הלכה למעשה: וואס טוט מען מיט צוקונפטיגע חינוך?
נשלח: זונטאג אוגוסט 10, 2014 2:47 pm
נאכן זיך אנהערן נאן-סטאפ כל דבר אסור אויף דעם היינטיגן חינוך שטייגער, די שטיינערנע הערצער פון די רבנים, די שלעכטקייט פון די ראשי ישבות און משגיחים, אומריכטיגע חינוך מעטאדן פאר אונזערע קינדער וועלכע זענען גורם אז מען זאל פאר יעדע קלייניגקייט אוועקפאלן פון דרך רח"ל ווייל די אמונה הענגט אויף א האר, נישטא קיין אהבת ה', קיין יראת שמים, קיין ערנסטקייט, קיין ריכטיגע השקפה, און נאך און נאך..... אחרי ככלות הכל ווערן מיר נישט געהאלפן, בלויז קלאגן ברענגט נישט קיין תכלית, מיר מוזן עפעס טון הלכה למעשה, און מיר אליין זאלן אנהויבן אריינגעבן אין די קינדער וואס מיר ווילן זיי זאלן האבן אין זיך.
עס איז נישט גרינג, בעיקר צוליב די מצב הפרנסה ווי שוין אויסגעשמועסט, עס נעמט אוועק דעם קאפ און מח פון די חינוך הבנים והבנות, דער טאטע איז אנגעצויגן פול מיט סטרעס, קוים וואס ער אליין האלט דערביי, וויפיל אמונה האבן מיר דען אליינס, וויפיל דביקות בה'? עס איז פיל גרינגער צו זיצן און קלאגן און בלעימען די גאנצע וועלט עד אשר יצא מאפכם... אבער מיר מוזן מאכן א סך הכל, פון האקן און קלאגן גייען אונזערע קינדער נישט ווערן בעסער און געזונטער, מיר מוזן אינוועסטירן כוחות, אפגעזעהן ווי שווער עס איז. קיינער זאגט נישט אז חינוך קומט אן גרינג, מען מוז ארבעטן דערויף, די אינוועסטמענט וועט זיך אי"ה אויסצאלן. עס האבן זיך געענדיגט די צייטן ווען מען שטעלט ארויף די קינדער אויפן באס ביי די 3 יאר, און מען פיקט זיי אויף בעפאר די חופה אויסגעמענטשלט און אנגעזאפט מיט תורה והשקפה און יראת שמים. מיר מוזן נעמען די זאך אין די האנט אריין, און נישט גיין אינעם נעץ וויינענדיג ווי דער ביבער.
איך וויל דא ארויפברענגען געדאנקען ווי אזוי מען קען דאס אימפלעמענטן. טייל ישיבות טוען השתדלות דערצו, ווצב"ש ארויסנעמען בחורים צו א געשמאקער שבת התוועדות, אדער טריפס למקומות הקדושים אין אמעריקע אדער אייראפע, וכדומה. אבער מיר מוזן טון פיל מער פון דעם, און אנהייבן פיל פריער ווי די טינעידזש יארן. דער חובת התלמידים ברענגט ארויס אז אין די היינטיגע דורות דארפן די קינדער אויפוואקסן אין א ערליכע געשמאקע אטמאספערע פון יונגווייז אן, ביי די בחור'ישע יארן קען שוין זיין צו שפעט.
דאס איז זיכער די א"ב, צו ארויסווייזן אפענע ליבשאפט צו די קינדער און האבן פאזיטיווע אינטערעקשאן מיט זיי. ליידער איז דער מציאות נישט אזוי ביי אסאך שטיבער, ווילאנג דאס קינד פירט זיך ריכטיג און טוט וואס ער/זי דארף איז דאך גוט, מען גיט נישט קיין באמערקונג, נאר טאמער טוט ער עפעס שלא כרגיל דאן מוסר'ט מען, קומט אויס אז ס'רוב אינטערעקשאן און שייכות וואס מען האט מיטן קינד איז נעגאטיוו. דאס איז א רעסעפי פאר נישט גוטע רעזולטאטן. מען מוז זוכן מיט ליכט גוטע נקודות און אויסלויבן דעם קינד. ווי אויך שמועסן מיט די קינדער, לפי מדריגתם, אויסהערן זייערע 'שטותים' און טרעפן געדולד פאר זיי. קינדער זאלן וויסן אז דער טאטע/מאמע זענען שטענדיג אוועילעבל פאר זיי און האבן געדולד צו זייערע פראבלעמען, און פארשטייען זייער וועלט. דאס איז א שטארקע הילף אז זיי זאלן זיך נישט שפעטער אין לעבן זוכן נייע גליקן, בורות נשברים, נאר פארבלייבן אין די ליבע משפחה.
אבער מען דארף מער פון דעם. קינדער מוזן הערן מעשיות און ענינים פון גדלות ה' און גרויסקייט פון צדיקים עובדי ה', מען קען רעדן נפלאות הבריאה וואס ברענגט אריין אין א מענטש אהבת ה' און רעספעקט פארן מעכטיגן גאט (וכמש"כ כוכב באשכול זה בשם החזון איש), מען דארף רעדן פון אמונה, האמנתי כי אדבר, און ארויסברענגען אז כאטש היינט איז פאראן אזא הסתרת פנים, איז דאס נישט באמת אזוי נאר א אויגן פארבלענדעניש, נאר דער רבש"ע איז באמת מציץ מן החרכים, ער זעהט אלעס און ווייסט אלעס, און ווארט אויף יעדע מצוה און יעדע תפלה פון א איד, עס האט ביי אים א געוואלדיגע חשיבות, אדרבה, הערשט היינט וואס די וועלט איז אזוי נידריג, קוים געבליבן א קומץ קטן ערליכע אידן, אין אזא געוואלדיגע שפלות, איז יעדע קלייניגקייט ווערד א הון רב, יעדע טראפ אמונה אין דעם חשכות איז א אומשאצבארע אוצר.
עס איז כדאי פארצולערנען געוויסע ספרים אדער סיפורים ביים טיש. עס וואלט געווען אינטרעסאנט צו הערן איידיעס פון די חברים דא. וועלכע בוכער איז גוט פאר די קינדער צו ליינען? און וועלכע נאך עצות קענט איר געבן אריינצובאקן אין זיי איידלקייט, אמונה, יראת שמים, אהבת ה', און מדות טובות????