בלאט 1 פון 2

וכל בית ישראל יבכו את השריפה - חשובער מסירות נפש עסקן ז"ל

נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 1:35 pm
דורך בר דעת
"ברם זכור אותו האיש לטוב, העסקן בעל מסירות נפש הנורא והנכבד ר' פלוני וכו' שליט"א שלפני מלכים התייצב יומם ולילה וכו' "מיר קענען אלע די סארט מגילות וואס מען לייגט אריין פאר קליינראנגיקע שוויצערלעך, פאר אזא ריזיגע טובה ווי פייטן א טיקעט אדער העלפן אפשפארן א געסל פאר א רבי'לע ביים הכנסת ספר תורה.
זיין א שומרים אדער הצלה מעמבער פאדערט נישט מסירות נפש, די איינציגע וואלונטירן וואס טוען מסירות נפש זענען פייערלעשר. זיי גייען איינפאך אריין אין פייער צו ראטעווען מענטשן. זיי זענען די מבחר הבריאה און נזר היצירה, און יעדער מענטש מוז האבן פאר זיי די גרעסטע רעספעקט וואס שייך.
ווען א שוויצער שטארבט ווערט די גאנצע חרדישע וועלט איינגעהילט טיף און טרויער, אבער וואס געשעהט ווען א פייער לעשער שטארבט?
אין וויליאמסבורג איז יעצט געשעהן א שרעקליכע טראגעדיע וואס דארף אויפשוידערן יעדן רעכט דענקענדן מענטש. א אמתער מסירות נפש מענטש, א גאלדענער איש החסד והמעש איז געשטארבן אין זיינע שענסטע יארן, על קידוש ה' אינמיטן זיין עבודת הקודש פון ראטעווען לעבנס.
עס איז נסתלק געווארן ידידנו הנעלה והאהוב, היקר באנשים, עמד לנס עירו, הציל נפשות רבות מכליה, עמד יומם ולילה מוכן להציל נפשות, איש יקר ונחמד, יחיד במינו
הקדוש Gordon “Matt” Ambelas זכרונו לברכה לחיי העולם הבא
ער איז געווען א גאר חשובער עסקן אין וויליאמסבורג, פון די געציילטע עסקנים וואס זענען אריינגעלאפן אין פייער.
דער חשובער עסקן האט מיט עטליכע וואכן צוריק געהאט די זכייה צו ראטעווען א קליין זיס אידיש לעבן, און יעצט איז ער מיט א זעלטענע מסירות נפש אריינגעשפרינגען אין א פייער צו ראטעווען לעבנס, און ליידער האט ער טאקע זוכה געווען למסור נפשו על עבודת החסד והצלת נפשות, ונפל שדוד אין יונגן עלטער פון בלויז פערציג יאר.

בילד

בילד

[/img]דער העלדישער מסירות נפש מענטש איז אומגעקומען אינמיטן ראטעווען לעבנס.

אבער וואס איז די רעאקציע?
מיר האפן אז ביי די לויה אין וויליאמסבורג וועלן זיך באטייליגן די רבני העיר, די עסקנים און המון עם תושבי העיר וועלכע וועלן זיך אידענטיפיצירן מיט דעם וואונדערליכן מסירות נפש עסקן.

וואס איז אבער די רעאקציע פון המון עם אין די געוועב? אין א געוויסע פארום וואס הייסט איי וועלט שרייבט עמיצער מיט אזא תמימות

אינטערעסאנט, זעט אויס ער האט געענדיגט זיין שליחות אויף די וועלט, געראטעוועט דאס אינגל און אפגעפוצט.
מה' מצעדי גבר כוננו.


"אפגעפוצט"
איר פארשטייט? דער מסירות נפש עסקן האט געהאט א שליחות צו ראטעווען א גאטליב יונגל, נאכדעם קען ער "אפפוצן", ניטאמאל א טרערל איז ער ווערט?

א צווייטער חכם מכל אדם אין זעלבן פארום שרייבט
זעהט אויס דער גוי האט געטוהן זיין תפקיד אויף דעם וועלט. געראטעוועט א אידיש קינד און יעצט איז ער נעבעך אומגעקומען העלפנדיג לעשן א פייער אין ווילי.

(אפשר געהערט עס אין בד"ה אשכול.....)



איר כאפט? דער גוי האט געענדיגט זיין תפקיד.... און איר ווילט הערן עפעס פאני (אפשר געהערט עס אין בד"ה אשכול.....) די .... פינטעלעך צייגן אן אז חחחחחחח מיר זשאקן... ער איז דאך נישט געועון קיין איד.....


אונזער פארום איז דאך סאך מער אינלייטענד, שרייבט ידידינו פלעין אידיש
כל המציל נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא
לכאו' אויף א גוי אויך
אזוי צו אזוי גייט ער לכאו' אריין אין גדר מחסידי אומה''ע


אבער ווי זענען מיר אויף די וועלט? א מענטש וואס האט געראטעוועט די לעבנס פון תושבי וויליאמסבורג, און זיין שטארבן איז אזא האלב טרויעריגע דזשאוק? און די שאלה איז צו "לכאורה" גייט עס אויף א גוי?
דארפן מיר עפעס א רבי אדער מדרש זאל אונז זאגן אז מיר מעגן, מוזן, און דארפן טרויערן אויף א טייערן מענטש וואס האט געראטעוועט אונזערע לעבנס?

יהא זכרו ברוך, ויזכה לחיי עולם הבא, תהא נשמתו צרורה בצרור החיים, און זיין טייערע משפחה זאל ווערן געטרייסט ממקור הנחמה

נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 1:40 pm
דורך galitzyana
Cool it fireman are paid employee's with hefty pensions

נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 1:41 pm
דורך ישמעאל הכהן
א גוי האט א נשמה?

נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 1:43 pm
דורך בר דעת
ישמעאל הכהן האט געשריבן:א גוי האט א נשמה?

ניין, גאט טיילט נשמות נאר פאר 11211
שטייטזיך, אויסער פאר די גויים פון קאלאמענטי

נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 1:45 pm
דורך ישמעאל הכהן
נעמסט עס צום אנדערן עקסטרים. כ'פארשטיי דיין פוינט, אבער צו שרייבן אויף אפילו א גוטע גוי תהא נשמתו צרורה בצרור החיים, איז שוין מיין איך בעסער צו גיין מיט'ן אייוועלט מהלך וואס איבעלט גראדע מיר אויך

נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 1:49 pm
דורך בר דעת
קיינער ווייסט נישט ווער עס האט נשמות, אבער עס איז א מחלוקת הראשונים והאחרונים און מען האט עס שוין אסאך אויסגעשמועסט דא אין שטיבל

הא גופא איז מיין פוינט, די נאטורליכע הרגש איז צו האבן הכרת הטוב און שטארקע רגש צו א פייערלעשער אין די געגנט וואס האט זיך מוסר נפש געווען. דאס איז עס. יעדע פילפול נאכדעם הרגעט אפ אונזער פשוטע, נאטורליכע נשמה'דיגע רגש

נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 1:50 pm
דורך רויטע וואנצעס
פארוואס דארף יעדע זאך באגאסן ווערן מיט שמאלציגע רעליגיעזע דעות כוזבות? קען מען נישט אנקוקון די זאך ווי עס איז? א מענטש האט זיך מוסר נפש געווען צו ראטעווען א צווייטן. פינטל.

נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 1:53 pm
דורך נושא ונותן
מאראליש ביסטו גערעכט. אבער חז"ל האבו איז געזאגט אז א בר דעת א בעל הבית איז היפך דעת תורה.
איך וועל דא איבערשרייבען וואס איך האט געברענגט אין א דערנעבענדיגע אשכול בשם דער רמב"ם סוף פרק ח הלכות מלכים וז"ל כל המקבל שבע מצוות ונזהר לעשותם הרי זה מחסידי אומות העולם ויש לו חלק בעולם הבא.
ער איז געווען א חשובע עסקן אין געהאלפן אידען וכו' מיט דעם אלעם האט ער מקיים געווען די שבע מצוות ווייל משה האט אזוי באפוילן אין נישט ווייל ער האט אזוי פארשטאנען אליינס פין זיין גוט הארץ כמבואר שם בהמשך האט ער א תקווה לעולם הבא, אויב נישט איז ער מילא חייב מיתה איז לכל הפחות ארויס א טובה פאר א איד פין אים אמאל.
דאס בין איך אבער מסכים אז מיר דארפן האבן אין ארויסווייזען הכרת הטוב פשוט משום אונזערע מדות נישט צי ווערן א מושחת.

נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 1:58 pm
דורך בר דעת
נושא ונותן האט געשריבן:מאראליש ביסטו גערעכט. אבער חז"ל האבו איז געזאגט אז א בר דעת א בעל הבית איז היפך דעת תורה.
איך וועל דא איבערשרייבען וואס איך האט געברענגט אין א דערנעבענדיגע אשכול בשם דער רמב"ם סוף פרק ח הלכות מלכים וז"ל כל המקבל שבע מצוות ונזהר לעשותם הרי זה מחסידי אומות העולם ויש לו חלק בעולם הבא.
ער איז געווען א חשובע עסקן אין געהאלפן אידען וכו' מיט דעם אלעם האט ער מקיים געווען די שבע מצוות ווייל משה האט אזוי באפוילן אין נישט ווייל ער האט אזוי פארשטאנען אליינס פין זיין גוט הארץ כמבואר שם בהמשך האט ער א תקווה לעולם הבא, אויב נישט איז ער מילא חייב מיתה איז לכל הפחות ארויס א טובה פאר א איד פין אים אמאל.
דאס בין איך אבער מסכים אז מיר דארפן האבן אין ארויסווייזען הכרת הטוב פשוט משום אונזערע מדות נישט צי ווערן א מושחת.


טפשות.

נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 2:03 pm
דורך outspoken
מ'קען אפשר בעטען(at least די זלונים) מ'זאל זיך איינהאלטען, ער איז טאקע אריין במקום סכנה, אבער נישט ווען די משפחה טרויערט...
ערענסט גערעדט, אני הקטן בין נעכטען ארומגעגענגן אין בראדיע און געטראפען אן אפענער סטאר, געקויפט בלימען און עס אריבער געטראגן מיט מיינע קינדער קיין הופער, א טשיף האט זיך זייער באדאנקט.

נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 2:58 pm
דורך petergrifin
100% גערעכט. אבער איך האב שוין אויף געגעבען מחנך צו זײן אנדערע ספעציעל די פון 11211, אולי קען
מען זיך אלײנס מתקן זײן און זײן א מענטש. :shock: ;)

נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 3:08 pm
דורך נושא ונותן
בר דעת האט געשריבן:
טפשות.


קען זיין אז עס איז טפשות אבער דאס איז די תורה'דיגע השקפה.
בנוגע לויפען צום ספרים שאנק וואס דער מלוכה וממשלה שרייט וויל איך נאך אמאל איבער זאגן מיינע לעצטער ווערטער אז אודאי דאפען מיר האבן הכרת הטוב ווייל כופר זיין אין א טובה איז משחית דער נפש אין פארשטייט זיך אויך אז מען דארף זיך ווייזען ווי מענטשען מקדש שם שמים זיין! אבער יא א איד לויפט צום ספרים שאנק אויף יעדער זאך א איד הרגשים באלאנגען נישט צי אים! מען דארף פילען וואס דער תורה הייסט פילען אין אויב האט ער עובר געווען אויף די שבע מצוות איז די הלכה אז באבוד רשעים רינה. אפשר נישט מענטשליך אבער תורה'דיג ( דער תורה האט קיינמאל נישט פראבירט זיך ארויס ווייזען מענטשלעך )

נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 3:17 pm
דורך רויטע וואנצעס
דו פריידסט דיך יעדע מאל א איד שטארבט? לויט דיר איז א איד וואס געשטראבן, און נישט מקיים געווען אלע מצות כהוגן, בבחינת באבוד רשעים רנה.

נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 3:20 pm
דורך נושא ונותן
רויטע וואנצעס האט געשריבן:דו פריידסט דיך יעדע מאל א איד שטארבט? לויט דיר איז א איד וואס געשטראבן, און נישט מקיים געווען אלע מצות כהוגן, בבחינת באבוד רשעים רנה.


נישט אמת, נאר אויב א איד איז געווען א כופר בכל התורה כולה אין נישט מקיים געווען קיין שום מצוה נאר דעמאלסט איז אוכל ושותים ושמחים באבוד רשעים רינה

נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 3:42 pm
דורך מודה אני
דער איז געלאפן ראטעווען א הינטל..........................

איז דאס הינטל אויך א "נפש" ?

נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 3:51 pm
דורך smartinof
נושא ונותן האט געשריבן:
בר דעת האט געשריבן:
טפשות.


קען זיין אז עס איז טפשות אבער דאס איז די תורה'דיגע השקפה.
בנוגע לויפען צום ספרים שאנק וואס דער מלוכה וממשלה שרייט וויל איך נאך אמאל איבער זאגן מיינע לעצטער ווערטער אז אודאי דאפען מיר האבן הכרת הטוב ווייל כופר זיין אין א טובה איז משחית דער נפש אין פארשטייט זיך אויך אז מען דארף זיך ווייזען ווי מענטשען מקדש שם שמים זיין! אבער יא א איד לויפט צום ספרים שאנק אויף יעדער זאך א איד הרגשים באלאנגען נישט צי אים! מען דארף פילען וואס דער תורה הייסט פילען אין אויב האט ער עובר געווען אויף די שבע מצוות איז די הלכה אז באבוד רשעים רינה. אפשר נישט מענטשליך אבער תורה'דיג ( דער תורה האט קיינמאל נישט פראבירט זיך ארויס ווייזען מענטשלעך )

זאג נאר, ווען דו קומסט אהיים און עס נשט דא קיין סאפער אויפן טיש, גייסטו אויך צום ספרים שאנק קוקען וואס מען דארף יעצט פילען, אדער הייבסט א שטימע אזאנס און אזעלכעס און זאגסט [שרייסט] די פוילע רוח, די גייסט עפעס אהער שטעלן עפעס צו ענמען און צויל אריין, וואט די העק, עס איז נאך אלס דא יידן וואס פרובירען זיך אליינס צו נער'ן אז געפילן קומט נאר וואס עס שט7ייט אויף שווארץ און וויסע אויתיות, געבונדען און שווארצע דעקל, אויף בריסקע רב זאגט מען אז ער איז געווען אזוי, ווייס אויך נישט ווי ווייט דאס איז אמת, אבער די גאנצע מושג אז תורה איז מחייב אדער נעמט אוועק געפילען איז נישט קיין דבר פשוט, ביי לא תחמוד און ביי די מצווה פון ואהבת את ה' מוטשען זיך ראשונים ווי פילעזאפען ארום צו עס איז בכלל פארהאנען אזא זאך,
און איך פארשטיי סתם אזוי נישט אויף יעדן בטלן וואס האט אויסגעבטלט זיינע יארן אפגעלקחנט אוצרות פוד סטעמפס און סעקשאן אכט, באוויינט מען אים תהא נשמתו, לאמיר זאגען אז ער האט א נשמה האט ער אבער גארנישט געטוהן מיט דעם, איז א מענטש וואס זיין לעבן איז געווען א קייט פון העראזים, העלדישקייט און דרייסקייט, אלעס נאר צו מאכען א בסערע מענטשהייט איז בכלל מסתבר, איינס אז ער פארמאגט ניטש עפעס א העכערע דריסטע נפש און נשמה, און ב' וויאזוי פארשטייסטו אז פאר דעם ראציגען שווארצע ווייסע, וואס האט דעם טעם פון א טובה טוהן קיינמאל נישט טועם געווען, זאל זיך קומען מער ווי פאר דעם מסירוטת נפש'דיגען העלד, הלמאי, איז אויסגעהאלטען מיט די מענטשלכיע רעכטיקייט

נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 3:56 pm
דורך גאנצל
[tag][/tag]בר דעת זייער שיין דו שרייבסט אזוי שיין אז ס'זעהט מיר אויס אז דו ווילסט האבן דיין פלאץ אין גן עדן נעבן אים

נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 3:59 pm
דורך smartinof
נושא ונותן האט געשריבן:
רויטע וואנצעס האט געשריבן:דו פריידסט דיך יעדע מאל א איד שטארבט? לויט דיר איז א איד וואס געשטראבן, און נישט מקיים געווען אלע מצות כהוגן, בבחינת באבוד רשעים רנה.


נישט אמת, נאר אויב א איד איז געווען א כופר בכל התורה כולה אין נישט מקיים געווען קיין שום מצוה נאר דעמאלסט איז אוכל ושותים ושמחים באבוד רשעים רינה

די האסט א הו"א אז דעם פסוק קען זיך בכלל לערנען כפשוטו, עס האט עפעס א מליצה'דיגער אינהאלט, וואס מען דארף אסאך טראכטען און דעם, אבער וואס עס איז ברור, אז איינער וואס האט נישט קיין אמת'דיגער ווייטאג ווען ער זעהט אז א ייד איז עובר אדער נישט מקיים קיין מצווה, מילא איינער וואס ער וייטאגט מיט כביכול, און מיט זיין עיני השכל זעהט ער וואס פאר א חרבנות, פארשטייט זיך מיסטישע און ספירוטאלע, עס קומען ארויס פון אים אולי ואולי דער פסוק לערנט זיך כפשוטו, אבער פאר שוכני בתי חומר ממש, עס אינטרעסירט ניישט באמת וואס ביי יענעמס רוחניות טוט זיך, עס איז אלס נאר להגדיל כבוד הסיטעם, אבער אמת'דיג שפירען צער כביכול ווען יידן זענען עובר אויף זיינע ווערטער וכו', איז נישט פארהאנען, נאר ווען עס קומט צום חיוב פון רינת אבוד רשעים זענען זיי גאנצע מחותנים, די רינת אבוד רשעים איז שוין ביים ענדע, וואס האסטו געשפירט ביז יענער מצב, סהאט דיר אינטרעסירט א הויקער, סאו וואס האקסטו

נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 4:01 pm
דורך נושא ונותן
smartinof האט געשריבן:
נושא ונותן האט געשריבן:
בר דעת האט געשריבן:
טפשות.


קען זיין אז עס איז טפשות אבער דאס איז די תורה'דיגע השקפה.
בנוגע לויפען צום ספרים שאנק וואס דער מלוכה וממשלה שרייט וויל איך נאך אמאל איבער זאגן מיינע לעצטער ווערטער אז אודאי דאפען מיר האבן הכרת הטוב ווייל כופר זיין אין א טובה איז משחית דער נפש אין פארשטייט זיך אויך אז מען דארף זיך ווייזען ווי מענטשען מקדש שם שמים זיין! אבער יא א איד לויפט צום ספרים שאנק אויף יעדער זאך א איד הרגשים באלאנגען נישט צי אים! מען דארף פילען וואס דער תורה הייסט פילען אין אויב האט ער עובר געווען אויף די שבע מצוות איז די הלכה אז באבוד רשעים רינה. אפשר נישט מענטשליך אבער תורה'דיג ( דער תורה האט קיינמאל נישט פראבירט זיך ארויס ווייזען מענטשלעך )

זאג נאר, ווען דו קומסט אהיים און עס נשט דא קיין סאפער אויפן טיש, גייסטו אויך צום ספרים שאנק קוקען וואס מען דארף יעצט פילען, אדער הייבסט א שטימע אזאנס און אזעלכעס און זאגסט [שרייסט] די פוילע רוח, די גייסט עפעס אהער שטעלן עפעס צו ענמען און צויל אריין, וואט די העק, עס איז נאך אלס דא יידן וואס פרובירען זיך אליינס צו נער'ן אז געפילן קומט נאר וואס עס שט7ייט אויף שווארץ און וויסע אויתיות, געבונדען און שווארצע דעקל, אויף בריסקע רב זאגט מען אז ער איז געווען אזוי, ווייס אויך נישט ווי ווייט דאס איז אמת, אבער די גאנצע מושג אז תורה איז מחייב אדער נעמט אוועק געפילען איז נישט קיין דבר פשוט, ביי לא תחמוד און ביי די מצווה פון ואהבת את ה' מוטשען זיך ראשונים ווי פילעזאפען ארום צו עס איז בכלל פארהאנען אזא זאך,
און איך פארשטיי סתם אזוי נישט אויף יעדן בטלן וואס האט אויסגעבטלט זיינע יארן אפגעלקחנט אוצרות פוד סטעמפס און סעקשאן אכט, באוויינט מען אים תהא נשמתו, לאמיר זאגען אז ער האט א נשמה האט ער אבער גארנישט געטוהן מיט דעם, איז א מענטש וואס זיין לעבן איז געווען א קייט פון העראזים, העלדישקייט און דרייסקייט, אלעס נאר צו מאכען א בסערע מענטשהייט איז בכלל מסתבר, איינס אז ער פארמאגט ניטש עפעס א העכערע דריסטע נפש און נשמה, און ב' וויאזוי פארשטייסטו אז פאר דעם ראציגען שווארצע ווייסע, וואס האט דעם טעם פון א טובה טוהן קיינמאל נישט טועם געווען, זאל זיך קומען מער ווי פאר דעם מסירוטת נפש'דיגען העלד, הלמאי, איז אויסגעהאלטען מיט די מענטשלכיע רעכטיקייט


א. ב"ה איך הייב נישט אויף מיין קול אין אודאי נישט ווי א צידרייטער ווי די האסט אראפ געלייגט, אויב איז נישט דא וואס צי עסען נעם איך ארויס א שטיקל ברויט מיט אביסעל קעז אין עס אפ אדער גיי איך עפס קויפן צי עסן.
ב. איך פארשטיי אז די האלסט אז עס איז נישט יושר אין אפשר רשעות צי געבען פאר א בטלן וואס האט גארנישט געטוהן אין זיין לעבן אפשר אמאל געלייקט תפילין אן וויסען פארוואס אין פאר וועם א חלק לעולם הבא. אין פאר איינער וואס האט געטוהן פיל גוטס אין זיין לעבן אבער נישט מקיים געווען אלע שבע מצוות געבט מען נישט קיין עולם הבא. אבער אזוי איז עס יושר צי נישט רעכט צי נישט טאו בעעד

נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 4:10 pm
דורך smartinof
חכם פון די מה, על הא גופא אנו דנין, צו ער באקומט נישט און צו יענער באקומט יא

נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 4:13 pm
דורך נושא ונותן
אוקיי סא די ווילסט דן זיין צי גאט זיין תורה אין זיין משפט זענען גערעכט? אויף דעם קען איך נישט זאגן גארנישט ער האט מיר נישט געבעטן צי זיין זיין לויער, אין אפילו אויב יא קען איך נישט נעמען דעם קעיס ווילאנג איך פארשטיי נישט פונקט זיין פאזישען.

נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 4:16 pm
דורך smartinof
אוי, ס'הייבט זיך אן נאכאמאל, איך פרעג מהיכי תיתי אז ער יא און ער נישט,

נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 4:22 pm
דורך נושא ונותן
smartinof האט געשריבן:אוי, ס'הייבט זיך אן נאכאמאל, איך פרעג מהיכי תיתי אז ער יא און ער נישט

וועגן א נישט איד האב איך געברענגט דער רמבם, אין וועגן א איד איז דאך א בפירושער משנה אין חלק, כל ישראל יש להם חלק לעולם הבא חוץ די פאר וואס ווערן דארט אויסגערעכענט