בלאט 1 פון 1

יסודי התורה - הערות והערות, קושיות ותירוצים

נשלח: מיטוואך יולי 16, 2014 2:48 am
דורך יהושע חיים
שוין ווי עס איז דא אויף אנדערע לימודים האב איך געזיכט ווי צו לייגן מיין קשיא און דעם למוד פון יסודי התורה און איך האב נישט געטארפן לייג איך עס דא און אויב עס איז שוין דא אזא אשכול ביטע צילייגן

שבת י"ג
פרעגט די גמרא אויב מען מעג שלאפן מיטן ב"ב און געוויסע אומשטענדן די גמרא בלייט א ק"ו בא"א רש"י איז מסביר אז מען לערנט עס אויס פון איסור יחוד
איז מיר שווער געווארן וואס שטייט ביי מתעסק בעריות (כריתות י"ט: אפשר איז עס א גמרא ונשכח ממני) כגון נתכוון לבוא על אשתו נדה וסבור טהורה היא אחותו ואשתו לפניו ונשמטה אשתו ולא ידע ובאה אחותו במקומה ולא דמי לשוגג דשוגג כגון שנתכוון לזו עצמה וסבור שהיא אשתו.
אויב אזוי וויאזוי קען זיין אז מיט א חיוב כרת (אחותו) זאל מען יא מעגן
(אפשר אזוי ווי רש"י לערנט ארויס דער איסור פון איסור יחוד (וואס תוס' איז מעיין דערין) און יחוד גייט נישט אהן ביי אחותו (ביז דרייסיג טאג לכו"ע) איז דא ביי דער איסור אויך נאר נוגע פאר אהן א"א)
וצ"ע

נשלח: מיטוואך יולי 16, 2014 9:58 am
דורך ונבנתה העיר
ווער זאגט אז מען מעג?

נשלח: מיטוואך יולי 16, 2014 6:56 pm
דורך יהושע חיים
רש"י וואלט דאס געדארפט אויסשמיעסן און אויב מען מעג נישט ווי קען רש"י דאס ארויסלערנען פון יחוד וואס גייט נישט אן ביי אחותו

נשלח: דאנערשטאג יולי 17, 2014 11:48 am
דורך פארוואס?
לענין איסור ייחוד באחותו,
עי׳קידושין פ״א ב

נשלח: דאנערשטאג יולי 17, 2014 2:23 pm
דורך ונבנתה העיר
לא הבנתי.

אין מס' שבת זאגט רש"י אז מען לערנט ארויס בהיקש אז פונקט ווי מען טאר נישט שלאפן אין איין בעט מיט אשת רעהו (אלס איסור יחוד), אזוי אויך טאר מען נישט מיט אשתו נדה (אומשטענדן).

אין מס' כריתות איז רש"י מסביר וואס מיינט א מתעסק ביי עריות, אז עס זענען געווען אשתו ואחותו לפניו, ער האט געמיינט אז ער איז בא על אשתו, דערווייל האט זיך אחותו אריינגעריקט במקומה, דאס הייסט א מתעסק.

יעצט וואו קומט דא עפעס אריין וועגן איסור יחוד?

נשלח: דאנערשטאג יולי 17, 2014 2:58 pm
דורך יהושע חיים
אויב אזוי מעג מען זיין אין א בעט מיט אחותו??? (ווייל דער גאנצע איסור פון זיין מיט א א"א קומט פון די איסור יחוד וואס דאס איז נישט דא ביי א אחותו)

נשלח: דאנערשטאג יולי 17, 2014 3:40 pm
דורך ונבנתה העיר
אין מס' כריתות איז נישט נוגע צו מען מעג זיין אין בעט מיט אחותו, דארט רעדט זיך אז ער האט בועל געווען אחותו במתעסק און די שאלה איז צו ער איז חייב.