין דער אשכול זעהט אויס אז עס איז דא עניות, און עניות, ס'איז דא אזעלכע וואס הגם זיי זענען ארים, קענען נישט דעקען דער חודש, אבער זיי און דער משפחה ווייסען דאס, און עסען דאס, אבער נעמען עס בשמחה, ווילסט דאס? איך קען נישט, און מער רעדט מען נישט דערפין, און בכלל איז דא א שמחה אין שטוב. משא"כ איינער וואס אנגעהויבען ביים בני בית איז דא א עצבות אויף די ארימקייט, קען אמאהל זיין אז עס איז נישטנאזוי געפעהרליך, נאר היות זי וויל וואס דער שכן האט, און אלע קינדער לערנען זיך פין דעם, און לייגען זיך ארויף אויף דעם "שולדיגען" טאטעו וואס האט געמאכט דער גרויסער טעות פין חתונה האבען און זיי געבוירען, איינער אין דער מצב, איז מוצא אני מר ממות, ער איז דער עני חשוב כמת, ער האט נישט קיין טאג און קיין נאכט.
וכאמור, דער מצב קען זיין ביי א בעל פרנסה, וואס פארדינט נאר נישט אויף קיין באגאבא און בייקס סקאטערס מעטשינג קליידער פענסי קאר פאר זונטאג, וכו' וכו', השם ישמרנו, געלט פין קרח איז נישט גענוג צופרידען צושטעלען א ווייב און קינדער וואס לעבען פאר יענעם.
איז דא אן עצה פאר דעם?
נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 8:10 am
דורך diff
As the blatt spokesman said the father is always to blame. halo you are over 13 go to work, don't play games in yeshiva or waste your time in girls high school. (unless you are R motels son you lost the oibenon already)
נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 12:31 pm
דורך ראש הישיבה
איחוד פעלד האט געשריבן:פין דער אשכול זעהט אויס אז עס איז דא עניות, און עניות, ס'איז דא אזעלכע וואס הגם זיי זענען ארים, קענען נישט דעקען דער חודש, אבער זיי און דער משפחה ווייסען דאס, און עסען דאס, אבער נעמען עס בשמחה, ווילסט דאס? איך קען נישט, און מער רעדט מען נישט דערפין, און בכלל איז דא א שמחה אין שטוב. משא"כ איינער וואס אנגעהויבען ביים בני בית איז דא א עצבות אויף די ארימקייט, קען אמאהל זיין אז עס איז נישטנאזוי געפעהרליך, נאר היות זי וויל וואס דער שכן האט, און אלע קינדער לערנען זיך פין דעם, און לייגען זיך ארויף אויף דעם "שולדיגען" טאטעו וואס האט געמאכט דער גרויסער טעות פין חתונה האבען און זיי געבוירען, איינער אין דער מצב, איז מוצא אני מר ממות, ער איז דער עני חשוב כמת, ער האט נישט קיין טאג און קיין נאכט.
וכאמור, דער מצב קען זיין ביי א בעל פרנסה, וואס פארדינט נאר נישט אויף קיין באגאבא און בייקס סקאטערס מעטשינג קליידער פענסי קאר פאר זונטאג, וכו' וכו', השם ישמרנו, געלט פין קרח איז נישט גענוג צופרידען צושטעלען א ווייב און קינדער וואס לעבען פאר יענעם.
איז דא אן עצה פאר דעם?
איך רעד נישט פון באגעבא. מען רעדט פון לעבנסוויטעגע געברויכן, ווי למשל: קעמפ פאר עלטערע מיידלעך, אדער געלט פאר א טריפ וואס גאנץ חדר גייט, אדער פאר קליידער, וכדומה. וכ"ש פאר רענט, לעקטער, גראסערי.
די צער פון א מענטש נישט קענען נאכקומען זיינע בדערפענישן איז איין לשער.
נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 12:39 pm
דורך ראש הישיבה
דריידל האט געשריבן:זענט עטץ אינגאנצן צודרייט? מ'איז מסופק וואס איז ערגער צווישן קינדערלאז און ארעמקייט? אז מ'וועט פרעגן אן ארעמאן צו ער וואלט מוותר געווען אויף די קינדער וועט דער ענטפער זיין א קלארע ניין. בכלל, ארעמקייט שטיפט מען דורך און די קינדער האבן חתונה און שטעלן זיך אויף די אייגענע פיס (עכ"פ מ'קומט ארויס אויף דעם). משא"כ דער וואס איז קינדערלאז זעהט פאר זיך נאר שווארץ ווייל ווי עלטער מ'ווערט איז מען מער אנגעוויזן אויף די קינדער און ער האט נעבך נישט אויף וואס ארויסציקוקן.
1. עס קען זיין אז עס איז א גוזמא צו זאגן אז די צער העוני איז גרעסער ווי צער פון זיין קינדערלאז ר"ל.
2. די פאקט אז עס איז דא א וויכוח איבערדעם, ברענגט ארויס די גרויסקייט פון די צער העוני.
3. לאמיר זאגן אז ער איז נישט גרייט צו מוותר זיין אויף אלע זיינע קינדער, רבער ער וואלט זיכער געקענט באשטיין צו האבן ווייניגער קינדער. ועוד ווען ער קען ווען אהנהייבן פון אלף, בין איך נישט זיכער אז ער וואלט ענדערש נישט געבוירן קיין קינדער פאר עס איז נישטא קיין מהלך אויף פרנסה. איך קען איינער וואס זאגט אז ווילאנג זיין מצב הפרנסה ווערט נישט סטעבל, גייט ער נישט געבוירן זיין דריטע קינד.