בלאט 1 פון 1

מאלאזיע אירליין פליגער אראפגעשאסן איבער אוקראינע

נשלח: דאנערשטאג יולי 17, 2014 2:41 pm
דורך ישראל קאפקע
א מאלאזיער אירליין עראפלאן א באואינג 777 אויפן וועג פון אמסטערדאם צו קואלא לומפור איז אראפגעשאסן געווארן אין די הימלען העכער מזרח אוקראינע נעבן די שטאט דאנעצק וואס ווערט קאנטראלירט פון די רעבלען בערך 20 מייל ווייט פון די רוסישע גרעניץ.
אלע 280 פאסאזשירן און 15 מאנשאפט מיטגלידער ווערן געגלייבט צו זיין טויט, אכציג פאסאזשירן זענען געווען קינדער, 154 זענען געווען האלאנדישע בירגער און דריי אין צוואנציג פאסאזשירן אמעריקאנער בירגער,

אמעריקאנער שפיאנאזש אגענטורן האלטן אז די פליגער איז געווארן אראפגעשאסן דורך פרא רוסישע רעבלען אין אוקראינע וואס האבן געמיינט אז די פליגער איז א טראנספארט פליגער פון די אוקראינישע מיליטער,
אויב שטעטל זיך ארויס אז עס איז אראפגעשאסן געווארן דורך די רעבלען מיט א רוסיש פראדוצירטע מיסל קען עס זיין א פאליטישע נייטמעיר פאר רוסלאנד און זיכער פאר די רעבלען, סאיז דאס פערטע מאל אין היסטאריע וואס א קאמערציאלע פליגער ווערט אראפגעשאסן און די ערגסטע אוויאציע אומגליק זינט 9/11.

די אמעריקאנער אמבאסאדאר זאגט אז קערפער און ברוכווארג טיילן זענען צעשפרייט איבער צען מייל ארום.

קאנספיראציע טעאריקער באשולדיגן שוין אז מדינת ישראל שטייט אינטער דעם אומגליק, כדאי צו אוועקנעמען די וועלטס אויפמערקזאמקייט פון איר ערד אינוואזיע אין עזה. :roll:

נשלח: דאנערשטאג יולי 17, 2014 5:43 pm
דורך ישראל קאפקע
אמעריקע האט באשטעטיגט אז די פליגער איז געווארן אראפגעשאסן דורך א מיסל,
אוקראינע צייטונגען באריכטן אז אוקראינע האט אונטערגעהערט א רוסישע שפיאנאזש אפיציר זיך מודה זיין אז רוסלאנד האט געהאט א האנט אין די אינצידענט.

נשלח: דאנערשטאג יולי 17, 2014 7:07 pm
דורך שמעקעדיג
וואס האט דער פליגער געזינדיגט?

נשלח: פרייטאג יולי 18, 2014 6:57 am
דורך יואליש
ניו יארק טיימס פובלישט די אודיאו געשפרעכן צווישן די רעבלן און רוסישע אגענטן.
http://www.nytimes.com/video/world/euro ... 00000&_r=1

נשלח: פרייטאג יולי 18, 2014 10:10 am
דורך ישראל קאפקע
פידעל קאסטרא (וואס?! ער לעבט נאך?) באשולדיגט גאר די אוקראינער רעגירונג פארן אראפ שיסן דעם פליגער. :?

מאלעזיע עירליינס נייע סלאגאן....

נשלח: פרייטאג יולי 18, 2014 10:19 am
דורך מ גפני
"Specializing in one way fares"
"We make sure you're arriving to your FINAL destination"

נשלח: פרייטאג יולי 18, 2014 10:29 am
דורך ישראל קאפקע
בד"ה
ליידער איז איין איד פון ארץ ישראל געווען צווישן די אומגעקומענע אויפן מאלאזיער פליגער

נשלח: פרייטאג יולי 18, 2014 12:15 pm
דורך ישמעאל הכהן
לעצטע ווידיא פון אינעווייניג דעם פליגער פאר ס'הייבט זיך אויף צום לעצטן מאל

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=mhJHfP3WOhA[/youtube]

נשלח: פרייטאג יולי 18, 2014 3:17 pm
דורך משבק
וויאזוי זאל איך עס רופן חוצפה אדער משוגע ? פוטין באשולדיגט אוקריינע http://time.com/3003520/malaysia-airlin ... ash-putin/

נשלח: מוצ"ש יולי 19, 2014 6:08 pm
דורך לאליפאפ
ישראל קאפקע האט געשריבן:סאיז דאס פערטע מאל אין היסטאריע וואס א קאמערציאלע פליגער ווערט אראפגעשאסן

דאס איז א קאמערציעלע פליגער? אדער א פעסענדזשער דזשעט?