אינגערמאן מיר מיזן שמיסן
נשלח: פרייטאג יולי 25, 2014 1:45 pm
אינגערמאן מיר מיזן שמיסן
טייערער זיסער אינגערמאן, איך וויל דיר זאגן א שטיקל סוד, וואס לויט איך זעי כאפסטו נישט, איך וויל דיר אבער קודם געיבן א שטיקעלע הקדמה.
איך וואלט זייער נישט געוואלט פלאצען דיין באבל, אבער איך מיז דיר פארט מגלה זיין, אלס א טאטע פון קינדער וואס האבן חתונה, אלס א אינגערמאן שוין עטליכע צעינליגע יארן נאך די חתונה, אלס א מאן וואס האט שוין אביסל עקספיריענס, וויל איך דיר מגלה זיין א זאך וואס עס ווינדערט מיר אז איר כאפט נישט, פארוואס כאפט איר נישט אז מיר טאטע'ס טיען אייך אינגעלייט באערדיגן, פארוואס מיינט איר אז ווען מיר מייכענען זיך אויס אויף אייך אז עס איז גשמי ברכה, איר מאכט נאך עושה מעשה בראשית, פארוואס כאפט איר נישט אליין, אז פאר אינז איז א עול פאר אייך צי טרעפן א דירה, ווייל עס איז נישט דא, דעריבער וועלן מיר אייך חתונה מאכן אין א קעילער, אדער אריין ריקן א דירה פאר צוויי דריי טויעזנט דולר, און דערנאך מיט וויינען מיט אייך אויף די שווערע מצב, פארוואס באמערקט איר נישט אז מיר ריקן אייך אריין אין כולל אן קיין שום חשבון ווי אזוי איר גייט עס מאכן אין אייער לעיבן, איר זעיט נישט די האנט שריפט אויפן וואנט, איר באמערקט נישט ווי מיר שאקלען זיך אפ פון אייך ווי אמשנעלסטן, ביים ערשטן געלעיגענהייט.
אפילו איר זענט אין די טיפעניש פין ים, איר מיינט אז איינער שווימט מיט אייך מיט, עס פאלט אייך גארנישט איין אז מיר האבן זיך שוין לאנג אויסגעדרייט, מיר האבן אייך פארלאזט, אבער איר נער שטייט און ווארט אויפ די ישועה, איר וועט ארים פלאטערן אינעם וואסער, ווארטען ווי לאנג דער טאטע קימט ציריק אייך אויסלייזן, און אפילו דאן ווען איר פלאטערט שלא כדרך הטבע, כאפט איר נישט אז מיר האבן אייך פארלאזט אויף אייביג, איר נעמט ארויס אייער סעלפאן, איר קאלט אהיים טאטי, אה וואס מאכסטו יוסעלע, אה ב"ה אלעס איז און בעסטען ארדענינג, אקעי ביי, די כאפסט נישט אז די ברויכסט זיך אויפרייסן אויף דיין פאטער זז"ג און אים פארשרייען, ווי האסטו מיך ארויס געשלעפט, ווי האסטו מיך דערטראנקען מיט דיינע אייגענע הענט, האסט מיך פארלאזט, און די פרעיגסט נאך וואס איך מאך, אפשר לערנסטו מיך אויס שווימען דעים רוישיגן ים איידער עס איז צי שפעיט, די ווארט נאר דארט די נערעלע, דער אייבישטער וועט דיר נישט פארלאזן, די שווימסט דיר ארים אינעם רויעשיגן ים, ריאיג ווי איר זענט ביים פאסטעך אין שטאל, איר האט אסאך בטחון אז אלעס וועט זיין גיט, מאך דיר דארט א טעלעפאן קאל צי קול הלשון, זיך א שיעור אויף מוסר, אויף חובת הלבבות, זיך אויסארבעטן מער און בטחון, ווייל די שפירסט עפעס נישט אזוי שטארק ביי דיר, האסט מורא צי סאך.
מיין סוד צי אייך איז פשוט, מיר טאטע'ס רייסן זיך פאר געלעכטער סארא פערד איר זענט, ווי ווייניג שכל איר האט, נישט צי כאפן די דבר פשוט מאוד, מיר רייטן אויף אייער שוואכקייט, מיר ניצן אייך אויס ביזן סוף, מיר ווייסן גענוי וואס עס גייט פאר ביי אייך, ווייל מען האט דאס געטיען צי אינז אויך, על כן אדער נעמט איר זיך שווימען ווי עס ברויך צי זיין, ריף הילף ביי וועים איר קענט, דינג דיר א שיף א רייס ארויס צי א מקום מנוחה, ווייל איר גייט זיך אי"ה דערטרעינקן, מיר וועלן ניטאמאל וויינען, מיר עלטערען זענען געוואוינט צי די סארט געשעיעניש, מיר קענען נישט און ווילן אייך נישט העלפען, איר ברויכט אייך אליין העלפן, פארוואס כאפט איר דאס נישט, קיקט מיך נישט אן אזוי, סארי פּעל, דעיס איז דיין לייפ, כאפ עס באצייטענס איידער עס איז צי שפעיט, זאג דיין טאטען, אז אויב האסטו פאר מיר א הינדערט צוואנציג יאר פלאן הרי טוב, אויב נישט זיי מיר געזינט, איך וועל מיר אליין מאכן מיינע פלעינער.
אויב וועט איר אינגעלייט נישט מאכן דא א רעוועלאציע קעיגן די גרויזאמע עלטערן, וועט איר אלע אפשניידן פונקט ווי אייערע עלטערן, איר וועט זיך ווייטער שטיפן טיפער אינדער ערד, אזוי ווי עס טיען אלע ווילדע חיות שוין טויזענטע יאר, איר וועט ווייטער טיען דאס זעלבע פאר אייערע קינדער וואס איר גייט בעזר השם האבן און די מאסן, אויב וועט איר נישט זיך נעמען טיען צי די זאך, בוגד זיין און די סטאטוס קאווע ווארט אויף אייך גאר ביטערע לאנגזאמע טעיג, טעיג אן קיין מנוחה, טעיג אן קיין הרחוות הדעת, לאנגע טעיג פון זיך פלעטערן דעים קאפ ווי אזוי ארויפ לייגן ברויט אויף אייער טיש, די ביטערע ערשטע טעיג פינעם חודש וואס מען ברויך זיך טרעפן מיט די לענדלאר, צאלן אים די ראצע, אוועק געיבן כל אשר לך פאר זיין וואוילטעיטיגקייט, פאר זיין חסד של אמת אייך צי לאזן אקיאפירן זיין נאז לאך.
ווארט איר בעזרת השם א קינד, וועט איר פאר ניין חדשים האבן שלאפלאזע נעכט די איר אלטע קשיא אנא יכנס כל הבעיבי הזה, און די בעיבי וועט אנקימען בשעה טובה ומצלחת, בעתו ובזמנו, מיר זיידע'ס און באבע'ס וועלן זיין אינדע הויכן, מיר וועלן זיך וואונטשען לחיים, מיר וועלן אויך פארשטייט זיך געהעריג זיך צישטעלן פאר די גאס, מיט א טייערע באגעבא, אויך שיינע סטרעטשי'ס, מיר וועלן אפילו טראסקען א רייסערישע וואכנאט און ברית, אדער קידוש לויטן מצב, מיר וועלן אפילו צישטעלן הערינג גאלע מיט וואדקע אנע השגחה, אבער חוץ מזה וועלן מיר מעלים עין זיין, מיר וועלן אייך דערנאך ווייטער לאזען אינעם ים, אייער ווייבל וועט מער נישט ברעינגען דעים מאגערן געהאלט, איר וועט ווייטער צאלען די רענט וויפיל דער לענדלאר'ס גיסטע איז אותו יום, אויב איז עס חודש אדר וואס עס איז מצוה גדולה להיות בשמחה, וועט ער ביי אייך באשטעלען א איבריגן טויזענטער ער זאל קענען זיין געהעריג בשמחה, ווען ער וועט אייך זעין וועט איר מיזן ווייזען א פנים זועפות ווייל אויב נישט העכערט ער תיכף די רענט למפרע.
טייערער אינגערמאנטשיק, זיי מוחל כאפ זיך אויף פון אייער הייברענאציע, הייבט אן א קול ענות א קול מלחמה במחנה, וואס זאל אפהילעכן מסוף העולם עד סופו, מאכץ קולות וברקים, פאריפט זיצינגען, מאכט א בונד, מאכצט א ציל ווי איר ווילט אנקימען, נעמט אויף עטליכע צווישן אייך אינגעלייט וואס זאלן ווערן אייערע פארטרעיטער, נעמט אייך פראטעסטירן, נעמט מארשירן איבער די גאסן, ריעט נישט איין ביז עס וועט זיין געניג אינגעלייט אנגעשלאסן אינעם רעוועלאציע, מאכט אייך אייגענע צייטינגען, וואס וועלן נאר רעדן איבער אייערע פראבלעימען, נישט נאר איבער קהילישע פראפעגאנדעס.
איך וואלט אייך געראטן אז אייער ציל זאל זיין אז איר וועט האבן א דירה נישט קיין חיליק ווי, ווילאנג עס איז אינטער הינדערט פיפציג טויעזענט דולר, איר זאלט זיך נישט זארגען פאר קיין מוסדות, די מוסדות זאלן זיך זארגן פאר אייך, אז איר וועט האבן פינף הינדערט אינגעלייט און סיי וועלכע מקום, וועט איר זעין ווי אלע מוסדות וועלן פליצלינג נעמען אינטערעסע, אלע רבילעך וועלן שוין פאר סיי וועלכע סיבה זעין אז מען זאל דארט רעפרעזענטירן זייער שטאט פינדער היים, איר זאלט נאר צילן פאר א הרחווה'דיגע וואוין ארט מיט פרנסה, אלעס חוץ דעים זאל אייך נישט אנגיין, איך בעיט אייך טייערע אינגעלייט, צי ווייסט איר אז די לעצטע פינף יאר אין וויליאמסבורג האבן חתונה געהאט א חשבון פון פינף ביז זעקס הינדערט פאר פאלק, ב"ה אלע פון זיי האבן געפינען דירה סריחות איינס קלענער פון צווייטן, ווילט איר נייע אינגעלייט טיילן דעים גורל, אויב נישט מאכט א רעוועלוציע, נעמט אייך אינדע האנט אריין, קיקט נישט אויף אינז עלטערע, ווייל מיר פייפן אייך אן, מיר גייט נישט אן אז וואוינט אין סעלער הארט לעיבן בוילער רום אינטער א גערויש פון א בוסטער פאמפ, קיקט אייך אין שפיגל און שמיעסט מיט אייך אליין קיק נישט אויפ מיר ווייל איר וועט זעין ווי מיר שטעקן אויפ אייך ארויס אינזער צינג.
לאנג לעיבן זאל דער רעוועלוציע...