ווען חסד ווערט פארוואנדעלט אין ריטואל
נשלח: דאנערשטאג יולי 24, 2014 9:22 pm
ר' איד! איר קענט מיר העלפן אויפשטיין?
אוי! וואס איז געשען, האט איר זיך אויסגעגליטשט? לאמיך אייך העלפן קומען צו די פוס. ווייסטו וואס? לאז מיינע קינדער דיר אויפשטעלן, וועל איך זיי מחנך זיין צו טוהן חסד אין איינוועגס אויך. יענקי! ברוך! קומט אהער. דער אלטער איד נעבעך האט זיך אויסגעגליטשט, העלפן עם זיך אויפהייבן, גייטס שנעל! נישט אזוי ברוך, מיט די רעכטע הענט! א מצוה מאכט מען מיט די רעכטע הענט! וויפיל מאל דארף איך דיר דאס זאגן? נעכטן ביים צוריק געבן די בייק וואס דו האסט צוגענומען פון רחי האב איך דיר שוין געזאגט, והשיב את הגזילה זאלסטו מקיים זיין מיט די רעכטע הענט!
איר קוקט מיר אן מסתמא אינגאנצען משוגע, וואס איז געשען מיט דעם געפילטע? איז ער אראפ פון זינען? ניין. נאר גענוי אזא מעשה האב איך צוגעזען נעכטן אויפן גאס. איך זע ווי איינער פון די אורחי פורחי אויף טירטינט עוועניו גייט צו צו א טאטע וואס גייט מיט זיינע קינדער און בעט א נדבה, און דאס איז נישט קיין פראפעסיאנאלע שנארער וואס גייט פאר א צוועק, דאס איז א איד וואס גייט פארן אייגענע טאש און כ'גלייב אז ס'קומט עם נישט אן גרינג זיך אזוי אפארצולאזן און קלייבן נדבות. בקיצור דער יונגערמאן נעמט ארויס א דאלער, און ווי יענער שטרעקט אויס זיין האנט עס צו נעמען געט ער זיך א דריי אוועק, און געבט די דאלער פאר זיינע צוויי קינדער דארט, ער קריגט זיך אזוי אפאר מאל ביז זיי שטרעקן אויס די רעכטע האנט, און אזוי מאכט ער זיי צערעמאניאל צוזאמען געבן די דאלער פארן אריממאן. אלעס בשעת דער רחמנות שטייט מיט אויסגעשטרעקטע הענט.
איך קום נישט דא זאגן מוסר פאר דעם יונגערמאן פערזענליך, ס'קומט עם קרעדיט פארן זיך בכלל אפשטעלן, איך אליין פארגעס אסאך מאל אינעם טעגליכן געיעג זיך אפצושטעלן און געבן עפעס א קליינע נדבה, אבער ס'האט מיר געמאכט טראכטן וואס ס'געשעט ווען די עצם אקט פון טוהן חסד ווערט פארוואנדעלט אין א ריטואל, א וועג פון געבן, מיט די האנט, אדער מיט די האנט, ס'ווערט מער ראבאטיש און מ'פארגעסט אינגאנצען פונעם בעטלער וואס שטייט באמאכטערהייט ביז איך קען עם געבן מיין דאלער בתכלית ההידור. מ'איז אזוי אריינגעטוהן אינעם "עבודה" פון געבן צדקה, אז ס'קען זיך דוכטן אז אויב קומט א צווייטער שטערן אינמיטן די עבודה וועט זיך די נותן אויפרעגן פארן עם שטערן אינמיטן געבן צדקה מיט די רעכטע האנט. איך מיין מ'האט שוין אמאל ארום גערעדט דעם ענין דא ווען די rigidity פון אויספאלגן יעדע הלכה בדיקדוק רב נעמט אוועק פון די נשמה פון די מצוה, די מעשה פונעם אלטער פון סלאבודקע וואס האט אמאל געבעטן א יונגע בחור זאל עם ברענגען א גלאז וואסער, דערנאך האט ער געפרעגט דעם בחור פארוואס ער האט עם געברענגט די וואסער, האט די בחור געענטפערט, ס'הייסט? והדרת פני זקן, חסד... זאגט עם דער אלטער אכזר איינער! צו ברענגען פאר אן אלטן איד א גלעזל וואסער מוזטו צוקומען אז אין א געוויסע ספר שטייט טאקע אז מ'דארף אזוי טוהן? ווען מ'נעמט ארויס די מדות פון הארץ און מ'לייגט דאס אריין אין א ספר איז דאס די פארקערטע פון מדות, ווען א חסד טוט מען ווייל מ'דערציילט אויף ר' שעיהל'ה קערעסטירער אז ער האט אויך געטוהן חסד איז דאס אן אכזריות!
סתם, קצת חומר למחשבה.