בלאט 1 פון 2
חאניאקן ביי דע ארבעט
נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 2:17 pm
דורך הייליגע יונגעלע
איך ארבעט אין א פלאץ שוין העכער פיר חדשים מיט נאך איינעם א חתן וואס גייט חתונה האבן דעי וואך, פאר צוויי וואכן צירוק האט מיין באלעבאס אריין גענומען א נייע ארבעטארער א יונגערמאן וואס זאל פירן דע ביזנעס (מיין באלעבאס וואוינט אין אן אנדערע לאנד) סא, איז געקומען דעי יונגערמאן וואס שמעקט אביסל חניאקיש אין ער האט געלייגט א קרום אויג אויך דעים חתן טענה'נדיג אז ער איז אביסעלע באמיש געשטומט, האט ער געווארט ביז דעי חתן איז ארויס פון דזאב צו זיך צוגרייטן צום חתונה און וויבאלד ער איז געגאנגען האט ער מסביר געווען פארן באלעבאס אז ס'איז געקומען דע צייט צו אויפנעמען נייע ארבעטארערס, וכן הוה ער האט אריין געברענגט נייע חברה און איך שטיי אין דע זייט און ס'בלוטיגט מע דאס הארץ אז דע חתן גייט צוריק קומען נאכן שבע ברכות און אויסגעפונען אז ער דארף זעך זוכן א צווייטע דזאב און זיין איינציגע חטא איז אז ער עקטשעלי מאכט זיך דע פיאות נאך וואס ער קומט ארויס פון מקוה... איז עס דעם רעכט אזוי צו טוהן?? איז דעיס דע דרך וואס אונז דארף מע זיך אויפפירן?? זענען די חאניאקן גערעכט??
נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 2:31 pm
דורך outspoken
שלום עליכם מן הסתם ביסטו א [tag]הייליגע יונגעלע[/tag] אבער א נייער זאל קומען מיט א מעשה אן קיין מקור אדער PROOF סתם אראפ צורייסען א''ג חאניאקן,מיין באב גרענט וואלט געזאגט "Get off my phone!
נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 2:40 pm
דורך הייליגע יונגעלע
סארי, באט דעיס אלל איי גאט.
ארויס געבן נעמען צו אויפווייזען דע ווארהייט פון דע מעשה גייט שוין אריין בגדר לשון הרע, און אזוי ווי איך בין דאך א "הייליגע יונגעלע" קען איך מע נישט ערלויבן אריין צו גיין אין פרטים...
נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 2:46 pm
דורך נולד מאוחר
וואז האט דאס ציטאן מיט חניאק?
סאיז א מענטשליכקייט אישו נישט געבען עדווענסעד notice.
נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 2:55 pm
דורך קרעמער1
אויסער די אוממענטשהייט פון נישט לאזן וויסן פאראויס מיין איך אז אפזאגן איינעם נאר ווייל די וועג וויזוי זיין פיאות איז געמאכט געפעלט דיר נישט קען זיין א ערנסטע פעדעראלע פארברעכן
(אויב דו האסט פראוו אז דאס איז געווען די סיבה, לייג עס אוועק)
נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 3:02 pm
דורך הייליגע יונגעלע
נולד מאוחר האט געשריבן:וואז האט דאס ציטאן מיט חניאק?
סאיז א מענטשליכקייט אישו נישט געבען עדווענסעד notice.
דער גאנצע ארויס ווארפן פון דע ארבעט האט צו טוהן מיט חניאק ווייל דער חתן האט געטוהן זיין ארבעט, נאר דע חניאק האט נישט געוואלט ארבעטן מיט איינעם וואס קוקט נישט אויס פונקט אזוי פרום ווי איהם, (חוץ פון דע פאקט אז ער האט עם נישט געגעבן עדווענסד נאוטיס...)
נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 4:00 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 4:05 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 4:08 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 12:30 am
דורך שמעקעדיג
ר' בערל איך האב מורא דו נוצט נאך אנדרויד פון 1956.... אין די לעצטערע אנדרויד ווערסיעס קומט גארנישט אריין אויסגעמישט..
ינוקא קדישא, עס איז ביי מיר נישט קיין ספק אז די מעשה איז נישט אינגאנצן פארציילט, והעיקר חסר מן הספר. עפעס שטעלט זיך נישט די מעשה אויפן שכל. א בעה"ב נעמט אויף א נייעם ארבייטער פון דערווייטענס, און לאזט אים טון כאדם העושה בתוך שלו אן אנגעבן דין וחשבון? ער לאזט אים פארשיקן א גוטן ארבעטער אן א וואליד סיבה? עפעס שמעקט נישט בסדר דא.
נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 12:45 am
דורך נולד מאוחר
פארוואס זאל נישט א באלבאס אדער א מענעדשזער האבן די רעכט צי אימפלויען וועלכע סארט ארבעטער ער וויל?
ס'איז אפשר נישט א קליגע מהלך צי וועלען ארבעטערס לויט זייער פרימקייט מצב, אבער די רעכט באלאנגט צים באלבאס.
נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 1:38 am
דורך גנדי
אין אמעריקע ביסטו נישט בארעכטיגט. און דאס איז א ריזען טובה פאר אונז אידן.
גוים האבן קיינמאל נישט געוואלט געבן קיין ארבעט פאר אונז נאר ווייל אונז זעמיר אנדערש פון זיי.
נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 4:16 pm
דורך קרעמער1
גנדי האט געשריבן:גוים האבן קיינמאל נישט געוואלט געבן קיין ארבעט פאר אונז נאר ווייל אונז זעמיר אנדערש פון זיי.
אדער אויס מורא אז מיר וועלן אים איין טאג איבערנעמען די ביזנעס....
נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 4:38 pm
דורך הייליגע יונגעלע
שמעקעדיג האט געשריבן:
ינוקא קדישא, עס איז ביי מיר נישט קיין ספק אז די מעשה איז נישט אינגאנצן פארציילט, והעיקר חסר מן הספר. עפעס שטעלט זיך נישט די מעשה אויפן שכל. א בעה"ב נעמט אויף א נייעם ארבייטער פון דערווייטענס, און לאזט אים טון כאדם העושה בתוך שלו אן אנגעבן דין וחשבון? ער לאזט אים פארשיקן א גוטן ארבעטער אן א וואליד סיבה? עפעס שמעקט נישט בסדר דא.
איך האב אפשר נישט געשריבן פינקטלעך אלע פרטים פון דע מעשה, באט העיקר אינו חסר מן הספר, שוין פון דערעשטע טאג וואס דעי נייע ארבעטארער/מענעדשער איז אריין געקומען האט ער מיך באווארפן מיט א זעקל שאלות איבער דע חתן פרעגענדיג דערביי צו ער טוט דעי און דעי חטאים און צו ער פירט זיך אויף אזוי צו אזי, אויך האט ער זיך נאכגעפרעגט ביי מע ווער איז געווען דע אלטע מענעדשער האב איך איהם גע'ענטפערט ווער דאס איז, זאגט ער מיר אההה איך פארשטיי שוין פארוואס דע אלטע מענעדשער איז געפלויגן... ווייל ער איז געווען א באם!! סא זאג די מיר אז איך בין מיך טועה דא...
גראדע זיץ איך יעצט ביי דע חתונה פון דעים חתן און דער נייע ארבעטארער/מענעדשער האט יעצט אריינגעוואקט און זיין רעכטע באק בעט זיך פאר א הילכיגע מתנת יד...
נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 5:05 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 8:04 pm
דורך ביבער
איז ער אין ברוקלין? קען דרייוון? קען בעיסיק קאמפיוטער סקילס? איך ווייס פון א דזשאב יעצט עוועיליבל געווארן, מעגליך מ'קען עפעס אויסארבעטן.
נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 8:20 pm
דורך Big Boy
גנדי האט געשריבן:אין אמעריקע ביסטו נישט בארעכטיגט. און דאס איז א ריזען טובה פאר אונז אידן.
גוים האבן קיינמאל נישט געוואלט געבן קיין ארבעט פאר אונז נאר ווייל אונז זעמיר אנדערש פון זיי.
You are only not allowed to fire someone because of discrimination based on race, color, sex, religion, national origin, age, disability, and genetic information, as well as reprisal for protected activity You can fire anyone based on looks. Looks is not what's called legally a "protected class" You are allowed to hire only good looking people.
נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 8:30 pm
דורך ביבער
עס טוט ווייאלעיטן רעליגיע אוודאי, מיטן אויסקוקן אנדערש מיינט ער נישט מיאוס צו שיין ער האט געמיינט דאס נישט זיין רעליגיעז.
נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 8:34 pm
דורך Big Boy
ביבער האט געשריבן:עס טוט ווייאלעיטן רעליגיע אוודאי, מיטן אויסקוקן אנדערש מיינט ער נישט מיאוס צו שיין ער האט געמיינט דאס נישט זיין רעליגיעז.
You can't prove that nice glasses are against religion or that nice peios are against religion. Also, he never said why he's firing him. Sorry but there's no case.
נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 8:40 pm
דורך ביבער
Big Boy האט געשריבן:You can't prove that nice glasses are against religion or that nice peios are against religion. Also, he never said why he's firing him. Sorry but there's no case.
עטליעסט פאר א לויער זאל מען דיר נישט נעמען.
נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 8:36 pm
דורך קפנדריא
איך ווייס נישט וואס די סטארי איז געווען דא, און איך בין חלילה נישט מדמה מילתא למילתא, אבער איך האב מיטגעהאלטן אנ'עובדא וואס א אינגערמאן אין בית מדרש איז געקומען וויינען אז דער באלעבאס האט אים געגעבן א פינק סליפ בלויז ווייל ער האט נישט דעם פולן שיעור פיאות, בשעת אנ'אנדערער ארבייטער וואס ארבייט שוואכער פון אים און איז אריינגעקומען שפעטער אי פארבליבן ביי זיין פאזיציע, "בלויז ווייל ער האט דיקערע פיאות"..
איך בין געווארן גאר אויפגעקאכט, און גענומען מיין טייערע צייט און אריבער צום בעל הבית אין ביזנעס, און אים פארגעהאלטן מיט א גרויסן היתכן, דער בעל הבית איז געווען אינגאנצן פאר'חידוש'ט אויף מיין באזוך, ער'ט נישט געקענט גלייבן אז דער אומשולדיג אינגעלע מיט די אפגעצעגערטע פיאה'לעך האט גערעדט צו עמיצן וועגן דעם עסק נאך וואס דער "בעל הבית" האט פארזיכערט דעם אינגערמאן אז "ער -דער בעל הבית" וועט זיך האלטן ס'מויל מפני כבוד הטייערע אינגערמאן, אבער אזוי ווי איך בין געווען גאר נאנט מיט דעם באלעבאס, און דא האט דער אינגערמאן גאר געבראכן דעם שתיקה, האט ער אויך געבראכן זיין שתיקה, און מיר געוויזן געוויסע אינפארמאציע מיט שווארץ אויף ווייס וואס ער האט געהאט פון דעם עסק ביש, אין קורצן, דער איידעלער אינגערמאן "אן די שיעור פיאות" איז נאכגעלאפן א סעקרעטארשע פון אפיס דארטן, הדבר יצא, די זאך איז באוואוסט געווארן פאר די בעל הבית און מענעדזשערס, און דער אינגערמאן ווען ער'ט דערשמעקט אז די זאך איז באוואוסט האט ער מסכים געווען אפצוטרעטן פון זיין ארבייט צו פארמיידן א שטינק אויף אים, און אויך לעגאלע פראבלעמען צו פארמיידן.
אבער אין בית מדרש איז'ר ארומגעלאפן זאגן בלויז אז ס'פעלט אים אין די שלימות הפיאה..
נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 8:37 pm
דורך יין שרף
הייסט עס קאשויער רב איז געווען גערעכט...
נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 9:23 pm
דורך יוסף מ
Orthodox Supermarket Owner Fires Employee Over Anti-Israel Comments | TOTPI -
http://www.totpi.com/orthodox-supermark ... ments.htmlפארוואס מעג ער יא?